בית פורומים אידישע געדאנק

"משפחה" - שבועות: דער שקדן ר' אהרון מסאטמר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2010 01:25 לינק ישיר 
"משפחה" - שבועות: דער שקדן ר' אהרון מסאטמר!

דאס אז דער משפחה באשרייבט ר' אהרון מסאטמר אין זייער יום טוב'דיגע אויסגאבעס איז שוין היינט נישט קיין נייעס. נאר אויב האט ח"ו איינער עספיעט צו פארגעסן אז אונזער ר' אהרן איז דער גדול בתורה בדורינו אויפן זעלבן שטאפל ווי הגרי"ש אלישיב אדער הרב עובדי' יוסף קומט אונז דער די וואכעדיגע 'משפחה' מאגאזין פארציילן אז יא! דאס איז עס; ר' אהרון מסאטמר איז דער ריכטיגער גדול בתורה מיט וואס אונזער דור קען און דארף שטאלצירן.
 
אין א ארטיקל אין דעם שבועות מאגאזין וואו זיי באשרייבן 12 פון די גדולי התורה און שקדנים פונעם דור ווערט צווישן אנדערע באשריבן הגרי"ש אלישיב, הגר"ח קנייבסקי, הגר"ע יוסף און - זעלבסטפארשטענדליך - ר' אהרון מסאטמר..
 
דאס ווייס מיר דאך שוין אז די אהרונים האבן א געשלאסענעם קאנטראקט מיט די משפחה אויסגאבע מ'זאל פון ר' אהרון רעדן יעדע האלבע יאר איינמאל מינומים. אבער אויף אזא באמבע האבן מיר זיך נישט געראכטן, אזש אז דער ר' אהרון פארט נישט אין ערגעץ אויף די וועלט נאר טאמער די תורה שרייבער קומען מיט, כדי עס זאל ח"ו נישט פארגעסן ווערן קיין איין ווארט פון די נאכאנאנדע פערל ווערטער וואס שיטן ארויס פון זיין הייליג פיסקל און מ'זאל דאס תיכף קענען פארשרייבן למען יעמוד למשמרת אין משולחן של מלכים..
 
עס גייט נאך סאך ווייטער, די מקורבים געבן איבער פאר דעם שרייבער אז דאס געוואלדיגע גאונות וואס ר' אהרון פארמאגט קומט נישט פון זיינע שטארקע כשרונות, עס איז מער דעם "פארטאגס" סדר וואס דער רבי פראוועט יעדן טאג. "יעדן פארטאגס - פאר יארן לאנג - גלייך נאך ברכת התורה וואס ווערט געזאגט בעוז ותעצומות, עפענט דער רבי דעם סידור און זאגט דעם 'אהבת עולם' פון ברכת קרי"ש, ער נעמט דאס ארויס פון תפילת שחרית און זאגט דאס נאך ברכת התורה מיט געפיל און געבעט, ער וויינט ממש ביי 'והאר עיננו בתורתך' און זיינע טרערן מאכן נאס דעם סידור" פארציילט פארגאפט איינער פון די שטוב מענטשן.
 
עס איז נאך נישט פארטיג, דער כח התורה פון ר' אהרון גייט נאך א שטאפל גרעסער, "די שטוב מענטשן נעמען יעדע שטיק צייט דעם סידור און מ'שענקט דאס א מתנה פאר איינע פון די איבערגעגעבענע נגידים פארן רבי'ן, וועלכע זעען דערין א אוצר. א סידור וואס אין דעם געפינט זיך איין בלעטל דורכגעווייקט מיט טרערן פארן באשעפער דער נותן התורה, זיך צו באהעפטן דערמיט און איר צו וויסן".
 
איר מוזט מיר מוחל זיין פארן נישט ציטירן נאך שטיקער פון דעם ארטיקל, איך קען פשוט מער נישט לאכן אזויפיל. אבער בארואיגט אייך, איר לאכט טאקע, אבער ב"ה לא אלמן ישראל; טויזענטער שעפסן וועלן זיך ארומדרייען מיט פאסטאט קאפי'ס פון דעם ארטיקל און ווייזן פאר זייערע באקאנטע אז אפילו די פרעמדע גאס הייבט שוין אויך אן איינזעהן ר' אהרון'ס גדלות אין תורה און אין וואס נישט..
 
א עקסטערן דאנק מוז איך אפגעבן פאר דעם אהרונישן סטראגעטיסט וואס האט באשלאסן צו שליסן דעם קאנטראקט מיט די משפחה זיי זאלן כסדר באשרייבן ר' אהרן, איר זענט מיר שטארק מהנה יעדעס מאל עקסטער, זעהט נאר ס'זאל זיין ווי מער אפטער...
 


תוקן על ידי באלאנד ב- 15/05/2010 01:54:27




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2010 23:34 לינק ישיר 

די נעקסטע באצאלטע ליסט גייט זיין א ליסט פון אלע בתי חיים....  

אגב קוקטס http://www.newsweek.com/id/131600נומבער 16 ווער ס'איז די אנגענומענע חסידישע ראבינער ביי די אומה"ע, נישט אז ס'אינטערסירט מיר וועם די גוי קלייבט זיך אויס, סתם פאר די אינטערסאנטקייט אז די גוים וואס ווייסן צו זאגן פון חסידישע ראבינער'ס וועמען זיי האבן אויסגעקליבן אלץ די היינטיגע חסידישע ראבינער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2010 16:11 לינק ישיר 

איך וויל מיך נישט מישן אין קיין מחלוקות אבער ס'איז נאך אלץ בעסער צי זיין צווישן די 12
ווי זיין צווישן די 50

http://www.newsweek.com/id/131600

קןקטס נאמבער 16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2010 15:24 לינק ישיר 

אינטרעסאנט אלעס וואס עס קענטס שריייען אויף ר' זלמן לייב איז א "עם הארץ" 
אויף עלטערען ברידער דער המן איז דא יעדען טאג אנדער זאכען  פרישע פיינע נייעס
מיט זיין שמיציגען מויל אין אלע אנדערע זאכען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2010 09:50 לינק ישיר 
ווען מען ווייסט נישט ווער עס איז התנא רבי עקיבא אדער עקיבא הענדלער?

הערטס א מעשה:
ווען דער גאון ושקדן בתורה רז"ל איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז שמואל ט"ב דער משב"ק צוגעגאנגען צו אים און אים געזאגט אז ער מיז זיך נעמען לערנען ווייל אז נישט וועט זיין בזיונות... האט אים דער בעל נועם המידות געזאגט "נו. יעצט און די פופציג זאל איך זיך נעמען לערנען...?" האט אים שמואל געזאגט "רבי עקיבא האט זיך גענומען לערנען ביי די פערציג. במילא איז נאך נישט שפעט!!" זאגט אים דער גאון "נו עקיבא האט דאך א קאפ פון א הענדלער..."

פירושים מיותרים


תוקן על ידי בכורשוטה ב- 16/05/2010 09:52:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2010 06:32 לינק ישיר 

אויף די עלעקטראנישע ווערסיע האבן זיי נישט דעם ארטיקל.

קען זיין אז די העברעאישע האט אנדערע ארטיקלען ווי די ענגלישע.

אגב, ווייסט איינער צו מען קען ליינען די העברעישע אנליין?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "משפחה" - שבועות: דער שקדן ר' אהרון מסאטמר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext