בית פורומים כל העולם כולו

מיין שפעקאלאציע...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2010 22:15 לינק ישיר 
מיין שפעקאלאציע...

וואס גייט דא פאר?, צענדליגע אידן גייען פראטעסטירן אקעגן די חפירות,
און נישט תולדות אהרן איז צום האבן, און נישט דער גרויסער ר' חיים הערשעלע
פון ירושלים, צענדליגע אידן ווערן ארעסטירט, את גוום נתנו למכים, כאפן מכות רצח,
אבער ניין, דאס מיינט נישט תולדות אהרן און נישט די ירושלימע זאלונים, זיי זיצן זיך
אין ירושלים כלא הי', כלל ישראל שטייט פארציטערט, מען טראגט די ארעסטירטע
אין בית המשפט קיינער ווייסט נישט מה יולד יום, אבער פון חיים הערשעלע הערט
מען נישט קיין פיפס, חסדי השם, טראץ דעם מסירת נפש פון די אסירי ציון ווען זיי
האבן מקדש שם שמים געווען ברבים מיטן אויסשרייען קבל עולם ומלואו, איננו
מכירים בעבודה זרה הציונות, ואיננו מכירים בחוקי המדינה, טראץ דעם האט מען זיי
באפרייט, מען פארט קיין בני ברק, מען טאנצט חסדי השם, און מען דאנקט דעם
באשעפער פאר די חסדים טובים, מען גייט אהיים שלאפן, און...

חיים הערשעלע מיטן תולדות אהרן וועקן זיך אויף, זיי האבן זיך געכאפט אז יעצט איז
זייער צייט, די מלחכי פינכה, די פרישע ציונים לעקערס, דער מיטן גיין אין ערכאות
הציונים, און דער מיטן לעקן די ציונים פאר אביסל תאוות הכבוד אין מירון, האבן זיך
שנעל פארבינדן מיט זייערע פאליצייאישע פארבינדונגען, מיט זייער בג''ץ חברים
און מסביר געווען אז למען הפאליטיק איז זייער וויכטיג אז מען זאל אויסארבייטן אז
זיי זאלן זיך אויך לאזן הערן, מען ארבייט אויס אויף א שיינעם וועג אז זיי זאלן בכבוד
גדול קענען פראטעסטירן מיט גרויס פאמפע, מען מאכט זיכער צו שטעלן פאליצייאישע
וואך לעבן חיים הערשעלע, מען לאזט עם אפילו אינעווייניג פון די באריקאדן, (ער איז
דאך א ידיד המשטרה) און ווינדער איבער ווינדער, קיין שלעק, קיין ארעסטן, קיין בית
המשפט, אלעס גייט אדורך גענוי לויט די פלעינער, הפנים, חיים הערשעלע האט נישט
געדארפט אויסשרייען אין בית המשפט איני מכיר, ווייל דאס וואלט דאך געווען דאס
גרעסטע ליצנות, בו בזמן ווי ער שרייט אין בית המשפט אז ער וויל אויסדריקלעך דער
בית המשפט זאל זיין דער פוסק און וויל זיך חלילה נישט שטעלן צו קיין דין תורה כדת משה
וישראל, ער שרייט אויס איני מכיר בחוקי התורה, איני מכיר בהרבנים היושבים על מדן,
ורק שופטי מדינת ישראל יחליטו וישפטו את הסכסוך שלנו, נו, וויאזוי וואלט ער געקענט
שרייען איני מכיר?, אבער זיינע ביזעם פריינד אין די משטרה הציונית, האט עם איינגעשפארט
דעם פראבלעם, און פארמיטן בזיונות, ווייל... פלאי פלאים...  קיינע ארעסטן זענען נישט געווען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2010 21:56 לינק ישיר 

שפעקאלאציע נומבער 2:

