איך האלט שוין מיט א לענגערע צייט די דין ודברים וועגן די סאקס חתונה וואס וועט פארקומען די וואך בשטומ"צ אינם נייעם בני יואל'ער זאל.
דער מחותן האט געהאט אסאך פרעשער פון נישט קיין צווייטער ווי זיין אייגענע ברודער דער "שיינע פנים שטעלער" ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ איחוד קאנטרי וועלכער האט געמאכט א גאנצע טימל אין די משפחה ווי טייל זענען אהרוינים אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון א "אייגן ברידער". אבער דער מחותן האט זיך נישט געלאזט, ער האט איינגעמאלדן פארן ברידער דער איחוד דיין אז אויב זיין ברידערשאפט ווענדט זיך נאר אין געטריישאפט צום רא"ט און דער "צדיק" איז גרייט מוותר צו זיין אויף די ברידערשאפט צוליב פאליטיק. וועט ער זיך פירן זיין לעבן אן אים! א ברידער איז דא צו מיטלעבן און נישט אויף איינצוטיילן ווי אזוי צו לעבן.
קודם האב די אהרוינים פארקויפט אז די חתונה איז געקענסעלט. איך האב געוויסט אז עס איז בכלל נישט געווען אין פלאן צו קענסלען, אבער איך האלט זייער שטארק נישט פון פויקן פריוואטע נעמען אין די גאסן האב איך געשוויגן.
נאכן זען אפאר וואכן אז זייער פי. אר. פון קענסלען חתונות ארבעט נישט האבן זיי היינט צופרי ארומגעשיקט טעקסט מעסעדשעס כאילו דער מחותן איז געקומען ליידענען דעם רא"ט אלס מסדר קידושין. יעצט נאכמיטאג האבן זיי דאס שוין אויך אנגעהויבן פאמפן אויפן אינטערנעט.
עס האט זיי אבער צוריק געשמיסן אין פנים ווען זיי האבן זיך געכאפט (אביסל צו שפעט) אז די חתונה איז דינסטאג! (א טאג וואס דער רא"ט געפינט זיך סיי ווי נישט אין קרית יואל!)
נשלח ב-27/5/2010 03:26
סתם פאר אינטערסאנטקייט כ'זע אז אונזער ת"ח דיןתורא איז נישט באהאווענט אין סידור קידושין,
איך ווייס טאקע נישט פארוואס ס'איז איינגעפירט היינט אז דער מחותן איז מכבד, אבער דער משלח איז דער חתן, דער מסדר קידושין איז א שליח פונעם חתן, און דער כיבוד האט ער באקומען פונעם מחותן.
נשלח ב-27/5/2010 02:12
זאלן די ארונים זאגן וואס זיי ווילן ב"ה זיי קאפטעלירן אין געבן אויף די נארישע אין בלוטיגע מלחמה זאלן זיי זאגן וואס זיי ווילן נאר אויפהערן צי צאפן בלוט פין אידן!!
יעצט קאנפירעמד מיט א נאנטע קרוב משפחה ביי די נעכטיגע חתונה, דער מחותן ר' משה שווארץ איז צוגעגאנגען צום פשעווארסקער דיין פאר די חופה און אים געפרעגט אויב ס'איז אמת די שמועות אז ער קומט בשליחות רא"ט און מיט זיין רשות, דער דיין שליט"א האט זיך מורא'דיג געוואונדערט דערויף, און אנגערופן פארן מחותן בזה"ל: שקר וכזב! ס'איז מיר קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו טון אזא זאך, וואס רשות? ווי רשות? ווען רשות?, איך האב קיינעם נישט געפרעגט קיין רשות, איך קום נישט אין קיינעמס שליחות, איך קום אויסדרוקליך בשליחות פונעם חתן, עכ"ל.
