בית פורומים כל העולם כולו

ברוך דיין האמת - זאלי נעילת החג געשטארבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2010 01:21 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת - זאלי נעילת החג געשטארבן

ברוך דיין האמת

הרב החסיד רבי נעילת החג ע"ה

אוי ואויבי...

היינט האבן די זאליס געכאפט דער ענדגילטיגער מעכטיגער פראסק, ווען די בילדונג דיפארמענט האט זיי נאכמאל געזאגט זייער ליגאלע באשלוס, אז זיי געבן נישט קיין פערמיט פאר די זאליס צום נעילת החג אינעם נייעם ביהמ"ד, די נעילת החג איז אומגעקומען... געשטארבען...

עס איז באגראבען געווארן אין פאלאקס בעק יארד...

איצט איז געקומען צו אן אפשטעל די שווערע ארבעט, פאליטישע קאנעקשאנס, שמים וארץ, איבערגקערט א וועלט אז זיי זאלן באקומען די פערמיט אויף שבועות, די זאליס זענען ארום געלאפען ווי פארסאמטע מייז פון איין פאליטישען צום צווייטען געשמירט די רעדער אויף אלע זייטן, אבער עס האט זיך אויס געלאזט מיט טויטע באנקעס.

די זאליס האבן שוין פאריגע וואך באקומען דעם פראסק ווען די בילדונג דיפארמענט האט זיי קלאר געזאגט אז זיי באקומען נישט קיין נעילת החג פערמיט, נאכן ארבעטן ביטער שווער א גאנצע וואך, אבער נעכטן האבן די זאליס געהאט אן עמערזשענסי מיטונג ביי רז"ל אינדערהיים, ווי מען האט געריפען אלע קארפן קעפ, זיי האבן אלע אנגעשייגעצט שלום דייטש אז ער איז שולדיג, ער האט זיך נישט געלאזט און געשריגען אז יעקב בער איז שולדיג.

נאך 4 שעה האבן זיי באשלאסן אז היינט מאנטאג גייען זיי ניצן אלע כוחות אויף דער וועלט און איינשפאנען אלע זייערע קאנעקשאנס אז מען זאל די נעילת החג פערמיט באקומען, אויך איז באשלאסען געוארן אז שאול פערלשטיין זאל זיך האלטן די מויל פארמאכט און נישט זאגן קיין דרשות, ווייל ער האט מיאוס און ביטער אנגעזעצט די זאליס ביי זיין בית החיים "אלעס בלייבט ביים אלטן" דרשה, און נאך עד היום ליגט דער ביטערן טעם דערפון אין די זאלי ביינער.

אזוי האבן זיי היינט געטאן אויף אמאל פון אלע זייטן ווי א ווילדער צונאמי האבן זיך די זאליס היינט גענומען איבער די בילדוגנ דיפארמענט צו באקומען די פערמיט, אבער דער טאג איז פארטיג און האבן גארנישט באקומען, נישט דא קיין נעילת החג פערמיט.

די זאליס זענען צו שאסן אויף שטיקער, רז"ל אליין איז דיפערסט ער שעלט און שימפט, עס איז מכת חושך ואפילה ביי אים, ער ווארפט די שילד אויף שלום דייטש.

וואס נעילת החג מיינט ביי די זאליס ברויך מען נישט מסביר זיין, דאס איז ביי זיי ווי ליפט צו אטעמען, א גאנץ יאר טרעטן רוב זאליס נישט אריין צו רז"ל, זיי זענען נישט אינטערסירט אין זיינע גע'גנב'טע תורות, און עם הארץ פריש געבאקענע פסוקים, פון זיין שיריים עקלען זיי זיך, זיין דאווענען מיט זיין ענגלישער הבראה איז גוט פאר די פייוו טאנס מאדערענע אידן, זיי זענען נאר ביי אים ווייל ער קען שטויסען זיין ברודער בעסער ווי יוסל וואלדמאן.

אבער די זאלי פירער מיט רז"ל ליידן דערפון ביזי בזיונות א גאנץ יאר, ווען מען טרעט אריין אין ראדני איז עס ליידיג און פיסט, פרעמדע אידן ווען זיי קומען אהער קענען נישט גלייבן די בזיונות, האבן זיי באשלאסען אז די 3 מאל א יאר ביי נעילת החג וואס דעמאלס קען מען נעמען פיקטשערס, וועלן זיי איין לייגן וועלטן אז די זאליס זאלן קומען, אז מען וועט האבן 3 מאל יאר פיקטשערס וועט מען קענען פארווישען די ליידיגקייט און פיסקייט פון א גאנץ יאר, די זאליס פלעגן נישט רעדן פונעם יו"ט, נאר לייגן ריזיגע ליילעכער מיט אלע קאלירען, ריזיגע מאפעס אלעס נאר פונעם נעילת החג, גאנצע נעילת החג בלעטער אין דער איד, עס פלעגט אויסקוקען אז עס איז בכלל נישט דא קיין יו"ט נאר א נעילת החג.

מען האט אנגעגרייט דעם נעילת החג אינעם נייעם שול דאס שענעסטע וואס מעגליך פארן פיקטשער, קונצליך געמאכט אז אפילו מיטן קליינעם עולם זאל עס אויס קוקן פיל, אין דערמיט האבן זיי געמאכט א ברייטן טיש אזש אז אן עריפלאן האט געקענט לאנדען... די פרענטשעס האבן זיי געמאכט 2 פיס צווישען איין סטעיפ און צווייטען, נאך אלעם האבן זיי גענומען דר. שפיטצער וואס האט אנגעפילט די לעכער פארן פיקטשער מיט טויטע שטריימלעך און היטן.

