| נשלח ב-13/5/2010 04:41 |
|
| |
סתם נייגעריג!!!
נאך די לעצטע ענטוויקלונגען ווען עס איז קלאר אז די שטאט גייט זיך נישט מישן אין די מחלוקת און זיי גייען נישט נעמען א צד, וואס וועט געשען אויב, לאמיר זאגן א דרייסיג פערציג יונגעלייט ריקן זיך אריין אויף קליימער אדער אפילו אין ראדני און הייבן אן צו בעלי באטעווען, וואס קענען די זאליס טון, (איך פארשטיי אז איינער וועט גאנץ זיכער שטיין מיט א קעמערע אפכאפן די גאנצע סעצענע צו זען אויב מען שלאגט) וואס קענען די זאליס טון?, שלאגן? גראד אין חד גדיא! לויפן צו די פאליציי? זיי מישן זיך נישט!, גיין אין קארט? דארט האבן זיי שוין פארלוירן!, איך מיין אז ס'לוינט זיך צו פראבירן,
תוקן על ידי yosefelye ב- 13/05/2010 04:48:21
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 04:53 |
|
| |
1) זיי קענען מאכן א פייער און זאגן אז זיי זענען יא בעל הבית מען האט דאס נאר אפגעשפארט וועגן פייער. 2) זיי קענען אנפילן ראדני מיט טרעילארס און שרייען זיי האבן געווינען. 3) נאכן אפשפארן וועלן שרייען אז זיי האבן געווינען ווייל רבי אהרן קען דארט נישט זינגען היגלה נא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 19:53 |
|
| |
און טאמער דרייסיג פערציג יונגעלייט קענען דאס טוען אין ראדני, קענען דען נישט דרייסיג פערציג יונגעלייט טוען דאס זעלביגע אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 20:11 |
|
| |
אבער ביפאר די טיסט דאס אין קרית יואל כאפ א שמיס מיט יאנקל ברוך און זלמן לייב וואלדמאן זיי וועלן דיר שוין זאגן ווער סאיז בעל הבאס אין קרית יואל, די זעסט נישט קיין חילוק צעווישן וויליאמסבורג אין קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 21:26 |
|
| |
וואס מיינט דאס ס'רוקן זיך אריין 30-40 ארונים און באלעבאטעווען? ס'זיצן דאך שוין דארט 30-40 זלונים, אויף וואסערע לעגאלע גרונד ווארפסטו זיי ארויס? קיין שום לאו ענפארסמענט וועט נישט דערלאזן צו ארויסווארפן א מוחזק בלויז ווייל די ביסט "אויך" בעה"ב, ברויכסט א בעסערע תירוץ ווי דעם.
בשלמא די נייע שול, איז דא אפשר א סברה אז די אהרנים קענע עס באזעצן, ווייל מ'דארף דאך בפועל קיינעם ארויסשטעלן פון דארט, ס'איז א ליידיגער פארזשאוועטער סטרוקטור, ממילא טוסטו דאך גארנישט עפעס דראסטיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2010 23:56 |
|
| |
סקאט, איך שפאר מיך נישט מיט סוקסעספולן לויער, אבער ווער שרייבט פון ארויס ווארפן זאלונים, אויב גייען אריין 30-40 יונגעלייט, און שטעלן זיך דאווענען 5 מינוט מינוט פאר זייער זמן פון דאווענען קענען זיי לעגאל גארנישט טון, זיי ווילן פארקויפן די עליות און איינער גייט צו און רופט אויף א אהרוני אומפארקויפט קענען זיי ווייטער גארנישט טון, זיי קענען לעגאל נאר רופן אין קארט און דער קארט קען זיך נישט מישן, די פאליציי קען זיך נישט מישן אין א סיוויל מעטטער, און אויב שלאגט מען זיך וועט מען ארעסטירן דעם וואס האט אנגעפאנגען צו שלאגן, אזוי ווי שמיני עצרת האט מען ארעסטירט נאר 3 זאליס, היינט איז א וועלט פון פיקטשערס און קליפס, יעדער האט ביי זיך א טעלעפאן/קעמערע, איך האלט אז ס'לוינט זיך נעמען א טשענס. שטעל דיר פאר, מען דאווענט שמונה עשרה, ר' ישראל חיים מנשה דאווענט נאך די שטילע שמונה עשרה און דער בעל תפילה הייבט אן די הויעכע שמונה עשרה, די זאליס קענען נאר שרייען און קריצן מיט די ציין, און הייבן זיי האנט דארף מען זיי לאזן ארעסטירן. נאכאמאל אלעס זאל זיין אראפ געכאפט מיט א קעמערע.
|
|
|
|
|