ס'איז נאך נישט אדורך קיין לאנגע תקופה פון יענעם שוידערליכן זונטאג פ' וישב וואס דאם הייליגע שטעטעל קרית יואל האט בייגעלעבט א גאר ווייטאגליכע פאסירונג, אזא וואס ס'האט שוין ביי ערליכע אידן נישט פאסירט דורות לאנג. א מקום קדוש וועלכע האט געווירבלט שוין קרוב צו דרייסיג יאר מיט תורה ותפילה בוקר ערב וצהרים, איז גרויזאם אפגעשלאסן געווארן. די טראגישע לוי' וואס די הונדערטער תושבים האבן דורכגעפירט אויף די הייליגע ספרי תורה, וועלכע האבן געדארפט גלות גיין, האט דורכגעפירט א טיפן שאק און טרייסל ביי יעדן פון גרויס ביז קליין. אויך איבער די גארער וועלט וואו ס'האט זיך בליץ שנעל דערטראגן די שמועות פון דעם שענדליכן אקט, האט דאס אריינגעווארפן יעדן ערליכן איד אין א טיפן צער, און איז גאר שטארק פארדאמט געווארן.
די טרויעריגע סצענע ווי הונדערטער אידן גייען מיט געבויגענע קעפ, באגלייטנדיג ארויס די אין טלית איינגעהילטע ספרי תורה אין זייער גלות וועג, און די פייערדיגע דרשות וואס ס'האבן דאן משמיע געווען די רבנים הגאונים שליט"א לאור המאורע, ארויסברענגנדיג דעם גרויסן ווייטאג פון אזא געשעעניש, די שרעקליכע זינד וואס ס'איז באגאנגען געווארן קעגן כלל ישראל און די שכינה הקדושה, רופנדיג פאר תיקון המעשים ובפרט בזהירות אין כבוד ביהמ"ד, איז געבליבן טיף איינגעקריצט אין אלע באטייליגטע, און וועט דוכט זיך קיינמאל נישט פארגעסן ווערן.
וויפיל מ'זאל נאר שרייבן וועט דאס אלץ בלייבן צו העל ארויסצוברענגען די מעשה נבלה אין איר ריכטיגן פארב. ווען מ'האט אמאל גערעדט פון אזא מציאות פון אפשפארן א ביהמ"ד האט דאס גלייך געטראגן אין געדאנק צו די נידריגסטע פארברעכער פון די מענטשהייט, ווי נאצי-דייטשלאנד און סאוועיט-רוסלאנד. די גרעסטע רשעים אין אלע צייטן, וועלכע האבן געוואלט פארלעשן דעם אידישן פונק פון דער וועלט, וויסנדיג אז בתי מדרשים זענען ווי דער שווארץ אפל פון אויג פון אידישן פאלק, מיט זייער צושטערונג וועט זיך רח"ל אפשטעלן דער כח הקדושה ביי אידן, האבן זיי זיך דאס מערסטע פארלייגט אויף דעם און עס די ערשטע צושטערט.
די אפשליסונג פון א מקום קדוש האט אין אלע דורות צושטורעמט א אידיש הארץ ביז די טיפעניש, ס'איז באצייכנט געווארן ווי איינס פון די שענדליכסטע אקטן קעגן דעם געפלאגטן גלות פאלק, ס'איז געווען ווי אפגעהאקט זיין לעבנס שטראם, ווי פארפינסטערט זיין ליכט און ווי ארויסגעשלעפט די ערד פון אונטער זיינע פיס, וויסנדיג אז אן דעם איז טאקע נישטא קיין תקומה פאר א איד.
דער וואס האט זיך געוואגט אזוינס צו טאן, איז צום מערסטנס פארשאלטן געווארן פון גרויס ביז קליין מיטן ארגסטן, מ'האט קלאר געוואוסט אז אט דער רשע וואס האט געהאט א חלק אין צושטערן א מקום קדוש וועט זיכער האבן א מיאוס'ן סוף.
