בית פורומים אידישע געדאנק

הכנסת ספ"ת: פארגעסן א קליינע פאקטעלע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/5/2010 18:17 לינק ישיר 
הכנסת ספ"ת: פארגעסן א קליינע פאקטעלע

א קרית יואלער איינוואוינער א הייסער נאכפאלגער פונם אהרוינישן פארטיי מאכט א הכנסת ספר תורה. כבוד ברויך ער זייער שטארק אבער א הכנסת ספר תורה ברענג היינט נישט קיין "סאך" כבוד, יעדן מאנטאג און דאנערשטאג איז דא א הכנסת ספר תורה.

וואס טוט מען? ער האט א קראנק קינד רח"ל, הענגט ער ארויס א צעטל כאילו דאס קראנק קינד מאכט א הכנסת ספר תורה. עס לאזט זיך קיינער נישט איינרעדן אז דער קראנק קינד מאכט טאקע א הכנסת ספר תורה, דער קראנק קינד איז געגאנגען צום סופר באשטעלן? ער האט באצאלט? פון ווי האט ער געלט? בקיצור, דער טאטע מאכט א הכנסת ספר תורה און צו מאכן א מצב שרייבט ער כאילו זיין קראנקע זין איז גאר דער.

פון איין זייט איז דאס אסאך איטענטשאן פארן קראנק'ען ה"י, פון די צווייטע זייט באקומט דער טאטע מער כבוד ווי ביי א געוונטליכע הכנסת ספר תורה.

א נארמאלער מענטש האט נאך אזא זאך נישט געטון. וואס האט דא פאסירט? דער טאטע איז א הייסער אנהענגער פונם אהרוינישן פארטיי און מיט דעם וואס עס הייסט אז דער קראנקער בחור מאכט א הכנסת ספר תורה "צייגט דאס איבער" אז ר' אהרן איז געווען גערעכט מיט זיין פאבליק סקול, והא ראי', ווען וואלט דאס קינד געלערענט אין פאבליק סקול וואלט ער דאך געווען א גוי...!

וואס דער טאטע האט נעבעך נישט גענומען אין חשבון איז אז ליידער ליידער זענען דא צענדליגע און הונדערטער אזעלכע בחורים אין קינדער וואס לערנען "נישט" אין ר' אהרן'ס פאבליק סקול און זיי זענען גארנישט ווייניגער "אידיש" ווי דער בחורל נעבעך.

אבער די פאקט וואס דער גאנצער אהרוינישער פארטיי האט פארגעסן איז אז אין קרית יואל האט שוין עגזעסטירט א מוסד פאר די סארט קינדער "נאך איידער" ר' אהרן האט געפענט זיין פאבליק סקול ווי מען האט מחנך געווען די סארט קינדער צו תורה וי"ש פארשטייט זיך יעדעס קינד לפי דרגה דיליה. און אין פאקט עגזעסטירט נאך עד היום הזה די מוסד "חמלה ואמונה" אין קרית יואל ווי מען איז מחנך די סארט קינדער אן דעם וואס מען לאזט זיך אריין אין אלעס שאלות "כפירה".

דאס מערסטע האט נאך דער טאטע נישט גענומען אין חשבון אז טויזענטער אידן וועלן נישט וועלן עולה זיין אין א ספר תורה וואס עס איז דא דערויף א שאלה פון "ספר תורה שכתבו מין".



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2010 18:58 לינק ישיר 

 

כל הנערים איך ווייס נישט צי די ווייסט אז דער סקול דיסטריקט האט נישט ארונים אויסגעטראפן , דאס האט מ.ט.ב. געברענגט אין משה מאנראער'ס צייטן

אין צווייטענס אין אזא טמאנע סקול דיסטריקט האט וואלי לעפקאוויטש געוואלט 3 זיצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2010 18:16 לינק ישיר 

