| נשלח ב-21/5/2010 11:16 |
|
| |
תגובות - מחריבי קרתא
נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!! רביה"ק ס"ש נשא תשכ"ז
(ארויניס & זאליס קא. עס פעלט נישט אויס צו אריין מישן ענקער פאליטיק)
דא וועלן געלייגט ווערן תגובות אויף דעם אשכול פון מחריבי קרתא
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 21:04 |
|
| |
סיקריקים קעגן א תולדות אהרן חסיד
* width="480" height="385">
<*
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 16:49 |
|
| |
איידער איך גיי ווייטער
איך וויל דא אנרירן א נקודה, וואס לכאורה וויפל איך קען די שרייבערס דא, וועט דאס נישט אריבער גיין אינגאנצן בשתיקה, אפשר וועט גאר פלאצן א פייערדיגן וויכוח ארום דעם נושא, אבער איך ערלויב זיך צו בעטין פון דו חשוב'ע – און די ווייניגערע חשוב'ע, זיך האלטן אין די ראמען, און אויב האט איינער וואס צו מגיב זיין, זאל דאס טוהן אינעם מיוחד'יגן אשכול "נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!!" http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2790317&forum_id=16386 עס איז מיר קלאר, אז דער נושא האט יעדער שוין זיין אייגענע פאליטישע "דעה קדימה", אויב די ליינערס – דו מגיבים וועלן מיר געטרויען און פאלגן – וואלט איך געבעטן א בקשה, טוט א טובה, זייט זיך מתייחס צו די זאך, אהן קיין דעות קדימות – און אהן קיין פאליטישע פאלטשע אינטערעסן, איך וועל ברענגען פאקטן וואס איז מיר אישית באוואוסט און באקאנט פונעם שטח, און וויא פארשטייט זיך, אז "השערות" – שפעקאלציעס" – א.ד.ג., קענען נישט משנה זיין קיין מציאות'ן, און פאשקעווילן וויא איר אלע וויסן דא, איז קיין פראבלעם צו פארשפרייטן, כידוע ליודע חן. נאך איין קלייניקייט: דער כלל - מיין שונא'ס שונא איז מיין אוהב - איז קינדעריש. מיין שונא'ס אוהב איז מיין שונא - איז לעכערליך. מיין אוהב'ס שונא איז מיין שונא - איז אפגעפרעגט, מיין אוהב'ס אוהב איז מיין אוהב – איז נישט ריכטיג, - מואב מיט מדין - באקאנט פון ערגעץ וויא? איך וועל דאס באלד ארויף לייגן אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 01:32 |
|
| |
אוי צעמח'ל צעמח'ל, אויב דו ביסט "אהל זרה'ס" פארטרעטער, וועט מיין ג'אב אינעם בונקער זיין לייכטער - און גרינגער
צעמח'ל שרייבט דער "אומגערעכטער" סאברא, וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה צו באשמוצן א קהלה קדושה בישראל, איז זיך סותר מיניה וביה. נאר לידיעה בעלמא, אין תו"א איז ב"ה דא א שיינער ציבור וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און האט נישט צופיל צייט צו לערנען (אזוי דארף אפשר זיין, כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט). אבער דאקעגן אין אהל שרה זענען 100 % בני תורה רוב שעות פון טאג. אוודאי איז עס נישט קיין פארגלייך אין די צאל פון די חברי הקהלה אבער מ'רעדט דאך אין פראצענטן. חחח, דערמאנסט מיר א ווארט וואס ר' ליפא פריעדמאן ז"ל פלעגט זאגן, "פאפא מיינט אז סאטמאר איז נומבער 1, און פאפא איז נאמבער 2, דער אמת איז האט ר' ליפא ממשיך געוועהן – סאטמאר איז נאמבער 1-2-3-4-5.................