כ''ק אדמו''ר מ'וויזניץ מאנסי אויף שב''ק אין וומ''סבג
פארגאנגענע שב''ק איןז כ''ק אדמו''ר מ'וויזניץ מאנסי געווען ציגאסט אין וומסב''ג אויף שב''ק
ווי עס האבען מיטגעהאלטן די חסידי וויזניץ מאנסי פין וומסב''ג אינאיינעם מיט א גרויסע צאל געסט פין אנדערע מקומות
לכבוד די שב''ק יא''צ פין בעל אהבת ישראל זצ''ל
וואס איז מיר אינטערסאנט געווען ספעציעל
גייענדיג צום טיש פרייטוג צו נאכטס פינעם גרויסען גאסט
האב איך באמערקט עפעס וואס ערוועקט מיין נייגער
ווי באקאנט האט וויזניץ זיך צוגעשטעלט צו די סאטמערע אין זייערע אפילירטע קהילות - וועלכע זענען א גרויסע רוב אין וומ''ס, נישט צו טראגען שב''ק מיט די עירוב אין וומ''ס, (טראץ וואס איז זמן פין שב''ק האלט וויזניץ אנדערע זמנים פין ''יעדן'', אין זענען מקפיד צו טוהן א מלאכה בשעת ווען די גאנצע שטאט האלט נאך שבת, איז אבער ביי די עירוב אנדערש אין זיי טראגען נישט מיטן עירוב)
האב איך אבער באמערקט אז אין ליכט פין דעם גרויסען שב''ק בראשות ''דער וויזניצער רבי שליט''א'' האבען זיי געמאכט א עירוב אויף לי עוו' פארענט פין זייער ביהמ''ד - א פעילה וועלכע איז קעגן גרויסע טייל לוחמים קעגן די עירוב
פארשטייט איינער פשט דערפון?
איך מיין ח''ו נישט אראפצורייסען די וויזניץ'ער קהילה נאר איך וויל פשוט פארשטיין פשט, ווייל אויף דארף מען פראקאלאמירן אז די ראדני עירוב איז נאר געווען פאר פולישע גוים, אין עכט טאר מען קיין עירוב נישט מאכען אין וומ''ס פארוואס מעג וויזניץ יא מאכען?
 |
|
|