די גאנצע קאפ פון דע כתיבת ס"ת קומט פון א חשובער יונגערמאן א מתפלל ביי ר' יודא לייבוש ענגל און אין שארמאש, ר' ל. בר"ח פ. א שוואגער מיטן חתן דינן און ארבעט מיט אים אין המספיק, ער האט דאס קאארדינעטעד פון אנהייב ביזן סוף, קומען דע ארונים קודם זענען זיי שוין געווארן מחותנים דא איך ווייס נאכנישט וויאזוי עפענען א אשכול מיט שנאה און האס ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו... ווי קומט דא אריין פאליטיק רבש"ע ווער האט דיך געבעטן דיינע קאמענטארן...?
דער בחור האט צופעליג נישט קיין שייכות מיטן סעקיולערן סקול, אגב זיי רומען זיך אינעם אשכול אז מ'לערנט דארט תורה מיט אידישקייט, דאס איז נישט קיין סתירה מיטן סעקיולערן פראגראם מ'מעג דארט שטודירן אלע רעליגיעס, מ'טאר אבער נישט פרעדיגן, זיי קענען נישט ארויסווארפן א בחור פון סקול פארן מחלל זיין שבת, ווייל דאס איז א פרייע סקול, יעדער צרי וכל זב און יעדע אמונה דארף דארט זיין וועלקאם לויטן געזעץ, אוי לנו שכך עלתה בימינו אינעם פלטרין של מלך קרית יואל, א פראגרעם וואס להבדיל די רעליגיעזע קאטוליקן ווילן נישט נעמן האט מען אין קרית יואל גענומען מיט ביידע הענט.     



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2010 02:26 לינק ישיר 

דער פותח האשכול איז א שטיק טינוף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:57 לינק ישיר 

 

 

איך ווייס נישט ווי די סקול דיסטריקט קומט דא אריין , אבער דאס רחמנות וואס דער הגה"ק האט איז צום באוואנדערען

דער ר' לוי יצחק מברדיטשוב קען זיך פארשטעקן קעגן דעם הגה"ק רחמנות , אין בכלל ווי דער הגה"ק האט ליעב אידן אין כל שכן אידענעס

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:46 לינק ישיר 

די שאלה איז נאר ווי דער ניק פריש באלאנגט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:41 לינק ישיר 

מנהל:
נישט אראפ נעמען דעם אשכול, זאל א יעדער זען מיט וואס פארא גיטע מענטשן מען האט דא צי טוען,

אין ווי ווייט זיי מיינעט דעם רבין זי"ע אין דעם אייבערשטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:37 לינק ישיר 

מנהל:
איי קענט בעליוו אז די אשכול איז נאכנישט אפגעמעקט, אזוינע פערדעריי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:32 לינק ישיר 

דער טאטע איז נישט קיין עקסטרעמע ארוני ער רופט ר' מאיר יודל טענענבוים צו זיינע שמחות, דע בחור איז א המספיק תלמיד ער האט נישט קיין שייכות מיטן סקול דיסריקט, די הכנסת ס"ת האבן אטיילגענומען בני יואלערס מיט ארונים צוגלייך,

אפשר קענט איר אויפהערן צו האקן אין טשייניק מיט דיינע שטיסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 21:12 לינק ישיר 

פריש ביסט אן אכזר אויף אן אומשולדיגע משפחה פאר גארנישט און פאר נישט.
גיי שרייב ביטע אין גוי'שע פארומס. דא רעדט זיך וועגן אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 19:59 לינק ישיר 

ער איז אליין ארום געגנגן נאך געלט פאר דע ספר תורה ער האט עס טאקע אליין אריין געבען לאז ארויס דעם אימשולדיגן טאטע נעבעך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 19:52 לינק ישיר 

 

פריש גיי הייל דיך , דו ליידסט אויף א מחלה וואס הייסט סקול דיסקריט,

דעס איז א פאביע וואס מען קען ארויסקלאפן ,דיינע גיטע מידות דארפסטו אליין אויסארבייטן אויב די האלטסט דערביי

אבער דער בחור האט גארנישט צוטוען מיטן סקול דיסטריט , ער איז א תלמיד מובהיק פון המספיק שוין באלד 20 יאר ,

 

נאך אין די צייטן וואס ענקער וואלי לעפקאוויטש האט פארלאנגט 3 זיצן אינעם טמאנעם פובליק סקול , אין אויך איז ענקער יאשקע מסור געלאפן פאר דעם טמענעם זיץ ווי ער האט אנגעצויגן די פאנטאסטישע נומבער 673 האבן געשטימט פארן טמאנעם פאבליק סקול

ווען יאשקע האט פארלוירן האט ער מברר געווען להלכה אז עס איז סעקיולער אין די הלכה בלייבט ווי ר' יחתקאל ראטה שליט"א



תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 17/05/2010 19:57:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 19:23 לינק ישיר 

וואלט ווען דער קדוש מיט דר. בערנאדא נישט געמאכט קיין פאבליק סקול, און אראפגעפליקט די מזוזות, וואלט דער בחור'ל געווען א גוי ער וואלט געקענט קומען מיט עמרם כהן טאנצען אויפן ארון קודש שמיני עצרת,

לולא דמסתפינא וואלט ווען געזאגט ער וועלט געווען סאך ערגער ווי א גוי, ער וואלט אפשר געגאנגען אין באגאץ און אפילו געגעסען חמץ בפסח פון די כלי,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 19:05 לינק ישיר 

ביטע ליין איבער מיין תגובה וועסטו געפינען אז איך האב זיך בכלל נישט באצויגן צום בחורל זעלבסט!

וואס שייך דעם בחור, האבן די עלטערן לכאורה געטון א פאזאטיווע שריט.
 
אבער גיין ניצן די אנגעווייטאגטע נושא אלס א קורדם לחפור, צו שמיצן קעגן ערליכע אידן וואס ווייטאגן פארן כבוד פון די תורה, פארן באשמוצן דעם בחור זעלבסט כאילו ווען נישט ר' אהרן'ס פאבליק סקול וועלט ער געווען א מחלל שבת און אוכל נבילות וטריפות איז פאלג מיר א גאנג בפרט ווען עס האט עגזעסטירט א היימישע פרומע מוסד פאר די סארט קינדער נאך איידער ר' אהרן האט געפענט זיין פאבליק סקול. צו דעם האב איך זיך באצויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2010 18:42 לינק ישיר 

פריש זיי נישט ברוגז די האסט דא סתם אויסגעשאסן דיינע בויך ווייען אין דיין סקול דיסטריקט פאביע,

פערצופאל הייבסטו נישט אן צו וויסן די היסטאריע פו דעם ספר,במילא קום נישט דא אהער מיט דיינע בויך סברות אין מסביר זיין דיינע פערדערייען, דא איז אינוואלווד א משפחה וואס האט דערלעבט עפעס פאזאטיוו צי טוען פאר אזא קינד וואס האט כסדר געמאנט אז ער וויל חתונה האבן ער וויל האבן א שיינע חתונה אזוי ווי יעדער האט ער איז טאקע א נישט געזונט נפש אבער לפי דרגו פארשטייט אביסל מער ווי א מענטש אין זיין פאל , איז מען אויפגעקומען מיט דע איידיע פאר צוויי יאר צריק אז מען וועט אריינגעבן א ספר תורה אין דאס וועט דינען פאר זיין חתונה, אזוי איז טאקע געווען מען האט געמאכט די סעודת מצוה פינקט ווי א חתונה אין דער בחור האט געקוואלן פאר פרייד, אין פון דעם גייט ער רעדן א גאנץ לעבן נעבעך , קומט ציגיין אזא ניק ווי פריש אין איז מסביר מיט יענמס בלוט אז וואס נאר?  יא אז דע ספר איז געשריבן געווארן דורך א מין

פארמאך דיר דאס מויל,דו ביסט אנגעפילט שנאה אויף אידן שעם דיך

דו ביסט שוין אמאל געגאנגן נאך געלט פאר א איד? איך בין זיכער אז נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הכנסת ספ"ת: פארגעסן א קליינע פאקטעלע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext