איך שרייב איצטער א פרישע שטיקל צום רמב"ם אשכול, איך שטעל זיך נאר אפ אויף עטליכע רגעים צו באהאנדלען די אהרוינישע חיי שעה פערמיט אויפן ביהמ"ד החדש.
ווי עס איז באקאנט פארן גאנצן ציבור האט פאר 3 וואכן צוריק פאסירט א שריפה אינם ביהמ"ד החדש אויף בעדפארט ווי די סכך פונם סוכה איז ארויף אין פלאמען.
זעט די באריכט און בילדער
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2779571&forum_id=21016
זייט דעמאלטס איז דאס גאנצן שטח אפגעשפארט דורך די פייער דיפארטמענט צוליב פייער העזערד קאנדישאנס און נישט לעגאלע באנוץ מיט א שטח וואס הלאט זיך אינמיטן בויען און האט נישט א c of o וועלכע איז נישט סעיף פארן ציבור.
די אהרוינים האבן געטראפן דערמיט א פרישע געלגענהייט פאר חיי שעה. זיי האבן געזען אז דאס ביהמ"ד איז פארמאכט, די פאקט איז אז די זאליס וועלן נישט קענען ניצן דאס פלאץ שבועות (לכאורה). זענען זיי געלאפן און רינא"ד (באנייט) איינע פון די אלטע פערמיט'ס וואס יצחק ראזענבערג האט געהאט ארויסגענומען פארן מחלוקה.
עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז צו באקומען א פערמיט דארף מען נישט צייגן בעלות אויפן שטח, ווילאנג די ארבעט איז אין איינקלאנג מיט די בילדינג דעפארטמענט געזעצן באקומט איר א פערמיט. אייער ארבעט וועט דערנאך זיין צו בויען אן דעם וואס דער בעל הבית פונם שטח זאל באמערקן, וויי די רגע ער באמערקט שטעלט ער אייך אפ. בקיצור איך קען ארויסנעמען א פערמיט איבערצובויען אייער דירה אן דעם וואס איר זאלט וויסן און אן דעם וואס איר זאלט געבן רשות. ווען מען נעמט ארויס א פערמיט דארף מען נישט צייגן קיין שום אידענטיפיקאציע. בפרט דא ווען די פערמיט איז א אלטע נאר האט שוין עקספייערט, נאר מען באנייט דאס.
יעצט האבן שוין די אהרוינים א פערמיט צו צייגן פארן ציבור. און ווען די ציבור וועט זען אז די זאלי'ס ניצן טאקע נישט דעם שטח שבועות וועלן זיי שרייען אז זיי האבן דאס אפגעהאלטן! און זיי וועלן טון אלעס אין די וועלט אז מען זאל בכלל נישט רעדן פונם אמת'ע סיבה דהיינו די פייער דעפארטמענט.
דאס איז די גאנצע מעשה!
יעצט קענען זיי ספינען ווייטער.
-------------------
עס איז שוין דא א אשכול ווי די נושא ווערט דעבאטירט, ביטע ממשיך זיין דארט
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2787329&whichpage=3#R_7