איך שרייב וואס איך מיין, און אדרבה זאל דער עולם וואס איז געווען דארט זאגן צו איך בין גערעכט צו נישט.
לענ"ד האט דער עולם היי יאר איבערגעשטיגן פון די לעצטע פיר יאר, ווייל מיר איז אויסגעקומען צו זיין אינדרויסן פון ביהמ"ד ביי יוצר דעם ערשטן טאג, מען איז געשטאנען ביז די פארטש און געדאוונט, אונטן נעבן היכל רז"ב זענען געווען נאך אסאך מאחרים לבא, און מען האט דארט אויך נישט געקענט דורכגיין, קיעה"ר אזא ציבור.
דער קלימאקס פון די דברי תורה איז זיכער געווען די דברי אלקים חיים ביי נעילת החג, ווען די רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס דא אידן האבן נישט מקבל געווען די תורה ו' בסיון איז געווען פון זייער זייט א מסירות נפש (ווייל די וועלט וואלט געקענט ווערן תוהו ובוהו) כדי מקיים צו זיין א מצוה דרבנן, א ציווי פון משה רבינו.
און די רבי האט נאכגעזאגט פון רביה"ק בעל דברי יואל, אז דאס איז געווען די יסוד החסידות פון הייליגן בעש"ט, צוויי זאכן, טון א טובה פאר א צווייטן איד, און האבן מסירות נפש פאר א קוצו של יו"ד פון שולחן ערוך.
איר וועט מיר אנטשולדיגן
אבער איך קען מיר נאכנישט צוזאמען קלויבן די מחשבות, ממילא פה תהי' שביתת קולמוסי כעת
דער נפש איז זאט ב"ה, אויסגערוט, אבער דער גוף איז אויסגעמוטשעט, צופיל שעות האב מיר אין די 48 שעה נישט עספיעט צו שלאפן, און איך מיין אז ווער איז געווען ביי אלע טישן האט נישט צופיל געקענט שלאפן דעם יו"ט
תוקן על ידי וואלןסח ב- 21/05/2010 07:20:41