*
ביי די ביטערע פרשה אין אונזער הייליג שטעטל איז ליידער נישט קיין סוד דורך וועמען'ס הענט דער מקום קדוש - וואס ס'איז נאך מקודש געווארן פון דעם קדוש וטהור רביה"ק זי"ע, און האט אין לויף פון די יארן געדינט למקום תורה ולתפילה לעילוי נשמתם הטהורים פון רביה"ק והרבנית ע"ה - איז געווארן פארשפארט מיט אזא ברוטאליטעט. די פארברעכערישע כת הנודעים לשמצה וועלכע האט זיך משתלט געווען איבער צענדליגער נכסי ציבור, גע'גנב'ט און נאכמער 'פרובירט' צו גנב'נען וואו זיי האבן נאר געקענט, צו אין בארא פארק, וויליאמסבורג, צו דאהי אין קרית יואל, אזש ביז ארץ ישראל. אט די ביטערע כת, פון וועלכע כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם ליידט אזויפיל אין די לעצטע יארן, האט עס בזדון פארשפארט מיטן כח פון אפענע מסירה און הליכה בערכאות של עכו"ם, ביקרות שם אלילים, ובחילול שם שמים נורא מסוף העולם ועד סופו.
די זינלאזע פארביסענע שנאה פון זיי צו די אלע וואס האבן זיך פון זיי פורש געווען און געגרינדעט אייגענע קהילות ומוסדות הקדושים על טהרת הקודש, גייט איבער אלע גרעניצן, ביז זיי האבן זיך געקענט וואגן אפצוטאן אזוינס וואס מן הסתם קיינער ביי כלל ישראל האט נאכנישט באוויזן אויסער די יעוועסקעס און די ציונים ימ"ש. דאס איז געווען פון זייערע וויכטיגסטע אקטן אז זייער ראש הקהל, דער מסור הידוע, איז אליין אראפגעקומען עטליכע מאל אויסצופלאנירן דעם שענדליכן שפיל, וועלכע ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אידישע קינדער זאלן דאס טאקע קענען באווייזן אן קיין שום הארץ קלאפעניש אפילו.
די כת איז שוין טרויעריג בארימט מיט זייערע נידריגע שטיק אויף יעדן שטח, ובפרט מיט זייערע גניבות וגזילות השכם והערב. אין זייער גאר לאנגן קייט פון רשעות קעגן קהילות און פריוואטע מענטשן האבן זיי נישט קיין אפהאלט פאר גארנישט, די אלטע תורה איז שוין לאנג ארויס פון באנוץ דארט, און איז אנשטאט פארמירט געווארן דורך זייערע נידריגע מקצה-המחנה שרייבערלעך לויטן גייסט פון זייער פארטיי טאן, וועלכע שטיקלען און שטעלן אלעס צו ווען און וואו מ'דארף. און אפילו לעגאל האלטן זיי זיך נישט אפ אפצוטאן די געמיינסטע שטיק, ווי זיי האבן דאס געטאן מיט די אומדערהערטע גזילה פונעם בית החיים לעיני השמש, וויסנדיג אז די וואס זענען אויף די אנדערע צד, וועלן מיט די גרעסטע זהירות שוקל זיין צענדליגער מאל צו ס'איז נישטא קיין חשש פון מסירה אדער ח"ו שעדיגן א איד.
די פירער פון אט די עדה האבן אן אומבאשרייבליכן הויכן רעקארד פון אויסזויגן אידיש געלט פאר אזויגערופענע "לעגאלע" קאמפן, סיי פון זייערע אייגענע פון וועלכע זיי האבן נעבעך ארויסגעשלעפט טויזנטערס פארטושנדיג זיי מיט רייכע פארטיס אין לוקסוריעזע האטעלן, זיי הייס פארשפרעכנדיג צו ווייזן גאר שענדליכע אויפדעקונגען... און אזוי פון זיי ארויסגעזעקלט אסטראנאמישע סכומים, וועלכע איז געגאנגען אין מיסט פאר זינלאזע קאמפן, אלעס אונטער דעם גרויסן צוזאג אז אט אט גלייך דערנאך מארשירן זיי אריין איבעראל און נעמען איבער אלעס אלעס...
און זיכער די טויזנטער אידן יראים ושלמים וועלכע ווילן נישט אנערקענען אין זייער פארפוילטע הנהגה, האבן זיי שוין ליידער ארומגעשלעפט אין צענדליגער געריכט הייזער איבער די לענג און ברייט פון ניו יארק, זיך צו דארפן פארטיידיגן קעגן זייערע וואנזיניגע בלבולים און דריידלעך, אויפהייבנדיג דערמיט א האק איבער תורת משה און אנמאכנדיג אומצאליגע חילול השם'ס וואס מ'האט ווייניג ווען געהערט ביי היימישע אידן. און נאך דערמיט זיי געצוואונגען אויסצוגעבן ריזיגע סכומים פארפלאגטע אידישע געלטער.
