גרויסער שבת און דינער אין לאנדאן!!
אנשי שלומינו תושבי לאנדאן הבירה יצ"ו, גרייטן זיך בחדוה עילאה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת קודש, בראשות דעם גרויסן גאסט הגאון הצדיק הרב ואב"ד דקהלתינו הק' שליט"א וויליאמסבורג יצ"ו.
דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין לאנדאן אין צוזאמענהאנג מיט די גרויסע געלט-קאמפיין וועלכע גייט דארטן אן אין די טעג לטובת די קרן הבנין פארן ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו מען שטייט ביי די לעצטע פאזע'ס און צוגרייטונגען בעפארן אנהייבן די פאקטישע בוי-ארבייט.
לכבוד דעם שב"ק קומען צו פארן צענדליגע בעה"ב ראשי ועסקני ופני קהלתינו הק' פון אנטווערפען יצ"ו.
*
אום זונטאג נאכט וועט פארקומען די "דינער ומעמד הכרת הטוב" פאר אנ"ש תושבי לאנדאן וואס האבן ארויסגעהאלפן ביז איצט, ועוד ידם נטוי' ביתר שאת פארן "וועד קרן הבנין" פונעם נייעם בית המדרש.
ביים דינער וועלן אויפטרעטן ווי פאלגענד: "אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו" הר"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו (אנטווערפען) יושב ראש - "השתלשלות המקח של הבנינים הגדולים" הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו בן הרבני החסיד המרומם ר' ישעי' זאב הי"ו - "תקופת אנטווערפען לפני המלחמה" הרה"ח ר' מנשה גראסבארד שליט"א מזקני הקהלה בלאנדאן יליד אנטווערפען - "מעלת וחשיבות בית מקדש מעט" הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ סאטמאר אנטווערפען - "דברי ברכה" הגאון גאב"ד לאנדאן שליט"א - "גדול יהיה כבוד הבית הזה" הר"ר יעקב שרייבער הי"ו מגי"ש בביהמ"ד באנטווערפען. און צום לעצט מיט די צענטראלע דרשה וועט אויפטרעטן הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, וועלכער וועט גלייכצייטיג איבערגעבן די שליחות הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
די דינער וועט פארקומען אין א גרויסן זאל אויסער די שטאט (בערך 5-10 מינוט אוועק), און א גאר רייכע סעודה וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. צום דינער וועלן ספעציעל קומען צו פארן מיט א באס אברכי קהלתינו הק' פון אנטווערפען יצ"ו.
אנשי שלומינו שיחי' תושבי לאנדאן גרייטן זיך מיט שפאנונג מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמדים!
תוקן על ידי לאעליכם ב- 14/05/2010 14:25:07
 |
|
|