Israel Consulate , United States 800 Second Avenue NY 10017 New York USA Phone: +1-212-4995000 Fax: +1-212-4995355 Website: www.israelfm.org
ווער עס קען נישט גיין זאל כאטש רופען אדער פעקסן
נשלח ב-17/5/2010 18:40
מי לה' אלי!
כל מי שרגליו עמדו על הר סיני
איז מחוייב ארויסצוקומען
היינט מאנטאג נאכמיטאג
פארנט פון ציוניסטישן קאנסול
על פי קריאת התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא
ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א
היינט מאנטאג בשעה 2:30
איש בל יעדר!
להרים קול מחאה אדירה
מסוף העולם ועד סופו
ובשם ה' נעשה ונצליח
נשלח ב-17/5/2010 18:39
סדר הבאסעס
פון קרית יואל:
ביהמ"ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב
בשעה 1:15
פון מאנסי:
ביהמ"ד הגדול דקהל ויואל משה
בשעה 1:30
פון בארא פארק:
53 קאר. 14'טע עוועניו
בשעה 2:00
פון וויליאמסבורג:
לי עוועניו העכער די הייוועי
ראטלידש קאר. בעדפארד
בשעה 2:00
נשלח ב-17/5/2010 17:44
טויזנטער בני הכולל און בעה"ב חשובים וועלן היינט מאנטאג 2:30 נאכמיטאג ארויסגיין אין די מאנהעטענער גאסן, פארנט פון ציוניסטישן קאונסילאט, צו א מאסן פראטעסט פאררופן דורך די התאחדות הארבנים דארב"ה וקנדא, וואו מען וועט אויסשרייען זעקת בני ישראל אויף די שענדליכע חפירות אין ארצה"ק, וועלכע לייגט אריין אין א סכנה אלע בתי עלמין פון איבער די וועלט!
יעדער וואס איז ערמעגליכט זיך צו באטייליגן ביים פראטעסט, טאר זיך נישט ארויסדרייען צו זיין א טייל פון דעם קידוש שם שמים.