פארמעגליך איז דער באדייט פון "די הונט בילט און די באן פארט ווייטער"
הקדמה: איך האב באמת קיינמאל נישט אריינגעבליקט אין די אלע ארטיקלן פון אט די ליידיגייער, צוליב וואס איך האב באמת נישט קיין צייט פאר אזוינע אריכות'ער, האב איך מיר היינט גענומען די מי און אפגעליינט כאטש איין אזא ארטיקל כמעט אינגאנצן, צו זען וואס דארט געפונט זיך. איך בין געווען געשטוינט צו זען אז דאס איז גאר דער אשכול וואס האט א פין און מען טאר נישט אריינשרייבן?! ס'מוז זיין אז דער יעניגער מנהל אליין זאל זיין געזונט האט נאך אויך נישט געליינט די אלע ארטיקלען. דא האט איר,
נו אויב נישט באגאץ זאל זיין א בית דין, וואס טוט זיך טאקע מיט דעם בוררות? איז ווידער דער סבלנות מעכב די גאנצע דין תורה, מען טוט אלע שטיקלעך אויף די וועלט אז צו קיין דין תורה זאל עס נישט קומען, פארוואס? זאגט דער סבלן דארט ווי איך בין שוואך גייט מען נישט צו די"ת, און דוקא ווי איך בין אוחז ביד איך בין שטארק, מוז איך גיין צו דין תורה! איי האסט דאך נישט קיין לעגאלע רעכטן? דו קענסט נישט בויען, דו קענסט נישט באנייען קיין שטר שכירות, דו קענסט נישט תובע זיין קיין שכירות? וועט מען שרייען הויעך באגאץ, מען וועט ברענגן די שטערקסטע רעדנערס וואס מען פארמאגט, פונעם ראדני באלעמער ביז אמסטערדאם הבירה וועט מען אפירזוכן גוטזאגערס און מען וועט מאכן רעזעלוציעס און פראטאקאלירן אז מען מוז שוין ארויסיין פון באגאץ. - דאס איז ווארשיינליך די וואסער וואס ער האט נארוואס געענדיגט מאלן, קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא שטייט? אפשר ווייטאג...
נו לאמיר זען ווייטער, דער בעל דרשן האט אליין געוואלט רעדן ביי דעם באגאץ צערעמאניע אבער נאך די אלע בושות האט מען שוין נישט געלאזט, סאיז געווען א בחינה פון מלך אסור ברהטים, מ'זאגט פארן סבלן זאל נישט זארגן, מ'וועט אויפשטעלן זיין זוהן, וואס מ'האט נאך דערווייל נישט גענוצט פאר קיין שום פאליטישע צוועק, ער וועט זאגן דעם דבר הסבלנות טאקע בשם דעם טאטן ז"ל, און מען מאכט רעזעלוציעס אז מען מוז שוין ארויסגיין פון בג"ץ און גיין צו דין תורה, איי עס איז נישטא קיין באגאץ דריי יאר? און גערעגענט ביים שניידן די ווייץ האט דען יא?! איי דער דין תורה ווארט דאך נאר אויף די טינט פון דעם תובע? און קאטשקעס האט דען יא געהאט א תירוץ?! איי ווי קען מען שרייען דין תורה ווען מען איז מסרב? האט מען דען נישט געשריגן אויף אלע בתי שחיטה טריפה ווען מען איז געכאפט אין א מכשול?! דאס איז דאך דער מהלך אז מען האט נישט קיין תירוץ שרייט מען אויף יענעם, שרייט מען דען נישט הולכים בערכאות עולמי בעת ווען שוין צעהן יאר איז מען תובע אין אלע געריכטן וואס נאר שייך אן קיין שום היתר? דאס איז דער שפראך, געווינען מיינט פארלוירן, יענער איז טריפה מיינט איך האב א פראבלעם, באגאץ מיינט איך האלט נישט ביים אינטערשרייבן. אז מען האט א פראבלעם אז דער ירושלימ'ער רב מוטשעט מיט בוררות, וועט מען אים מיד מאכן ביז ער וועט זאגן ידי מסולקת הימנו, מען וועט פסל'ן אלע שלישים וואס ער שלאגט פאר, מען וועט אים לאזן ווארטן חדשים אויף תשובה, אלע בתי דינים פון די גאנצע וועלט זענען פסול לדין, נישט די עדה החרדית נישט דער שטאטישע בי"ד פון אנטווערפן, נישט דער שטאטישער בי"ד כדתיא פון לאנדאן, נישט דער בי"ד פון מכון להוראה אין מאנסי ניו יארק, זענען כשר צו זיין שלישים בדבר, נאר רבנים וואס זענען פון בני ברק, אדער רבנים וואס נעמען אנטייל אין די בחירות פאר די כנסת המינים, זענען כשר לדין בדבר, נאך צוויי יאר וואס ירושלימער רב דרוקט אויף די סבלנים, און מען האט שוין נישט קיין וועג ארויס, א ס'איז שוין דא א בית דין איז דער מקום הדיון מעכב, ס'מוז זיין דוקא אין ארץ ישראל, זאלן אלע רבנים און בעלי דינים קומען צו פארן פון ניו יארק, נאכדעם וואס מען איז אויף דעם מוותר, איז דא א פרישער פראבלעם דער שטרי בירורין איז נישט גוט געשריבן, מען דארף טוישן דעם נוסח, שוין געטוישט דער נוסח, א פרישער פראבלעם די שוכרים דארפן אויך חתמ'ן בדיל ויעבור, א פרישער פראבלעם די שעיר האלדערס זאלן חתמ'ן, שוין ערלעדיגט דאס אויך, איז שוין נישט דא קיין וועג זיך משתמט זיין אדער מיד מאכן דעם ירושלימ'ער רב, מען מוז שוין ארויסגעבן דעם אמת, אז דער סבלן איז אויך א סרבן, ער האלט נישט ביים חתמ'ן זיין נאמען אויף שטרי בירורין. - דאס איז שוין געווען צו לאנג פאר מיר. וואס טוט מען ווייטער, ס'איז שוין א וואך פאר פורים יעדער האט שוין אונטערשריבן שטרי בירורין אלע שטיקלעך פון עיכובים איז שוין אויסגעלאפן, נעמט מען דעם אלטן מיטל פון סבלנות שווייגן - און מען מאכט באגאץ כאלאטלעך און באגאץ מאבילס, אבי זאלסט פון מיר נישט רעדן. זאל קיינער נישט רעדן פון ר' טרפון'ס קאטשעקס און נישט פון סרבן'ס נישט אונטערשרייבן. ? אבער דאס האט נאך אלץ נישט געהאלפן, דער ירושלימער רב סטראשעט מיט א בריוו ווער עס איז דער מסרב לדין, מען פארבלייבט מיט איין עצה שרייען באגאץ, טראקס, מייקס און פלוג בלעטער. דרשנים רעדן פייער און וואסער, ספדנים וויינען, שמיני עצרת טאנצער מאכן רעזאלוציעס, און דער עולם גולם ווייסט נישט וואס מען וויל דא, מען דארף מאכן דעם קאווער אפ אויף מסרב זיין חתמ'ן שטרי בירורין. איי פארוואס טאקע נישט חתמ'ן שטרי בירורין ווען מען איז דער הויפט בעל דין, דער איינציגער געזעצליכער תובע וואס האט בעלות אויף די נכסים, ווייל ווי קען ער חתמ'ן אינאיינעם מיטן ברודער, ער חתמ'ט דאך שוין נישט קיין קול קורא'ס אפאר יאר, נישט ציונות נישט חיטוטי שכבי נישט גזירת עקירת הדת, נישט קיין צניעות נישט קיין פדיון שביים נישט קיין מוסדות על טהרת הקודש, ער שרייבט נישט אינאיינעם מיטן ברודער, און וויאזוי וועט אויסקוקען א פסק בי"ד וואס וועט שטיין אז אדמו"ר מהר"א און אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר האבן זיך מתדיין געווען? דאס הייסט אז ער האט מודה געווען בעבודה זרה, הי' לא תהי', נאכדעם ווי ס'ווערט נתגלה קלונו ברבים – מען קען שוין נישט ארויסדרייען פון חתמ'ן, שרייבט דער בורר א בריוו אז א חתימה איז מושלש ביי אים, וואס דער חתימה איז, צו איז בלויז א געחתמ'טער טשעק, כעין דער חתימה וואס ריכטער לעווענטאהל דערמאנט, אדער גאר א הסכמה אויף א ספר דאס שטייט נישט. אבער ווען איז דאס גע'חתמ'ט? בא הכתוב השלישי דער בלאט, און זאגט אז דער חתימה איז גאר פון חודש אדר, אויב אזוי וואס איז דער סבלנות פון האלטן די חתימה אין לעדל צוויי חדשים? וואס איז דער דרך הסוד? ווייל מען וויל נאך פרובירן טריקס אולי וועט נאך געלאנגען זיין א סרבן און סוף כל סוף נישט דארפן אינטערשרייבן, און דערווייל מאכט מען דעם קאווער-אפ און שרייט באגאץ. וועט איר פרעגן ווי קען מען פארקויפן באבקעס - שרייען באגאץ - ווען דער שופט שרייבט אז די צדדים האבן מחליט געווען צו גיין צו בוררות און דעריבער איז דער קעיס אין געריכט געשלאסן? וועט איר פרעגן ווי קען מען פארקויפן באבקעס - שרייען דין תורה - ווען דער אנדערער צד האט שוין לאנג אינטערגעשריבן נאר די ביזט דער איינציגער מסרב? - א ריכטיגער קרעכץ פון ווייטאג... דער תירוץ איז אויב סבלנות מיינט שפיכות דמים, און שחיטה מהודרת מיינט מאכיל זיין מאכלות אסורות, דעמאלס מיינט שרייען באגאץ איך האלט נישט ביים גיין צו די"ת... און אצינד וועט שוין יעדער מודה זיין אז ר' אהרן איז סבלן הדור, סרבן העולמי און רבי טרפון המהודרת... - דא איז ווי "דער הונט בילט אבער דאך... די באן פארט ווייטער!"
 |
|
|