פאפא איז נאמבער 20" כלפי מה הדברים אמורים, אהל זרה האט א כולל פון 19 אינגעלייט (75% פון יאהר דארף מען נישט לערנען ווייל מען איז פארנומען מיט טעראריזירן די תושבי מאה שערים – און מען באקומט כולל געלט כמובן - אזויוויא איך בריינג אונעם "נטורי קרתא? – מחריבי קרתא!!!" אשכול) – און חוץ פון דעם האבן זיי זערא 00, נישט קיין מוסדות נישט קיין תלמוד תורה – גארנישט, הא אנטשולדיגט זיי האבן א ישיבה קטנה – פון אפאר פרענקען תולדות אהרן דארף נישט דא קומען באשרייבן זייערע מוסדות, אבער נאר דער כולל פון תולדות אהרן אליינס האט 350 אינגעלייט. יעצט צו די פאקטן, איך האב יעצט אנגערופן א קרוב משפחה אין א"י, און מברר געווען די אלע זאכן. אינטרעסאנט נאר איבערצוגעבן אז אין א"י ווייסט קיינער נישט פון די אלע באבע מעשיות, און פון די אויסגעזויגענע שקרים וכזבים וואס דער אומגערעכטער ברענגט דא. האסט ממש יעצט אנגערופען א קרוב משפחה?מיינסט ערנסט, דאס אלעס וואס איך ברענג אינעם אשכול – "נטורי קרתא? – מחריבי קרתא!!!" http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2790311&forum_id=16386, איז קראנט – און באקאנט פאר די תושבים פון מאה שערים און ארום, אין שקרים וכזבים קען אויך שרייבן אויף דיין "ממש יעצט אנגערופען א קרוב משפחה" האט איינער באמערקט אז אין זיינע ארטיקלעך האט ער נאך נישט געברענגט אפי' 1 (!) ראיה צו די אלע לאקשן וואס ער פארקויפט אונז דא. יעצט ר' "אומגערעכט", שרייב ביטע מיט גרויסע רויטע אותיות "המפורסמות אין צריכין ראיה". און נאך וואס דער ציבור דא וועט זעהן די גרויסע אותיות און איבערהויפט אויב ס'וועט נאך זיין רויט אויכט, וועלן מיר אלע אנהייבן עטוואס גלייבן דיינע געשיכטעס. רייט, (רויט) "המפורסמות אינן צריכין ראיה", מיר ליידען זיך שוין צאם פון די "מחריבי קרתא" 43 יאהר, אלע ווייסן דאס – און אלע קענען די טרוקענע פאקטן, און נישט אומזיסט האט רביה"ק געזאגט אויף זיי – זיי זענען נישט נטורי קרתא – זיי זענען מחריבי קרתא – אויף דעם ווילסטו אויך א ראיה?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 01:09 |
|
| |
די אלע מעשיות איז באוואוסט אין ירושלים. און ר' צמח אויב דו ווילסט מזאל טאקע מיינען אז דו ביזט נישט קיין סאברע מוזטו זיך אביסל צולערנען נישט צו שרייבן ווי א סאברע, ווייל יעדע ווארט דיינע שרייט סאברע?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2010 00:01 |
|
| |
דער "אומגערעכטער" סאברא, וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה צו באשמוצן א קהלה קדושה בישראל, איז זיך סותר מיניה וביה. ערשטנס שרייבט ער "הלואי וואלט איך זוכה געווען צו זיין פון די ערליכע קהלה קדושה תו"א", אפאר שורות שפעטער פארגעסט ער אז ער שפילט, און ער שרייבט "מיר וועלן גיין מיט דעם, מיר גייען מיט דעם, וכו". אקעי נישט געפערליך האסט פארגעסן, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, אבער