אכן נודע הדבר:
יעדער פרעגט א פראגע, וואס איז דאס געפארעכטס קיין וואשינגטאן,
אויב מיינט מען נאר ארויס צושרייען דאס וויי געשריי פון חיטוטי שיכבה, וואס
דארף מען פארן קיין וואשינגטאן, איז דען נישט גרינגער צוזאם שלעפן אלפים
ורבבות אידן אין ניו יארק ווי אפאר הונדערט אידן קיין וואשינגטאן? און פארוואס
פארט דער גרויסער רבי בכבודו ובעצמו קיין וואשינגטאן, איז ער דען ערליכער
פונעם ויואל משה און פון ברך משה? איז ער מער קנאי פון זיי,  נאר יעצט הייבט
אן ארויס צו קומען דער אמת,  דער בג''ץ'ניק חיים הערשעלע פון ירושלים וואס
איז כידוע א גאר נאנטער פריינד מיט נתניהו און זיינע יוצאי משרתים, זיי טרעפן
זיך גאנץ אפט כלומפערש אפצורייען גזירות, אבער זיי הוליען ארום, און שטאפט
זיי מיט געלט, און דריבער פילט ער אז ביים בג''ץ האט ער גיטע אויסזיכטען צו געווינען,
על כל פנים, דער נתניהו האט שוין פון לאנג פארלאנגט אז חיים הערשעלע זאל
אראנדזשירן א  וויזיט ביים גרויסן טאטן דער סאטמארער רבי פון ניו יארק,
ער וויל האבן א פוטו אפ, מיטן סאטמארער רבי, און חיים הערשעלע איז עם כסדר
מסביר אז דאס איז אומעגליך, ווייל זיין טאטע דארף שפילן ווי א קנאי, ער האט זיך
 שוין אפ געבראטן מיט זיין פיקטשע מיטן חבר הכנסת, און מיט דעם תירוץ שטיפט
ער עם אפ כסדר, יעצט איז חיים הערשעלע געקומען אויף א המצאה, זאל דער גז''ל
קומען צו עם קיין וואשינגטאן  כלומפערשט וועגן די גזירה פון חיטוטי שיכבה,
און מען וועט ארענדזשען א מיטינג ווי זיי וועלן זיך טרעפן אינעם האטעל מיט נתניהו,
און בו בזמן ווי די מיילעך שטערנס און ר' מאיר שטערן וכו' וועלן שרייען געוואלד
אקעגן די מדינה, און די קווינס בחורים וועלן שפאצירן אין די קארידארן פון האליקאסט
מיוזיאום, וועלן נתניהו און דער גז''ל פארברענגען אין א שיינעם פוטו אפ, אינעם האטעל,
און יעדער וועט זיין צופרידן,

על כל פנים דאס איז מיין שפעקאלאציע נומ. 2.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2010 21:34 לינק ישיר 
מענין לענין: די עצרת פין די בועטים והולכי בג''ץ

נעכטן איז געווען א אסיפה אין ראדני אראנזשירט דורך די הולכים לבג''ץ
מיטן ציל אהער צו שטעלן א פנים ווי אנטי ציונים

די אסיפה וועלכע איז מכלומרשט געוועון פאררופן דורך התאחדות הרבנים אין ראדני, איז נישט געווען באטייליגט פין כמעט קיין איין חבר ביד''ץ פין התאח''ר אין אוודאי נישט דער ראב''ד - טראץ וואס זיי האבען יעדען פערזענליך גערופן
אין אוודאי האבען זיך נישט באטייליגט רוב דיינים אין מו''ץ פין התאחדות

די היט האט געדארפט זיין די דרשה פין הג''ר נפתלי פרענקל חבר ביד''ץ
אבער ווען זיי האבען געהערט אז ער קומט יעצט גלייך פין סאטמאר ביה''מד ביי די גרויסע שבע ברכות ווי ער איז געזיצן איבער א שעה, האבען זיי אים נאר געוואלט זעהן נישט אנקומען...

דער יו''ר איז געווען דער באקאנטער צייטונג שרייבער (איידעל גערעדט) אלימלך שטערן

די עולם קען מען זעהן אויף די בעסטע פיקטשער וואס זיי האבען אויף דעקל פין זייער אויסגעשפילטע צייטונג, ווי מ'זעהט פארשטייט זיך נאר צו מזרח זייט - קוקט אויס אז אינטער דעם האט אויסגעקוקט נאך ארגער
לויט ווי עס קוקט אויס האבען זיי נישט געהאט ציפיל צייט צו באטראכטען די בילד פאר זיי גייען צו דרוק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 23:43 לינק ישיר 

יאנקעלע האט גימאכט א גוטן דזשאב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 22:19 לינק ישיר 

ב''ה, מיר זענען שוין אויף איין פעידזש!, אבער למען האמת
איז די מחלה פון מיין שונא'ס שונא איז מיין אוהב, און מיין אוהב'ס
שונא איז מיין שונא, א טבע פון מענטשן וואס נישט איך און נישט דו
וועט דאס משנה זיין, יעדער איז אנשטעגיג פון די דאזיגע מחלה,
און מיר זעהן דאס באשיינדפערליך ביי תולדות אהרן, ווי האבן זיך
די אהרונים פארזינדיגט מיט תולדות אהרן?, ווייסט נישט?
וועל איך דיר זאגן,