שפעטער איז דער משמש ר' יואל ברמ"י שווארץ נ"י צוגעגאנגען צום מסדר קידושין, און אים געזאגט אז עס איז די החלטה פון הנהלת הקהלה אז נישט הר' אט"ב און נישט זיינע שלוחים קענען דא מסדר קידושין זיין, דערפאר וויל ער וויסן אויב ער קומט אין שליחות פון א"ט האט ער גענטפערט נאכאמאל: חס ושלום! כ'קום נישט אין זיין שליחות, מיין ברודער האט מיך מכבד געווען.
האט אים דער משמש געזאגט, אז ער הערט אז איינער פון זיינע ארוינישע קינדער וויל אויסרופן ביי די חופה אז ער קומט אין רשות פונעם מרא דאתרא, דערפאר וויל ער אים זאגן, אז אויב עס גייט זיין אזא אויסרוף, מוז ער אים אנטשולדיגן אבער ער וועט נישט קענען זיין מסדר קידושין, האט ער אים געזאגט ח"ו קיינער גייט נישט אויסרופן, און ס'איז נישטא דערביי קיין שום שליחות פון א"ט.
די ארוינים נעבעך אין א פארלוירענעם פרואוו צו האלטן די קעלבלעך רואיג פאבריצירן יעדע פאר שעה אנדערע ווערסיעס און שקרים וואס איינס איז זיך סותר מיט די אנדערע, כדי די מפלה און שרעקליכע דורכפאל זאל נישט זיין אזוי ריזיג און ווייטאגליך,
ארוינים איי פיל יור פעין, יור טיים איז אווער, נעמטס ענק צו אנדערע מערכות, ווייל דאס איז פארלוירן,
אז נישט וועט עטץ אויסקוקן ווי דייטשלאנד וואס האט געשריגן "קיין ריקצוג" און די רעסט איז היסטערי.............
ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ פשעווארסק, בסוד שיח עם הרה"ג ר' משה בער קויפמאן שליט"א ראה"כ דרך החיים, אתמול בלילה אצל החתונה באולם עטרת מאיר צבי.
תוקן על ידי סאטמאר_ישן ב- 26/05/2010 17:14:01
נשלח ב-26/5/2010 04:49
מנהל איך לייג עס אריין דא די קענסט עס אראפ נעמען אז די ווילסט.
יעצט גערעדט צי איינעם אין זאל
אז ווען דער הרר' שמואל דוד לאקס איז אריינגעקימען אין זאל איז הרר' משה שווארטץ ציגעגאנגען צי עם פרעגען אויב עס איז אמת אז ער איז געגאנגען פרעגען רא"ט רשות האט ער גענטגערט
קיינמאל אזא מעשה נישט געשען. שקר וכזוב.
קרעדיט: moshe12
נשלח ב-26/5/2010 04:26
זאלסט מיר מוחל זיין כ'פארשטיי נישט קיין ווארט פון דיין פשעטיל. תכלית, איז ר' אהרן אדער ר' געציל געווען סידור קידושין ביי די חתונה היינט נאכט? (לאז ארויס המן פון בילד)
נשלח ב-26/5/2010 04:18
נעבעך א רחמנות אויף דעם המן פין קרית יואל ער שיקט א שלוח צי זיין סידור קידישון ווי אין בני יואל וואס ווער האט עם געבעטין אפשר דער מחותן ער שרייט דאך ניין ער זאגט אז ער אינטרעסירט גאנץ ווייניג וואס המן פין סאנז סטריט האט צי זאגען. נאר וואס דען איין זאך וואס מען קען טראכטען איז אז דער מסדר קידושין איז אליין געגאנגען פרעגען רשות נ א לאמיר זאגען אז יא ווערט דאך א גאנצע שאלה אויב א שלוח קען איינעם אנדערען אנדערש בכלל מכבד זיין שלוח עושה