דו שרייבסט דאך אזוי גראב אז מ'קען פונקטליך זעהן ווער דו ביסט, און אז דו זיצט א גאנצן טאג אין רח' שבטי ישראל אין אפיס, און ארבעט אימערמידליך אין דרערד צו לייגן "אהל שרה". האלט זיך איין אביסל. נאר לידיעה בעלמא, אין תו"א איז ב"ה דא א שיינער ציבור וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און האט נישט צופיל צייט צו לערנען (אזוי דארף אפשר זיין, כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט). אבער דאקעגן אין אהל שרה זענען 100 % בני תורה רוב שעות פון טאג. אוודאי איז עס נישט קיין פארגלייך אין די צאל פון די חברי הקהלה אבער מ'רעדט דאך אין פראצענטן. יעצט צו די פאקטן, איך האב יעצט אנגערופן א קרוב משפחה אין א"י, און מברר געווען די אלע זאכן. אינטרעסאנט נאר איבערצוגעבן אז אין א"י ווייסט קיינער נישט פון די אלע באבע מעשיות, און פון די אויסגעזויגענע שקרים וכזבים וואס דער אומגערעכטער ברענגט דא. האט איינער באמערקט אז אין זיינע ארטיקלעך האט ער נאך נישט געברענגט אפי' 1 (!) ראיה צו די אלע לאקשן וואס ער פארקויפט אונז דא. יעצט ר' "אומגערעכט", שרייב ביטע מיט גרויסע רויטע אותיות "המפורסמות אין צריכין ראיה". און נאך וואס דער ציבור דא וועט זעהן די גרויסע אותיות און איבערהויפט אויב ס'וועט נאך זיין רויט אויכט, וועלן מיר אלע אנהייבן עטוואס גלייבן דיינע געשיכטעס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 22:10 |
|
| |
א טאץ קרעם קייק, אויף א היימישע צניעתדיגע פרוי
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 21:55 |
|
| |
"בגצניק" - גיי אראפ פון בוים
די עדה החרדית האט אלעמאל נישט געלאזט גיין בחורים צו הפגנות, דריי נישט די קאפ מיט קראלע פאקטן,
און נאכאמאל, ווי עס זהעט מיר אויס אז דיינע גאנצע מאמרים איז נאר לנגח די קהילה קדושה תו"א מיט זיינער רבי'ן, וויל איך דיר לאזן וויסן אז גרעסערע פון דיר האבן שוין פראבירט די ארבעט, און מער ווי מחבל זיין אין די עדה החרדית טוט דאס גארנישט אויף,
און ווייטער אויב לשיטתך אז נאר פון ווען תו"א רבי איז נתמנה געווארן באדמורות, און לפי ווי די זאגסט האט ער געפאדערט אז בי"ד זאל מער נישט לאזן בחורים וילדים זיך משתתף זיין ביי הפגנות, און בי"ד האט משנה געווען זייער דעה וועגן עם, דאס איז דער גרעסטער באווייז אז תו"א רבי האט דער גרעסטער כח אין די עדה החרדית, בעסער געזאגט תו"א איז עדה החרדית.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2010 17:59 |
|
| |
העדה וואס די האסט געטוהען ווייס איך נישט אבער צו די זאך האסטו נישט גענפערט
איך פרעג צו די עדה האט אמאל געזאגט קינדער און בחורים זאלן נישט גיין צו הפגנות פאר דער מאנסי'ער קנאי איז געקומען אויף א"י?? און די ענפערסט מיר פון אוהל זרה מיט תורא ונראה!!
דאס איז קלאר אז השחתה פון ליידיגייער'ס איז ערגער ווי אלעס אבער השחתה פון מאנסי'ער קנאים איז אויך א גרויסע שטער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 23:26 |
|
| |
ר' צעמאח'ל
דו שרייבסט דאס?