ווען תולדות אהרן האט זיך אנגעהויבן צו קריגן
מיט תולדות אברהם יצחק, איבער די רבנות אין תולדות אהרן,
דער תולדות אברהם יצחק רבי האט דאן געסקעדזשעלט זיין ערשטער נסיעה
קיין ניו יארק, און אפגעשמיסט אז מען גייט איינשטיין ביי ר' יאנקל דרעזנער
אין וויליאמסבורג, מען האט מפרסם געווען אין די צייטונגען, אלע פרטים,
ווי ער גייט איינשטיין און ווי ער גייט פירן טיש וכד', תולדות אהרן האט אנגעהויבן
לייגן א מעכטיגן פרעשער אויף יאנקל דרעזנער ער זאל נישט אריין לאזן דעם
תולדות אברהם יצחק רבי צו זיך, יאנקל דרעזנער האט זיך לכתחילה נישט
געלאזט אבער נאך א מעכטיגן פרעשער האט ער זיך געבראכן, און ווען דער תוא''י רבי
האט געלאנדעט אין עיר פארט אין ניו יארק, האט יאנקל דרעזנער זיי געלאזט הערן
אז זיין בעל הבית'טע פילט עפעס נישט גיט און מען קען ביי עם נישט איינשטיין,
וויפיל זיי האבן זיך ביי עם געבעטן האט נישט געהאלפן, הוא בשלו, מען קען ביי עם נישט
איינשטיין, זיי זענען געווארן אובד עצות, וואס טיט מען? דא איז דער רבי שוין אין
עירפארט און מען האט נישט ווי איין צו שטיין, אפאר עסקנים האבן זיך אריין געלייגט און
גערופן פון איינעם צום צווייטן ביז מען איז אנגעקומען צו רבי יצחק ראזענבערג דער סגן
ראש הקהל פון די אהרונישע קהלה, יצחק ראזענבערג האט ביז דאן בכלל נישט געהאט
קיין שום קשר נישט מיט תולדות אהרן און נישט מיט תולדות אברהם יצחק, אבער הערענדיג
זייער דילעמע אז דער רבי איז שוין דא אין ניו יארק און האט נישט ווי צו זיין, האט ער געפענט
זיין הויז און אריין גענומען דעם תולדות אברהם יצחק רבי, און די רעסט איז היסטארי...
פאר דעם דאזיגן חטא, וואס תולדות אהרן האט נישט געקענט אראפ שלינגען קען מען
דעם יצחק ראזענבערג נישט מוחל זיין, און וויאזוי שרייבסטו? מיין שונא'ס אוהב ווערט מיין שונא...
איך ווייס אז ס'איז קינדיש, און שלא ביושר, אבער דאס איז דער פאקט. דו''ק ותשכ''ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 21:09 לינק ישיר 
דו הייבסט אהן צו רעדן צו דער זאך

ר' יענקל

דו הייבסט האן רעדן צו די זאך, וואס מיינט צו די זאך, דו רעדסט לענין, און מישט נישט קיין בארשט מיט קארטאפל, מען זעהט אז עס ווייטאגט דיר באמת דו הליכה לערכאות (לטענתך) פון דו זאליס.

אוקיי, איך בין מיט דיר ר' יענקל, ביסט "גערעכט" אז אויב עס איז אזוי וויא דו שרייבסט דו פאקטן, זענען זיי מרימים יד בתורת משה, און עס איז א בושה און חרפה, אז אזעלכע געמיינע יונגען זאלן זיך רופן מיט דעם הייליגן נאמען סאטמער.

וואס איך שרייב די גאנצע צייט מאכט נישט קיין מיש-מאש מיט אלע מערכות ישראל, האקט זיך אריין אין קאפ דעם כלל - מיין שונא'ס שונא איז מיין אוהב - איז קינדעריש. מיין שונא'ס אוהב איז מיין שונא - איז לעכערליך. מיין אוהב'ס שונא איז מיין שונא -  איז אפגעפרעגט, מיין אוהב'ס אוהב איז מיין אוהב – איז נישט ריכטיג, - מואב מיט מדין - באקאנט פון ערגעץ וויא?

עס איז היינט ליידער ליידער א מצב ביי כלל ישראל, אז וויא מען שטייט וויא מען גייט, איז אריין געמישט ענקער פאליטיק, צו דאס איז "אתרא קדישא" – "שומרי החומות" – "כהנים מירון" – און יעצט ביי די מערכה פון שוכני עפר, און וויא נישט - און מער פון אלעס - אז יעדער זעהט זיין גערעכטיגייט.