שלוח. אבער דא האלט עס שוין ביי דריי שלוחים איינמאל דער וואס איז מכבד דעם מסדר קידישון נאכדעם ווען ער האט עס מכבד געווען דעם המן פאר מסדר קידושין אין נאכדעם ווען המן האט עס ציריק געגעבען למעשה וואס איז יעצט די הלכה ווייסט איינער. אבער אינטערשטע שורה זאגען אלע מחותנים אז קיינער האט נישט מכבד געווען בכלל המן פאר מסדר קידושין אין קיינער ווייסט נישט אויב דער סידור קידושין וועם זיי האבען מכבד געווען איז געגאנגען פרעגען רשות די אהרונים האבען שוין א חזקה פין ליגענט זאגען איך וועל ענדערש זיי נישט גלייבען מיט זייערע ליגענט בלייבט איבער איין זאך נאך א חתונה וואס מען האט געוויזען פאר המן אז ער איז נישט בעל הבית אויף קיינעם אויך וועט מען מיזען מודה זיין אז דאס איז גאנץ א גיטע סטראגעדיע פין די לאזערס נאכען זען אז זיי זענען געבליבען צי שאנדע אין צי שפאט אין די גאנצע וועלט איינצירעדען אז יא דאס מאל איז שוין גיט ווייל דער וועם מען האט מכבד געווען האט געפרעגט רשות עפעס אזוי ווי איך וואלט ווען געפרעגט רשות פין מיין ווייב אויב מיין טאטע מעג גיין אויף שבת צי מיין ברידער
נשלח ב-26/5/2010 01:21
נייעס
יעצט גערעדט מיט חיים לייב סאקס איידעם, זיין שווער האט אים יעצט געזאגט אז זיין ברודער שמואל דוד איז מורא'דיג נערוועז, ווייל דער הגה"ק האט אים ארומגעשלעפט און נישט געהאלטן ביים געבן קיין רשות, נאר פישער האט זיך ארויפגעכאפט, ער האט אים געזאגט אז ער וועט עס ערלעדיגן, און אים געזאגט אז ס'איז מסודר,
אבער עמרם כהן האט אים יעצט געקאלט אז ס'איז ליגנט און דער הגה"ק האט נישט געגעבן קיין רשות.
ער גייט שיער אראפ פון זינען, ער שפירט שרעקליך היץ פון די ארוינים, זיי ברענען אים די פיס, און סטראשען אים אז ס'גייט זיין פאשקעווילן קעגן אים, פונקט ווי ביי די אנדערע,
איצט האט ער געגעבן רשות ער לאזט חתונה מאכן אין בני יואל זאל וואס איז געבויעט געווארן אויסצושרייען אין לנו חלק ונחלה מיט א הנהגה נגד התורה הק'
שכח שעפעלע זיבעלע, דאנקע שיינע
ולהחלה דעקלעך פתרונים!
נשלח ב-26/5/2010 01:00
גערעכטער1 כתב:
איך שטיי און שטוין וויפיל קעלבערישקייט איין פארטיי קען פראדעצירן, און דערצו זאלן דאס טויזענטער תמימי לב אפקויפן און נאכזינגען בכל קצוי תבל ..... ... כא כא כא, איך קען מיך נישט איינהאלטן.....
גיב אכט מישט עובר צוזיין אויף בעל תשקצו, אבער מ'וועט דיך נישא באלעסטיגן צו לאנג טייערער גערעכטער, גרייט שוין אן א געווינס אויב ביז אפאר שעה שטעלט זיך ארויס די גאנצע רשות צעטל פונעם באבקעס רעבע איז א זייפען בלאז...
נשלח ב-25/5/2010 19:24
איך שטיי און שטוין וויפיל קעלבערישקייט איין פארטיי קען פראדעצירן, און דערצו זאלן דאס טויזענטער תמימי לב אפקויפן און נאכזינגען בכל קצוי תבל.