אבער היי יאר איז די נעילת החג פיקטשער אומגעקומען און באגראבען געווארן אין פאלאקס בעק יארד.

איצט קענען זיך די זאליס פרייען אז זיי האבן א פרישען מת אין פאלאקס באגראבען....

איצט וועלן די זאליס דארפן באקן פרישע תירוצים פארוואס מען קען נישט פירן די נעילת החג אינעם נייעם שול, טייל פון די תירוצים איז שוין געבאקען, די בילדונג איז אין א סכנה... סכך האט געברענט.... זיי ווילן אליין נישט מאכן דארט נעילת החג... זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט... אלעס בלייבט ביים אלטן... דער עולם איז שוין נישט געקומען די לעצטע יארן... עס אזי איינס מיט פאלאק... וכו'...

אבער די סך הכל איז דער נעילת החג איז געשטארבן, זאגט א קליג אידל די גאנצע זאך איז דאך נאר פארן פיקטשער, דר. שפיטצער האט ממילא געמאכט רוב פיקטשער יעדעס יאר, טא זאל ער היי יאר מאכן די גאנצע פיקטשער און פארטיג...

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 18/05/2010 01:53:14




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2010 16:43 לינק ישיר 

האט ווען ר' בערל פריעדמאן און יצחק ראזענבערג שכל, וואלטן זיי נישט אנגעהויבן צו בויען דאס ביהמ"ד אויף ראסס סט. זיי וואלטן נאר פשוט פארברייטעט אינעווייניג... קוקטס דעם פריערדיגן בילד... א בילד רעדט מער ווי 3 שאול פערלשטיין'ס דרשה'ס....

למען האמת מוז צוגעגעבן ווערן, אז דאס איז די קרעדיט פון די זאליס, זיי האבן כסדר געמאלדן, אז: אמת טאקע מ'לייגט אריין טישן אין ראדני, אבער מיט גרויס חכמה האבן זיי אויסגערעכנט ס'זאל גארנישט צונעמען קיין זיצן!! און.. ס'איז זיי געלונגן....... אז איר גלייבט נישט, קוקט דעם בילד..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2010 03:09 לינק ישיר 

די זאליס האבן באהאלטען אויף אפיקומן זייער נעילת החג פיקטשער, זיי האבן עס נישט אריין געלייגט אין קיין שום צייטונג ווי יעדעס יאר, נאר זיי האבן יעדעם אנגעקאלט אז זיי זאלן זיך נישט אריין לייגן קייו שום בילד פון נעילת החג, ווייל רז"ל לאזט נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2010 01:10 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו דער עולם האט געכאפט די טיפזיניגע שאקעלדיגע ליצנות פונעם לעצטן בילד

די ווענט זענען פון ראדני, און דער עולם איז פון "בית המדרש החדש"... כ'האב אזוי געלאכט.

ווי איינער זאגט: אז גוט איז גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 22:58 לינק ישיר 

וועלכער יאנקעלע גליק זאגט דאס ?
יאנקל גליק #1 אדער יאנקל גליק #2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 00:52 לינק ישיר 

ס'גרעסטע ליצנות איז געווען אז די ערשטע נאכט שבועות צווישן די פילע הינדערטער געסט וואס זענען געזעצן ביים טיש ביי ר' זלמן לייב האט גאר מאיר ראטה באקומען בענטשן ווייל ער איז געווען דער איינציגעסטער וואס האט נאך נישט געהאט געבענטש.
יאנקעלע גליק זאגט אז ער האט שוין געהאט געבענטש נאר אן צי שפארן בזיונות האט מאיר ראטה נאך אמאל געבענטש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 19:16 לינק ישיר 

סגולה נפלאה...

ווען מען קען נישט פטור ווערן פון א זאלי וואס מיטשעט אייך, זאגט אים "נעילת החג" ער ווערט נעלם אין א אויגן בליק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2010 18:40 לינק ישיר 



וואס געשטארבן? ווען געשטארבן? א מעכטיגע ציבור!!

(קרעדיט: היראים)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2010 18:02 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
אבער די סך הכל איז דער נעילת החג איז געשטארבן, זאגט א קליג אידל די גאנצע זאך איז דאך נאר פארן פיקטשער, דר. שפיטצער האט ממילא געמאכט רוב פיקטשער יעדעס יאר, טא זאל ער היי יאר מאכן די גאנצע פיקטשער און פארטיג...

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 18/05/2010 01:53:14




עס האט אויסגעקוקט קאמיש
אבער נאכען זעהן די גרויסע בישות מיט די היי יעריגע בילדער האבען זיי אנגעהויבן ניצן די אלטע בילדער - אן בילדער איז דאך די פארטיי חרוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2010 00:28 לינק ישיר 

די לוי'

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2790338&forum_id=16386





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2010 02:11 לינק ישיר 

ס'נישט קיין סוד אז זיי קענען נאך ארבעטן ''אין'' יו''ט צו באקומען א פערמיט
ס'וועט ליידער נישט זיין קיין נייעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברוך דיין האמת - זאלי נעילת החג געשטארבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext