קרעדיט בחצרות סאטמאר
וויליאמסבורג העפליך איינגעלאדענט צום "זונטאג אין די פארק"
צוגעשטעלט דורך "יו-דזשעי-קעיר"; "סי-דזשעי-סי" און אנדערע אישי הציבור – איינמאליגע געלעגנהייט זיך צו באקענען מיטן מולטי-ריזן "דאמינא פראיעקט" – נאנט צו זיבן הונדערט עפארדעבל דירות וועלן געבויט ווערן.
וויליאמסבורג. – ווי באקאנט האבן חרדישע עסקנים און היימישע ארגאניזאציעס אין די שטאט אריינגעלייגט שטארקע כוחות און הארעוואניע, אין די לעצטערע וואכן און מאנאטן, צו פארזיכערן אז דער ריזן עטליכע-ביליאן-דאלארדיגן פראיעקט וואס ווערט געבויט אויפן שטח פונעם "דאמינא צוקער געביידע" – אויף א שטרעקע פון גאנצע זעקס גאסן - זאל אנטהאלטן אין זיך וואס מער עפארדעבל דירות וועלכע זאלן נאכקומען דעם געברויך פונעם היימישן ציבור, תושבי וויליאמסבורג, וואס קוקן אזוי ארויס דערויף.
און טאקע דעריבער איז באשלאסן געווארן דורך די חשובע היימישע ארגאניזאציעס – "יו-דזשעי-קעיר"; "סי-דזשעי-סי"; "בערדפארד גארדענס טענענטס קאונסיל" אנגעפירט דורכן פרעזידענט העסקן הנמרץ מוה"ר יוסף אייזיק גרין הי"ו; "קלעמענטי פלאזא טענענטס אסאויסיעישאן" אנגעפירט דורכן כלל-טוער הרב אברהם יצחק אבראהאם הי"ו; און די "שעיפער עפארדעבל האוזינג טענעטס אסאויסיעישאן" אנגעפירט דורכן עסקן נמרץ מוה"ר לייב מאשקאוויטש הי"ו – צו ארגאניזירן א לעבעדיגן און גאר אינהאלטסרייכן "זונטאג אין די פארק", פריי פון אפצאל! געווידמעט בלויז פארן היימישן ציבור תושבי וויליאמסבורג - און גלייכצייטיג פאר די קליינווארג - וואו מען וועט האבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען פונדערנאנט מיט דעם ריזן פראיעקט וואו עס וועלן געבויט ווערן אזויפיל טויזנטער דירות; אויספרעגן אלע סארט שאלות און אינפארמאציע בנוגע דעם פראיעקט; באגלייט מיט פילע אינהאלטסרייכע שפילערייען און זיסווארג פאר די קליינווארג.
אבער בעפאר מיר וועלן זיך זיך באציען צום "זונטאג אין די פארק", וועלן מיר צום ערשט ווידמען עטליכע שורות איבער די פאקטן פונעם "דאמינא פראיעקט".
פאקטן און ידיעות איבערן "דאמינא פראיעקט"
דער דאמינא קאמפלעקס זיצט אויף 11.2 אקער לאנד, אויף קענט עוועניו ביים וואסער. עס הויבט זיך אן פון סאוט 5'טע סטריט, גלייך אונטערן וויליאמסבורג בריק, און עס ציט זיך ביז גרענד סטריט, וואס איז 6 גאנצע גאסן.
לויט די איצטיגע פלענער וועט דער נייער האוזינג פראיעקט אין דאמינא באשטיין פון 2,200 דירות, וואס פון דעם מוז ער אוועקגעבן 660 דירות אלס עפארדעבל, וואס באטרעפט 30% פון אלע דירות.
לויט די פלענער וועט דער נייער קאמפלעקס אנטהאלטן: 274,000 סקווער פיס פאר ריטעיל ספעיס; 99,000 סקווער פיס פאר קאמערציעלע אפיס ספעיס; 1,750 פארקינג ספעיס.
די עפארדעבל האוזינג וועט באשטיין פון א גרויסן צאל דירות פאר פאמיליעס מיט זייער נידעריגע פארדינסטן. די 660 דירות וועלן צעטיילט ווערן ווי פאלגענד: 100 דירות פאר פאמיליעס מיט אן אינקאם פון ווייניגער ווי 23,040 דאלאר א יאר; 310 דירות פאר פאמיליעס וואס פארדינען יז 46,080 דאלאר א יאר; 100 דירות פאר עלטערע לייט וועלכע פארדינען 50 פראצענט פון די געגנט דורכשניטליכע פארדינסטן – 150 דירות פאר פאמיליעס מיט אן אינקאם ביז 99,840 דאלאר א יאר.
"זונטאג אין די פארק"; פריי פון אפצאל!
ווי געזאגט, האבן די חשובע עסקנים ואישי הציבור אין די לעצטערע וואכן און חדשים אפגעהאלטן זיצונגען מיט די פירמע-הויפטן פונעם "דאמינא פראיעקט", אויסצוארבעטן די גענויע פלענער און צו פארזיכערן אז די קרוב צו זיבן הונדערט עפארדעבל דירות וועלכע וועלן געבויט ווערן ביי דעם פראיעקט, זאלן דינען די געברויכן פונעם היימישן ציבור, און עס זאל אויסגעשטעלט ווערן אויף אזא אופן אז עס זאל זיין צוגעפאסט און געאייגנט נאכצוקומען די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור, תושבי וויליאמסבורג.
און טאקע צוליב דעם געוואונטשענעם ציל איז באשלאסן געווארן צו ארגאניזירן דעם "זונטאג אין די פארק" פאר תושבי וויליאמסבורג, צו צייגן אז דער ריזן ציבור תושבי העיר האט אן אינטערעסע אינעם פראיעקט, און דרוקט אויס זייער באגער אז עס זאל זיין צוגעפאסט און געאייגנט לטובת אונזערע היימישע געברויכן.
דעם קומענדיגן זונטאג פר' נשא, אנגעהויבן פון 1:00 נאכמיטאג ביז 5:00 אווענט, וועלן תושבי וויליאמסבורג שטראמען צום "הויפט אריינגאנג" ביי סאוט 3 און קענט עוועניו, וואו זיי וועלן אפגעווארט ווערן דורך די חשובע עסקני הציבור, פארשטייער פון די דערמאנטע היימישע וויליאמסבורגער ארגאניזאציעס, אינאיינעם מיט די דעוועלאפער'ס פון די "סי-פי-סי" פירמע וועלכע וועלן אויפשטעלן דעם ריזן פראיעקט.
עס אנטשפרעכט צו זיין אן איינמאליגער געלעגנהייט פאר תושבי וויליאמסבורג, פראגעס און ענטפער'ס וועלן פרעזענטירט ווערן, עס וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט אויסצופולן דירות-אפליקאציעס, און גלייכצייטיג וועלן אויסגעראפלט ווערן פרייע מאלצייטן ביי די בארימטע "גאטליעב'ס רעסטוראנט", א.א.וו.
פאר די קליינווארג וועלן פארטיילט ווערן געשמאקע ממתקים און קאלטע מאכלים – אונטער היימישע השגחות; און פארשידענע אינטערעסאנטע און לעבעדיגע קונץ-שפילערייען וועלן פרעזענטירט ווערן פריי פון אפצאל.
די בארימטע "וויליאמסבורג טראלי" וועט האבן א ספעציעלן "באס-סקעדזשועל", אנגעהויבן פון 1:00 נאכמיטאג ביז 5:00 אווענט אראפצולייגן דעם ציבור תושבי העיר ביים הויפט אריינגאנג, און אזוי וועט זיין גענוג פארקינג-ערטער פאר פריוואטע אויטאס.
ווי געזאגט איז עס אן איינמאליגער געלעגנהייט פאר תושבי וויליאמסבורג זיך צו באקענען מיטן גרעסטן דירות-פראיעקט אין וויליאמסבורג, און עס איז דער שטארקער האפענונג פון די חשובע עסקני הציבור שיחיו אז דער רעזולטאט פונעם איצטיגן אונטערנעמונג וועט גורם זיין א פלייץ הונדערטער דירות פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער, אויסגעשטעלט אויף אזא אופן צו דינען אונזער היימישע אינטערעסן און געברויכן, לשמחת לב תושבי העיר.
וויליאמסבורג: איר זענט העפליך געלאדענט!...
♦♦♦