נפלהאט שוין דא מקדים געווען מיט די כראנעלאגיע פון דעם סידור קידושין ביי די סאקס/שווארץ חתונה. דא איז אבער ענטשטאנען א פרישע טויש און דאס מאכט די אהרונים שפרינגען ביזן דאך פאר נצחון, הלמאי דער מחותן האט זיך בארעכנט נישט עובר צו זיין אויף די שרעקליכע עבירה פון נישט נעמען ר' אהרן פאר סידור קידושין, מן הסתם האט דאס פאסירט נאך די צענדליגער בריוון און טעלעפאן רופן וואס ער האט באקומען פון די וועד למשמרת היהדות, וועלכע שטייען כחומה בצורה אז קיין שום איד זאל ח"ו נישט אפגליטשן פון אידישן וועג און מרבה זיין ממזרים בישראל נאר בלויז נעמען ר' אהרן פאר סידור קידושין. הכלל גייט די אהרונישע ווערסיע אז דער מחותן איז אריבער צו ר' אהרן און געפאלן צו די פיס און אים מכבד געווען מיט סידור קידושין. ע"כ המעשה.
מיר ווילן בלויז פארשטיין, בקט שכלינו, אפאר פונקטן ארום די ווערסיע. זייענדיג איינער וואס האט אביסל קענען געלערנט ר' אהרן קען איך אים נישט פאר אזא נאכגעגביגער אז ווען א מחותן קומט אים מכבד זיין מיט סידור קידושין זאל ער דאס אוועקגעבן בחפץ לב - און דאס איז נישט א בלויזע סברא, דאס איז א פאקט וואס די היסטאריע צייגט אן - נאכדערצו אויב מ'קען מיט דעם סידור קידושין אויך מסדר זיין די גאנצע מחנה שונאים פון די זאליס און בני יואל. אבער נניח אז ר' אהרן האט זיך געטוישט אויף דער עלטער, און ער איז געווארן א פאר המידות און נועם הליכות; פארשטייט איינער די לאגיק דערפון אז מ'שענקט אוועק דעם סידור קידושין פאר א ברודער פונעם מחותן עפעס א לאקאלער מו"ץ וואס האט ניטאמאל א ביהמ"ד? איז דער גאון בעל אגלי דבש נישט גרייט אנצונעמען א סידור קידושין אין דעם נייעם זאל? און נניח אז דא האט מען נאך געטראפן א ברודער א מו"ץ, וואס וועט מען טוהן אויב א צווייטער מחותן וועט ווילן תשובה טוהן און מכלומר'שט מכבד זיין ר' אהרן מיט סידור קידושין (דורך דעם ניק מחלל_קידושין דא אויף היידפארק כמובן...), וואס וואלט מען דעמאלטס פארקויפט די קיען, פארוואס נעמט מען דאס נישט אן? האסט געהערט פון הרב חנוך שלום גליק ע''ה?, פרעג דיך נאך ווער עס האט עם געגעבן דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן סידור קידושין נאך בעפאר ער האט געהאט נא בית המדרש, און נאך צענדליגע רבנים.
איך רעד שוין נישט פון דעם ליצנות אז די סעקונדע די אהרונים האבן געזעהן אז ס'איז כלתה הרעה, און דער היינט-נאכט'יגער מחותן און נאך הונדערטער מחותנים שרעקן זיך נישט פון דעם בלאט איסור אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן האט מען אנגעהויבן 'פארהאנדעלן' וועגן א שטעל-פארטרעטער וואס זאל דינע במקום ר' אהרן אלס שליח מיוחד צו זיין מסדר קידושין.