די כת האט זיכער געמאכט צו שטעלן אויפן שפיץ פונעם פעיראל פון יעדע קהילה א "לויער פירמע", וועלכע האט שוין געקאסט פאר אחינו בני ישראל מיליאנען דאלארן אן א גוזמא. בשעת מ'מוטשעט זיך אנצוהאלטן דעם בוזשעט פאר דברים שבקדושה, מוסדות התורה און אלע קהילה פונקציעס, וועלכע איז דאך אזוי ביטער שווער צו דעקן אין די יעצטיגע קריטישע עקאנאמישע זמנים, דארף מען אראפציפן דעם חלק הארי פאר די אסטראנאמישע אדוואקטן קאסטן, זיך צו קענען פארטיידיגן קעגן דעם ווילדן אפעטיט פון די פארברעכערישע כת, וועלכע וויל איינשלינגען וואס זיי זעען נאר און ווערט נישט זאט קיינמאל.
ס'איז קלאר, און די כת פירער האבן דאס בפירוש ערווענט, אז דאס אפשליסונג פונעם ביהמ"ד בית יואל האנדלט זיך נישט בלויז פון איין אינווידועלן געשעעניש, דאס איז א הייליגע "אינטיפאדא" וואס די פירער פון די מושחת'דיגע כת האט אויסגערופן איבער אלע וואס גייען נישט מיט מיט זייער שטראם פון השחתה, ובפרט אין קרית יואל, וואו זיי האבן ליידער מער מעגליכקייטן, האבנדיג צו הילף די לאקאלע אינסטאנצן פונעם ווילידזש.
דאס אפשליסן פון דעם ביהמ"ד איז בלויז געווען דער ערשטער שטיינדל וואס פלאסטערט זיי אויס דעם פינסטערן וועג צו א ווייטערדיגע אגענדע און ברייטע וויזיע פון משרש זיין און אויסרייסן יעדן מקום קדוש אין שטאט!
מיר קענען אין אזא צייט נישט שווייגן! דאס גאנצע צוקונפט פון קרית יואל איז אצינד אויפן וואגשאל!
דער עתיד פון אלע ערליכע מוסדות הקדושים, בתי מדרשים, מקואות, כוללי אברכים און תורה צענטערן זענען אונטער די גאפלען פון די גרויזאמע טראקטארן פון אט די כת. פאר אלע פרייזן ווילן זיי דאס צעשטערן און צעשמעטערן עד היסוד, היל"ת.
אלע איינוואוינער פון די שטאט, וועלכע זענען נישט קיין פארבינדעטע מיט די פארברעכערישע כת, ליינען נישט זייערע נארישע בלעטער, טאנצן נישט אויף זייערע בעלער און פייערונגען, נעמען נישט אנטייל אין זייערע הוליערייען און צוזאמקונפטן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, זענען אין א געפאר. אלע זענען אויפן ציל ברעט פון די וואנזיניגע כת, זיי צו ברענען די טריט אויף יעדן שטח און טוהן וואס ס'איז נאר אין זייער דיספאזיציע צו דערביטערן דאס לעבן פון זיי, זייערע ווייבער און קינדער.
אנשטאט שוין איינצוזעהן אז ס'איז אשאד, ערליכע מוסדות הקדושים און ריינע תורה צענטערן וואקסן אין קרית יואל מיט א אומגעהויערע וואוקס. טויזנטער קינדערלעך ווערן נתחנך אויף אמת'ע דרכי התורה והמסורה, און נישט דורך נידריגע שרייבערלעך לצים, קלים ורקים, און דער צאל פארמערט זיך אלס כסדר. די גבולי הקדושה צושפרייטן זיך אויף אלע זייטן לשם ולתפארת, דער אמת'ער אומגעפעלשטער כח התורה בליהט און וואקסט אן קיין אפשטעל, און ס'איז נישטא דער כח וואס קען עס אפשטעלן, האבן זיי זיך גענומען מיט אלע תחבולות הרשע צוצוברעכן אלעס ביזן גרונד.
רבותי! ס'איז לא עת לחשות! דער זמן פאדערט זיך צוזאמצונעמען מיט א פאראייניגטן כח און באקעמפן דעם ביטערן כת מיט אלע זייערע פינסטערע פלענער אויף אלע אופנים. ואם החרש נחריש בעת הזאת, אויב וועלן מיר אצינד זיצן מיט פארלייגטע הענט און נישט זאגן פארן מלאך המשחית הרף, שוין גענוג גע'רודפ'ט און גע'גזל'ט פונעם ערליכן ציבור איינוואוינער, ווייסן מיר נישט וואס ס'קומט ווייטער. מיר ווייסן גראדע יא, פון פראקטיק ווייסן מיר אן א ספק ס'קומט זיכער נאך א גאָס פון רשעות איבער תושבי קרית יואל, אבער מיר ווייסן נישט ווער פונקטליך ס'קומט נעקסט.
דאס אפגעשפארטער ביהמ"ד וואס וויסטעט שוין אזוי לאנג דארף אונז אויפטרייסלען, אויב ס'איז געלונגען די מזימת רשע דאס מאל, ס'האט זיך זיי איינגעגעבן אפצושטילן דעם קול דקדושה פון דעם הייליגן הויז, און פארטרייבן די הונדערטער מתפללים מיט די הייליגע ספרי תורה פון דארט, גיט דאס זיי א ווילדערן אפעטיט, און ס'גייט זיך קלאר נישט אפשטעלן ביי דעם, דאס איז נאר א קליין שרייפעלע אין זייער ענדגילטיגן פלאן, היל"ת.
*
ס'איז דא אצינד - מיטן אויבערשטן'ס הילף - גאר שטארקע מעגליכקייטן צוריק צו עפענען דעם ביהמ"ד, ס'איז פארמירט געווארן א ליגל טים וועלכע ארבעטן אויף קעסל און כלים דערויף. אבער כדי צו קרוינען די ארבעט מיט ערפאלג פעלט זיך אויס צוויי גאר וויכטיגע זאכן, 'פאראייניגונג' און 'געלט'. אז מיר וועלן זיך צוזאמענעמען כאיש אחד בלב אחד אפצושלאגן די ווילדע רשעות געיעג קעגן תושבי קרית יואל, און אונטערשטיצן מיט געלט די שווערע מערכה, האפן מיר בעז"ה בקרוב צו פייערן גאר א הערליכן מעמד פון פתיחת הביהמ"ד והכנסת ספרי תורה.
אצינד אז די עסקנים האבן פראקלאמירט דעם "לנצח על מלאכת בית השם" קאמפיין אויף היינט ביינאכט י"א סיון די יארצייט טאג פין אינזער געשעצטע הרבנית הצדיקות ז"ל צו העלפן דעקן די אומגעהויערע קאסטן אין וואס די פארטיידיגונג שלעפט אריין, בעטן מיר אלע תושבי קרית יואל אן אויסנאם זיך אנצושטרענגען מיט אלע מעגליכקייטן זיי צו קומען צו הילף אין אט די קריטישע זמנים, זיי מחזק זיין און איבערגעבן א ברייטהארציגע תרומת הקודש צו ראטעווען דאס ביהמ"ד פון עושי עול, און גלייכצייטיג די גאנצע שטאט, אלע בתי חינוך און בתי מדרשים, וועלכע זענען אין זעלבן געפאר, וחפץ ה' בידינו יצליח אז מ'וועט זיך גאנץ בקרוב אומקערן צום ביהמ"ד צוריק בשמחה ובששון.
דער זכות דערפון איז דוכט זיך איבריג מאריך צו זיין, אויסערדעם וואס ס'איז פאר זיך א גרויסע מצוה צו קומען צו הילף צו א בארויבטן, להציל העשוק מיד עשקו, איבערהויפט ווען דער ציל פונעם עושק איז צו גיין ווייטער רויבן און פלינדערן וואו ער קען נאר. איז אויך דא דער געוואלדיגער זכות פון אויסלייזן א מקום קדוש פון חורבן ושממה און עס צוריק באנייען מיט תורה ותפלה, וואס די אלע גרויסע זכותים וואס וועלן אי"ה זיין דארט אינעם עתיד וועלן זיכער נזקף ווערן לזכותם פון די אלע וואס וועלן צולייגן אצינד א פלייצע דערצו, ועל כולם אז ס'האנדלט זיך פון אזא באזונדער הייליג פלאץ, א מקום וואס דארט האט רביה"ק זצ"ל אפגעראכטן די לעצטע יארן פון זיין הייליג לעבן, איז עס זיכער א געוואלדיגע זכי' ווער ס'קען האבן א חלק אין עס ראטעווען און מחדש זיין. ובזכות פונעם מקים זיין די חורבות הבית מקדש מעט וועלן מיר שוין זוכה זיין גאנץ אינגיכן צום ריכטיגן בנין הבית השלישי שתבנה ותכונן במהרה אמן.
תוקן על ידי kj1234 ב- 23/05/2010 21:52:20