האט איינער באמערקט אז דער "גערעכטער" דרייט זיך ארויס און ענטפערט נישט אויף די פאלגענדע שאלה: "קען זיין זיי גייען יא ארויס צו די הפגנות, אבער דא אין הייד פארק זענען דא יעדן טאג פונדאסניי הונדערטער בילדער פון מוחים. און זייער זעלטן פאלט אריין א בילד פון א קאפטן. אפשר זענען זיי בבחי' רואה ואינו נראה" ? אין א דערנעבנדיגן אשכול באפאלט ער מיר, און ער רעדט איבער די טויזנטער טויזנטער (איבער 20 טויזנט חאחאחא) וועלכע האבן געטאנצן און געזעהן ווי א כהן גדול פאטשקעט אין פייער אויף קברים, און שיסט גירא'ס אין די אויגן פונעם שטן אריין. אבער צוליב "געוויסע סיבות" האלט ער זיך אפ פון ענטפערן אויף די אויבנדערמאנטע שאלה. וואו זענען די בילדער פון די קאפטענעס ?
המפורסמות אינם צריכים ראיות - וגם לא פיקטשערס, תולדות אהרן שטייען - זענען געשטאנען - וועלן שטיין בראש מערכות ישראל - לימין הביד"צ שליט"א - מיטן פילסטן מסירות נפש - מיר וועלן גיין מיט דעם - מיר גייען מיט דעם - און מיר זענען געגאנגען מיט דעם, נישט פיקטשערס - און השמצות - וועלן אונז בייגן פון אונזער דרך.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 21:59 |
|
| |
"הולך לבג"ץ" שמך נא לך ואתה נאה לשמך
[quote]
און צו דיר דער העדה'ניק וויל איך וויסן האט מען אמאל געהרט פאר תשנ"ז א הכרזה פון בי"ד אז בחורים און קינדער זאלן נישט גיין צו הפגנות???????, האט מען ביי אלע גראבונגען ביז תשנ"ז גווארט אזוי לאנג ווי א וואך ביז מע גייט ארויס???????, איך געדענק נאך די הפגנות פון גבעה הצרפתית, עכו, יפו, מורד הר הבית, בר אילן, כביש רמות, איז דזארט געווען אזא זאך???????.
פון ווי קומט דאס צו די עדה אז זיי זאלן ווארטן אזוי לאנג? דאס אז מע זאל נישט מאכן קיין שאדען און געלט דאס איז אמת, אבער ווארטן, א בריוו, דאס איז קיינמאל נישט געווען און איך בין שוין מברר אויפן אשכול פלי בארגען פון ווי דאס קומט ומשם תדרשינו לטובה אויב די ביסט נישט פארביסן
און איך וויל דיר בעטען א טובה אלס איינער פון חוץ לארץ וואס גייט אסאך ארום נאך געלט מיט אידן פון א"י בכלל און ירושלים בפרט, הזהרו בדבריכם, דא וויסט מען נישט קיין חילוק פון מחריבי קרתא און א העדהניק, א חסיד א ירושלימער, מיטן שרייבן אז זיי זענען און כולל פוסטע ליידיגייער מאכט מען א כלל און ווען מ'קומט נאך געלט צו מענטשען שרייט מען זאלן זיי גיין ארבעטן, איך האב געזען אויף הייד פארק אז דאס איז א קבוצה ליידיגייער'ס און מע קען נישט מסביר זיין אז דער איד נישט, בעט איך חכמים הזהרו בדבריכם אסאך אידן ליינען דאס[/quote]