מ'קען זיך ציפן הונדערט מאל צו זיכער מאכן אז מ'געפונט זיך צווישן מענטשן און נישט אין א קעלבער שטאל ווען מ'זעהט ווי די אהרונים, איינס ביי איינס, קרוינען דעם פשעווארסקער דיין פאר "הגאון הגדול", איך קען נישט דעם פשעווארסקער דיין און איך האב פאר אייך נייעס אז זיי קענען אים אויך נישט, עס איז בלויז דער אריינגעבויעטער שוואכקייט וואס זיי האבן אין מח, גע'ירש'נט פון דער בלאט, אז אויב פעלט יעצט אויס פאר די אינטערעסן פון די פארטיי אז יענעמ'ס קוואליטעט זאל שטייגן פון הרה"ג אדער אפילו הגה"צ צו "הגאון הגדול" וועט מען דאס טוהן אין א איין נאכט איבערגאנג. אדרבא; זאל איינער ארויסנעמען א בלאט פון זומער ווען עס ערשיינען די יערליכע בילדער ווי ר' אהרן באזוכט ביי דעם פשעווארסקער דיין אין איחוד קאנטרי און מיר זאגן צו דארט איז ער שוין אויך א "גאון גדול" צו דאס איז באשאפן געווארן נעכטן מיטאג דא אויף היידפארק. אויב דער דיין רבי געציל קען אין איין מינוט ווערן פון א דיין א קעציל, פארוואס קען נישט רבי שמואל דוד סאקס ווערן פון א פלעינער גאון א הגאון הגדול?,
אלזא, וואס וועט זיך אויסקאכן לבסוף וועלן מיר געוואר ווערן היינט אויפדערנאכט, און דאס אז ר' אהרן גייט ארויס ווען ידו איז על התחתונה איז אויך א פאקט, און די בני יואל זענען ארויס וידם על העליונהכא כא כא, איך קען מיך נישט איינהאלטן. איז אויך א פאקט ווייל זיי ווייזן מיט דעם אז עס איז נישט אזוי ווי זיי האבן געוואלט נעמען הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א צו יעדע חתונה אלס מסדר קידושין, נאר זיי זענען גרייט צו נעמען יעדן חד בר בי רב אבי נישט ר' אהרן וועלכער האט זיך ארויף געצווינגען דורך דעם בלאט אלס מרא דאתרא אין וואדבערי. די פראגע איז נאר וויאזוי גייט מען דאס דעליווערן פאר די קעלבער אז זיי זאלן זיך מחזק זיין און שווערן ביים בארד פון ר' אהרן אז עכט עכט עכט האבן זיי יא געוואונען...
נשלח ב-25/5/2010 19:05
איך שטיי און שטוין וויפיל קעלבערישקייט איין פארטיי קען פראדעצירן, און דערצו זאלן דאס טויזענטער תמימי לב אפקויפן און נאכזינגען בכל קצוי תבל.
נפל האט שוין דא מקדים געווען מיט די כראנעלאגיע פון דעם סידור קידושין ביי די סאקס/שווארץ חתונה. דא איז אבער ענטשטאנען א פרישע טויש און דאס מאכט די אהרונים שפרינגען ביזן דאך פאר נצחון, הלמאי דער מחותן האט זיך בארעכנט נישט עובר צו זיין אויף די שרעקליכע עבירה פון נישט נעמען ר' אהרן פאר סידור קידושין, מן הסתם האט דאס פאסירט נאך די צענדליגער בריוון און טעלעפאן רופן וואס ער האט באקומען פון די וועד למשמרת היהדות, וועלכע שטייען כחומה בצורה אז קיין שום איד זאל ח"ו נישט אפגליטשן פון אידישן וועג און מרבה זיין ממזרים בישראל נאר בלויז נעמען ר' אהרן פאר סידור קידושין. הכלל גייט די אהרונישע ווערסיע אז דער מחותן איז אריבער צו ר' אהרן און געפאלן צו די פיס און אים מכבד געווען מיט סידור קידושין. ע"כ המעשה.