איבער דעם שרייב איך, און איבער דעם וועל איך אי"ה שרייבן.

דו וועסט נישט טרעפן פון מיר קיין שלעכט ווארט קעגן די ארוינים און זייער רבין, און דו וועסט אויך נישט טרעפן פון מיר קיין שום גוט ווארט אויף די זאליס מיט זייער רבין – איך גלייב אז דו האסט דאס שוין געזוכט – האסטו דאס געטראפן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 20:41 לינק ישיר 

גערעכט כתב:

ר' יענקעלע!

איך האב מיט חיים הערשלען פון ירושלים גארנישט איינגעלייגט, אזוי וויא איך האב נישט קיין סטאקס ביי ר' חיים הערשעלען פון ב"ב.

ווען איך וועל וויסן די אמת'ע פאקטן וועגן די מערכה פון סאטמאר, וואלט איך אויך מוחה געוועהן קעגן וועמען איך וואלט פארשטאנען אז ער טוט געמיינע זאכן - און איז עובר על דעת תוה"ק, הוא אשר דיברתי, מיט מעשה'לאך / פיקציעס / און שפעקאלציעס, ווערן אזעלכע וויא מיר אינגאנצן צו מישט, און קענען נישט מחליט זיין צו נעמען א שטעלונג

יעדער פון ענק (ארוינים און זאלוינים), טענה'ט כולו שלי, די הייליגע תורה איז מיט מיר, דער גאב"ד ר' יצחק טוביא שליט"א איז מיט מיר, וכן הלאה - יעדער פון ענקט באקט / פראדצירט / דרייט - דו פאקטן לויט וויא אים שמעקט.

וועגן די איבעריגס וואס דו שרייבסט, זעה איך נישט פאר וויכטיג צו מגיב זיין - ועמך הסליחה 

אופסססס... דאס מייזל שפרינגט ארויס פון טאביק פישקעלע...
דו האסט טאקע נישט גארנישט מיט חיים הערשעלע פון ירושלים אדער רבי חיים הערש פון בני ברק, אמת,
אבער וואס האסטו מיט די קברים פון יפו? ביסטו מיט זיי א נאנטער קרוב?, האסטו עפעס נאנטע משפחה
ליגן אין אשקלון?, וואס האסטו מיט זיי? וואס ארט דיך אז מען גראבט אויף עפעס אלטע קברים?,
וואס זאגסטו?, מיינסט דעם באשעפער? דו מיינסט בלויז כבוד שמים? און וואס איז מיט הליכה לערכאות?
א מרים יד בתורת משה מיינט ביי דיר גארנישט? איך פארשטיי אז מיט די חיים הערש'עס האסטו גארנישט,
אבער מיט די תורה האסטו יא עפעס? מיטן ויואל משה האסטו עפעס א שייכות?

אינטרעסאנט, אויפאיינמאל ווייסטו שוין פונקטליך וואס די אהרונים טענה'ן און וואס די זאליס טענה'ן, און דו ווערסט
א וואויל יונגל און ווילסט דיך נישט מישן ווייל דו ווייסט נישט קיין קלארע פאקטן, דו שרייבסט: ווען איך וועל וויסן די אמת'ע
פאקטן וועגן די מערכה פון סאטמאר, וואלט איך אויך מוחה געוועהן קעגן וועמען איך וואלט פארשטאנען
אז ער טוט געמיינע זאכן - און איז עובר על דעת תוה"ק,
או קיי, לאמיר דאס צו לייגן אויף קליין געלט, דו ביסט מסכים
אז אויב ווייסט מען די פאקטן מעג מען און מען דארף גאר מוחה זיין, יא?, זאלסטו וויסן אז אני הקטן ווייס יא קלאר
די פאקטן, און על כן בין איך מחוייב מוחה צו זיין, שטימט?, צווייטענס, די טענה איז בכלל נישט אז דער האט צו געכאפט
פון דעם, אבסעלוט נישט, דאס וועט מען טענה'ן ביי די דין תורה, די יעצטיגע טענה איז זייער פשוט, מיר זענען אידן
און מיר האבן א סכסוך, מיר אהרונים ווילן גיין צו א אומפארטייאישן בית דין בישראל אדער זבל''א, ווי אידן בכל תפוצות
הארץ פירן זיך, און איר זאליס האט דאס אריין געפירט אין בית המשפט הציוני, איר זענט א מרים יד בתורת משה,
דאס איז די טענה, איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?, אדרבה קיק די דאטום'ס פון הליכה לערכאות, ווער עס האט גערופן
וועמען, וועסטו זען למי החותמת ולמי הפסולים,