אנטשולדיג די רעדסט ווי א נער, ווי עס זעהט אויס ביסטו היינט געבוירן, איך אליין בין ארום געפאהרן מיט א קאר בהוראת הבד"ץ שוין מיט 20 יאר צוריק, און אויסגערופן בשם הבד"ץ זאלן אלע אהיים גיין און נישט מאכן מעשה אלימות,
און נאכאמאל ס'איז א גרויסער נפק"מ ביי הפגנה אויפן מקום החילול, ווי צו מאכן וואנדאליזן אין מא"ש געגנט,
ווייטער ברענג מיר איין מאל ווי 'בי"ד' האט גערופן דעם עולם צו א הפגנה (נישט א מחאה) און מא"ש,
ווי עס זעהט מיר אויס לויט דיינע תגובות דא ביסטו געקומען נאר לקנטר מיט איין ציל קעגן א געוויסע חסידות,
און וועגן חו"ל, איך מיין אז איך דריי זיך אביסל מער פון דיר דארט, דער עולם זענען נישט קיין נערנים, יעדער דארט ווייסט גוט וועמען מ'דארף באמת שטיצן, איך רעד אסאך מיט זיי, דער סאטמאר רבי זי"ע האט גוט אריינגעבראגט ביי זיינע תלמידים וועמען מ'דארף צו שטיצן, און אפי' ביי די אביסל מער מאדערעדע איז אויך קלאר דע בילד,
אויב יא חכמים הזהרו בדבריכם און גיב אכטונג פון הזהרו בגחלתן און רעד נישט אויף א רבי און א מנהיג פון די ראשי קהילות הקודש דעדתינו, אפי' ווען ס'געפהעלט דיר נישט,
עלה והצלח איך וויס אז איך וועל דיר במילא נישט אנדערש מאכן, ווייל פון דיין מויל שפראצט שנאה צו הערליכע אידן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 21:21 |
|
| |
געקלעפט אין די ירושלימער גאסן
ביטע נישט לייגן אזעלכע גרויסע בילדער, עס פארהארגעט די גאנצע עמוד - דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/05/2010 21:52:12
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 21:10 |
|
| |
זאג מיר מיסטער באגאצניק, דו האסט נישט קיין הגיון אין דיין קאפ?
די מערכות אין ארץ ישראל בדרך כלל, גייט האן אסאך טעג און וואכן און אמאהל אפילו מער, מיסטער באגאצניק דו האלסט טאקע אז (ביז תשנ"ז - וואסארא דאטום איז דאס?) האט מען אין ארץ ישראל מבטל געוועהן די תורה פון תינוקת של בית רבן - אויף לאנגע וואכן? ביסטו אזוי נאריש? אפשר - אבער די ליינערס דא נישט.
פארשטייסטו טאקע אז (ביז תשנ"ז - וואסארא דאטום איז דאס?) האט מען געהייסן דו בחורים גיין צו הפגנות, און זיך ארעסטירן, אין זיצען אין ארעסט מיט די געמיינסטע יונגען שקצים מנוולים רוצחים - וואס צו זיין מיט זיי איין איינצלענע מינוט איז מטמא? ביסטו אזוי נאריש? אפשר - אבער די ליינערס דא נישט.
איך מיין אז איך בין נאריש, אז איך ענפער אויף דיינע נארישקייטן - וואס דו זויגסט ארויס פון דיינע פינגער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 20:57 |
|
| |
די קענסט טאקע נישט ענטפערן צו די זאך????
פון ווען האט די עדה ארויס געגעבן אזא צעטעל אז בחורין וילדים לא ישתתפו בהפגנות??????