מיר ווילן בלויז פארשטיין, בקט שכלינו, אפאר פונקטן ארום די ווערסיע. זייענדיג איינער וואס האט אביסל קענען געלערנט ר' אהרן קען איך אים נישט פאר אזא נאכגעגביגער אז ווען א מחותן קומט אים מכבד זיין מיט סידור קידושין זאל ער דאס אוועקגעבן בחפץ לב - און דאס איז נישט א בלויזע סברא, דאס איז א פאקט וואס די היסטאריע צייגט אן - נאכדערצו אויב מ'קען מיט דעם סידור קידושין אויך מסדר זיין די גאנצע מחנה שונאים פון די זאליס און בני יואל. אבער נניח אז ר' אהרן האט זיך געטוישט אויף דער עלטער, און ער איז געווארן א פאר המידות און נועם הליכות; פארשטייט איינער די לאגיק דערפון אז מ'שענקט אוועק דעם סידור קידושין פאר א ברודער פונעם מחותן עפעס א לאקאלער מו"ץ וואס האט ניטאמאל א ביהמ"ד? איז דער גאון בעל אגלי דבש נישט גרייט אנצונעמען א סידור קידושין אין דעם נייעם זאל? און נניח אז דא האט מען נאך געטראפן א ברודער א מו"ץ, וואס וועט מען טוהן אויב א צווייטער מחותן וועט ווילן תשובה טוהן און מכלומר'שט מכבד זיין ר' אהרן מיט סידור קידושין (דורך דעם ניק מחלל_קידושין דא אויף היידפארק כמובן...), וואס וואלט מען דעמאלטס פארקויפט די קיען, פארוואס נעמט מען דאס נישט אן?
איך רעד שוין נישט פון דעם ליצנות אז די סעקונדע די אהרונים האבן געזעהן אז ס'איז כלתה הרעה, און דער היינט-נאכט'יגער מחותן און נאך הונדערטער מחותנים שרעקן זיך נישט פון דעם בלאט איסור אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן האט מען אנגעהויבן 'פארהאנדעלן' וועגן א שטעל-פארטרעטער וואס זאל דינע במקום ר' אהרן אלס שליח מיוחד צו זיין מסדר קידושין.
מ'קען זיך ציפן הונדערט מאל צו זיכער מאכן אז מ'געפונט זיך צווישן מענטשן און נישט אין א קעלבער שטאל ווען מ'זעהט ווי די אהרונים, איינס ביי איינס, קרוינען דעם פשעווארסקער דיין פאר "הגאון הגדול", איך קען נישט דעם פשעווארסקער דיין און איך האב פאר אייך נייעס אז זיי קענען אים אויך נישט, עס איז בלויז דער אריינגעבויעטער שוואכקייט וואס זיי האבן אין מח, גע'ירש'נט פון דער בלאט, אז אויב פעלט יעצט אויס פאר די אינטערעסן פון די פארטיי אז יענעמ'ס קוואליטעט זאל שטייגן פון הרה"ג אדער אפילו הגה"צ צו "הגאון הגדול" וועט מען דאס טוהן אין א איין נאכט איבערגאנג. אדרבא; זאל איינער ארויסנעמען א בלאט פון זומער ווען עס ערשיינען די יערליכע בילדער ווי ר' אהרן באזוכט ביי דעם פשעווארסקער דיין אין איחוד קאנטרי און מיר זאגן צו דארט איז ער שוין אויך א "גאון גדול" צו דאס איז באשאפן געווארן נעכטן מיטאג דא אויף היידפארק.
אלזא, וואס וועט זיך אויסקאכן לבסוף וועלן מיר געוואר ווערן היינט אויפדערנאכט, און דאס אז ר' אהרן גייט ארויס ווען ידו איז על התחתונה איז אויך א פאקט, און די בני יואל זענען ארויס וידם על העליונה איז אויך א פאקט ווייל זיי ווייזן מיט דעם אז עס איז נישט אזוי ווי זיי האבן געוואלט נעמען הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א צו יעדע חתונה אלס מסדר קידושין, נאר זיי זענען גרייט צו נעמען יעדן חד בר בי רב אבי נישט ר' אהרן וועלכער האט זיך ארויף געצווינגען דורך דעם בלאט אלס מרא דאתרא אין וואדבערי. די פראגע איז נאר וויאזוי גייט מען דאס דעליווערן פאר די קעלבער אז זיי זאלן זיך מחזק זיין און שווערן ביים בארד פון ר' אהרן אז עכט עכט עכט האבן זיי יא געוואונען...