אונז האט נישט געברענט די הויט אז די חתונה זאל זיין כשר, מיר האבן נישט קיין שום פראבלעים צוצולייגן נאך א פארפאלק צו די ליסטע פון די זונדיגע מובדלים ומופרשים, מיר האבן נישט קיין שום פראבלעים אז ר' ח"ל סאקס וועט נישט האבן זיינע קרובים ביי זיין שמחה.
moshe12 שרייבט:
יעצט גערעדט צי איינעם אין זאל אז ווען דער הרר' שמואל דוד לאקס איז אריינגעקימען אין זאל איז הרר' משה שווארטץ ציגעגאנגען צי עם פרעגען אויב עס איז אמת אז ער איז געגאנגען פרעגען רא"ט רשות האט ער גענטגערט קיינמאל אזא מעשה נישט געשען. שקר וכזוב.
ריכטיג, ריכטיג.
הגם די מעשה האט קיינמאל פאסירט, אבער די אינהאלט איז זייער ריכטיג.
הגרש"ד האט קיינמאל נישט געבעטן רשות פון רבי'ן מסדר קידושין צו זיין. עס פאלט אים נישט איין אזא נארישקייט...
נאר וואס יא, ר' חיים לייב האט מכבד געווען דעם רבי'ן דער מרא דאתרא צו קומען מסדר קידושין זיין, און די רבי האט אנגערופן הגרש"ד און אים געשטעלט אלס שליח צו גיין במקומו.
נשלח ב-26/5/2010 21:34
די דורכפעלער נעמען נישט קיין עק.
נעכטן ביי די חתונה אין די בני יואל'ע זאל, זייענדיג דערביטערט פונעם פאקט וועלכע זיי אליינס ווייסן נאך די בעסטע ווי ווייניג חתונות עס זענען געסקעדשועלט אין דעם זאל - געגן זייערע פאראויסגעזאגטע ערווארטונגען - האבן די אנפירער פון די בני יואל'ע זאל געוואלט אין א לעצט-מינוטיגע פארלוירענע שריט מחפה זיין די בושות, ווען שקר איז ביי זיי פון אייביג אן געווען א אנגענומער מיטל, און אויסרופן ביי די חופה:
אנגעווייטוגט דארף עטס זיין אויפן מחותן, דער אהרונישער ברודער וואלט קיינמאל געווען מסדר קידושין אן די רשות פונעם מחותן, דער מחותן וואלט געקענט אין איין רגע שטול מאכן די אלע אהרונישע מעשיות ער זאגט פארן ברודער: "ברודער לעבן איך האב דיך זייער ליב און איך וואלט דיר הארצן גערן געגעבן סידור קידושין, אבער היות עס גייען ארום שמועות פורחות באוויר אז דער אורזאך פון דיין סידור קידושין איז כאילו איך האב גענומען רשות פון אהרן'ען, ע"כ מוז איך דאס איינמאל להוציא מלבן געבן דער סידור קידושין פאר הצדיק משארמאש שליט"א, אין איינמאל פאר אלעמאל יסכר פי דוברי שקר, איך האף ברודער לעבן אז דו וועסט מיך פארשטיין"
נשלח ב-26/5/2010 18:40
זיי קומען נאכנישט צו זיך שוין די צווייטע (פין 5 זייט די זאל איז אפען) חתונות וואס האט די לעצטע מיניט אפגעמאכט אז זיי ווילן נישט ניצן זייער קינדער אלס געווער ביום חופתם (די ערשטע האבען זיי אויפגעזאגט די לעצטע מיניט פאר די חוצפה)
זיי זוכן חלשות זיך צו טרייסטען, גאנצע ספין'ס ווערן פארבעצירט, זיי ווייסען זייער גוט אז הג''ר שמואל דוד וועט נישט נעמען די סידו''ק חוץ אויב די מרא דאתרא גיבט אים עס איבער
אגב, עס איז נעכטן ב''ה געבראכען געווארען היסטאריע אין ק''י ווען עס זענען פארגעקומען 4 חתונות אין איין נאכט בליעה''ר פאראדייס, עקשטיין, קרן ויוא''מ, אין ביי די מתנחלים זאל יעדער אויפשטעלן א לעכטיג ידיש הויז
נשלח ב-25/5/2010 19:42
היראים כתב:
נפל גרייט צו זיינע קעלבער צו דעם דורכפאל, נאך זיין מעכטיגע אשכול:
ליינט אין כאפט א שמייכל
די צוויי צוויבל ברידער זענען יעצט געווען ביים מחותן און אים פארגעשלאגן אז ער זאל מכבד זיין דעם רא"ט און נעמען אויף זייער אחריות אז ער וועט מכבד זיין זיין ברידער דער קאנטרי דיין. זיי האבן אים פראבירט משכנע זיין אז מיט דעם וועט זיך דער ברידער קענען געהעריג משתתף זיין וכו' וכו', דער מחותן האט נישט געגעבן א תשובה אויפן פלאץ. ער האט געזאגט אז ער וועט זיך איבערטראכטן.
הרב צוויבל איז יעצט ציגאסט אין קרית טאהש אויף א משפחה חתונה אינטערסאנט/נאך א מזל אז נפל האט אים נישט געזעהן
נשלח ב-25/5/2010 19:37
עס איז נאריש זיך צו טענה'ן אויף דברים הידועים לכל, איך קען נישט אפפרעגן די מעשה מיט סקולענער רבי ווייל איך האב עס קיינמאל נישט געהערט, קען זיין ס'איז אזוי אמת ווי די גאנצע צוויבל מעשה וואס זיי ברענגן אין זייער פארום
אבער דאס איז הונדערט פראצענט, איך געדענק אז ר' יצחק מאנדל פלעגט זיין מסדר קידושין (ברשות רבינו) ביי משפחה ביז די גירות פרשה (נאך תש"ס)
און איך מיין (איך געדענק נישט קלאר ממילא שרייב איך נישט הונדערט פראצענט) אז דער שארמאשער פלעגט איך האב רשות פאר סידור קידושין ביי משפחה (נאך תשנ"ה) ביז א געוויסע פוינט
ממילא שטותים והבלים רעד איין פאר א צווייטן
נשלח ב-25/5/2010 18:29
אימזינסט לויט ווי איך געדענק איז העלמעצע רב שוין געווען מסדר קדושין אין ק"י ביי א משפחה שמחה אפילו ער איז נישט קיין גיטע פריינד
נשלח ב-25/5/2010 17:46
אימזינסט איך פיל דיין ווייטוג אבער אויף צו שרייבען פאר אזעלכע שטותים האב איך נישט געגלייבט כ'האף וועסט זיך שנעל בארויגען
די מושחתים זענען אזוי ווילד אויף דעם מחותן סאקס, יעדע פאר מיניט קומט א פרישע ספין זיי האבען שוין אפגעקדרוקט פאשקעווילן אינטערגעשריבן 'בני משפחה' די לעצטע ווערסיע איז, אז מ'האט נאר איינגערעדט פאר'ן זיידען ר' יוסל אז מ'האט רשות... זיי וויסען גיט אז הגאון רבי שמואל דוד סאקס דומ''ץ פשעווארסק וומ''ס וועט נישט נעמען די סידור קדושין נאר אויב ער ווערט מכובד פין די מרא דאתרא.
נשלח ב-25/5/2010 10:03
אימזיסט
איך ווייס נישט אויב מען דארף זיך בכלל באציען צו דיינע ווערטער ווען די ביסט אליין מודה אז די שרייבסט נישט קיין פאקטען נאר דיינע אייגענע "דימיונות"
אבער די רבי שליט"א האט שוין מערערע מאל איבערגעגעבן סידור קידושין פאר אנדערע רבנים און דיינים ובפרט ווען זיי זענען קרובי משפחה מיט'ן בעל שמחה.
נשלח ב-25/5/2010 06:42
אומזיסט עפעס קלעפ נישט ביי דיר די ווערטער, אפשר וואלט דאך כדי געווען אז דו זאלטס פארט קוקען וואס יענער זאגט פאר די שרייבסט?
בשום אופן?