האט דאס פאסירט ביי בר אילן? האט דאס פאסירט ביי כביש רמות? אדער ביי אנדערע הפגנות ביז תשנ"ז? הוא הדבר אשר דיברתי דיין רבי הייסט שרייבט מען! ער האט געזאגט אז בחורים מיט יונגלעך זאלן נישט גיין אז נישט גייען נישט זיינע אינגעלייט איז געווארן די עדה שרייבט, (נישט אז איך האלט אז בחורים מיט אינגלעך דארפן גיין)
און אז די זאגסט היינט איז מען געגאנגען 35 אינגעלייט
פארמאגט תו"א נישט מער ווי 35 אינגעלייט און סאטמאר און ירושלים פארמאגט 55 אינגעלייט וואס זענען געגאנגען זה אומר דורשינו, און אפשר קענסטו מיר ברענגען בילדער ווי מע זהעט אפילו איין קאפטן פון תו"א ביים פראטעסט אדער און טורמע, אדרבה ברענג בילדער פון 35 קאפטענעס, נישט פון תוא"י אדער דער ראש כולל פון סאטמאר וואס גייט אויך א קאפטען
פראביר זיך נישט צו נער'ן און זיי א חסיד פון דיין רבי'ן וואס האלט אז דאס קנאות איז אונטערגעגאנגען און פראביר עם נישט צו פענטפער'ן און גאס, נאר שרייב זיין אמת'ע דעת קודש
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2010 20:30 |
|
| |
צמח'ל - ענדע האסטו אויסגעשפראצט? - מיט פאקטן קען מען זיך נישט קריגן - און דאס זענען די פאקטן. - הלוואי וואלט איך זוכה געוועהן, צו זיין פון די ערליכע קהילה קדושה תולדות אהרן
| צמח_דוד כתב: |  | די אלע ליינער'ס ווערן געבעטן זיך צו האלטן פאסיוו און נישט ווערן איבערגענומען פון די אלע שמוציגע באהאנדלונגען פון "גערעכט", ליינט אביסל וואס עס שטייט צווישן די שורות, מען דארף נישט ליינען צווישן דו איך שרייב קלאר אהן קיין רמזים, וועט איר זעהן אז עס רעדט זיך פון א "תולדות אהרן"ער שטונקער דאס ביסטו גערעכט איך האב זיך היינט נישט ארום געוואשן וואס ס'טוט אים זייער וויי אז די אהל שרה חברה האבן מיאוס צוגעפיקסט מויראדיג צוגעפיקסט - עס האבן געטאנצט און זיך געפריידט טויזנטער - טויזנטער מענטשן, בראשות דעם תולדות אהרן רבי'ן, לכבוד ר' שמעון'ען למגינת ליבם פון אלע תו"א שונאים, זיין רבי'ן מיט עטליכע וואכן אין צוריק אין מירון.
און דו "גערעכטער" תולדות אהרן'ער געמאכטער צדיק'ל, מאך זיך צו דיין מיאוס מויל פאר דו רעדסט אויף יונגעלייט וועלכע לאזן זיך טרעטן און ליגן אונטער די טראקטאר'ס אכטונג צו געבן אויף חילול קברי ישראל, אונטער די טראקטארס לייגן זיך די תו"א אינגעלייט - וויא רופסטו דעם הייליגן מלביש? "געשטרייפטע קאפטענעס", אין דיינע צדיקים'לאך ווייסן נאר צו פארברענען מיסטן, אוו פייניגען טויזנטער משפחות אל לא עון בכפם - אין מאה שערים געגענד, אין די זעלבע צייט וואס דיינע חברים מיט די געשטרייפטע קאפטענעס זיצן אין דעם "רשת הכוללים" און גיבן אכט ס'זאל זיי נישט שמוציג ווערן דער קאפטן.
איך ווייס נישט, קען זיין זיי גייען יא ארויס צו די הפגנות, אבער דא אין הייד פארק תוה"ק "היידפארק", זענען דא יעדן טאג פונדאסניי הונדערטער בילדער פון מוחים. און זייער זעלטן פאלט אריין א בילד פון א קאפטן. אפשר זענען זיי בבחי' רואה ואינו נראה.
ביטע ווארף נישט קיין שטונק אן קיין דעקונג, ווער האט דיר פארציילט ווער האט מיר פארציילט? פון מיינע מקורות, איך דארף דיר נישט זאגן פונקטליך "ווער" - אויב דו ווילסט דווקא - דא האסטו
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17098&cat_id=1 איך האב אבער מיינע באגלייבטע מקורות - איך דארף נישט אנקומען צו דעם, עס איז א סוד און גאנץ בראד - ווער עס מאכן די אלע רוצחישע געמיינע שטיק.אז אהל שרה האט צושאסן די קאר פון "בזק", דו האסט געזעהן ? וואס ווארפסטו שקרים ? |
|
 |
|
|
|
|
|