נאר וואס דען, ס'איז אמת, דו האסט גארנישט מיט די חיים הערלעך, דו האסט נאר מיט תולדות אהרן,
און תולדות אהרן האט זיך בלינדערהייט צו געשטעלט צו די זאליס, במילא נעמסטו זיך אן פאר די זאליס,
אדער ווען דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, שפילסטו גולם, און ווילסט דיך נישט מישן. אלזא, גערעכטער,
לאמיר זען, ווי "גערעכט" דו ביסט, איך שרייב א קלארן פאקט, נישט קיין פיקציעס,  נישט קיין מעשה'לעך,
און נישט קיין שפעקאלאציעס, מיר שרייען איין זאך, לאמיר גיין צו דין תורה, און דריי בתי דינים פון בני ברק
וואס זענען קלאר באקאנט שרייבן אז דו אהרונים זענען מוכן צו גיין צו דין תורה און די זאליס ווילן נישט. דאס
איז דער גאנצער נושא, לאמיך זען פון דיר א שטיקל מחאה אויף דעם חילול השם. לאמיר זען ווי ערענסט
דו מיינסט:. ווען איך וועל וויסן די אמת'ע פאקטן וועגן די מערכה פון סאטמאר, וואלט איך אויך מוחה געוועהן
 קעגן וועמען איך וואלט פארשטאנען אז ער טוט געמיינע זאכן - און איז עובר על דעת תוה"ק,

אויף מיין איבעריגע פרירעדיגע תגובה האב איך נישט ערווארטעט קיין ענטפער, ווייל וואס קען מען דען ענטפערן
ווען יעדעס ווארט איז קלאר אמת ויציב...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 18:56 לינק ישיר 
ר' יענקל

ר' יענקעלע!

איך האב מיט חיים הערשלען פון ירושלים גארנישט איינגעלייגט, אזוי וויא איך האב נישט קיין סטאקס ביי ר' חיים הערשעלען פון ב"ב.

ווען איך וועל וויסן די אמת'ע פאקטן וועגן די מערכה פון סאטמאר, וואלט איך אויך מוחה געוועהן קעגן וועמען איך וואלט פארשטאנען אז ער טוט געמיינע זאכן - און איז עובר על דעת תוה"ק, הוא אשר דיברתי, מיט מעשה'לאך / פיקציעס / און שפעקאלציעס, ווערן אזעלכע וויא מיר אינגאנצן צו מישט, און קענען נישט מחליט זיין צו נעמען א שטעלונג

יעדער פון ענק (ארוינים און זאלוינים), טענה'ט כולו שלי, די הייליגע תורה איז מיט מיר, דער גאב"ד ר' יצחק טוביא שליט"א איז מיט מיר, וכן הלאה - יעדער פון ענקט באקט / פראדצירט / דרייט - דו פאקטן לויט וויא אים שמעקט.

וועגן די איבעריגס וואס דו שרייבסט, זעה איך נישט פאר וויכטיג צו מגיב זיין - ועמך הסליחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 18:04 לינק ישיר 

גערעכט כתב:
יענקעלע!
ממנו ילמדו וכן יעשו, אין נישט וויל איך בין דאס - אין איך האב משכנע געוועהן, נאר ווייל אז מען ווייזט אויף דעם גערכטקייט פון אמיינונג, אויף דעם איז געזאגט געווארן "קבל את האמת ממי שאומרו", צו ער הייסט יענקעלע - אדער בערעלע.

איך מיין אז עס וואלט כדי געוועהן, אז אויך ביי ענקער ויכוח אין סאטמאר, זאל דער דין ודברים ארויף גיין אויף ערנסטערע שטאפלען, עס איז קיין שום חכמה צו שרייבן מעשה'לעך אהן קיין דעקונג, "דער קיבארד פארנעמט אלעס - און דער סקרין פלאצט נישט פון דעם".

וואלט ענקער ויכוח געוועהן, אביסל אויף א עכערן סטאנדארט, וואלט מען ענק מער פארשטאנען, וואס קומט ארויס פון 90% פון ענקערע שרייבעכטסער דא, אז דע ארוינים קלאפן זיך אויף די אייגענע פלייצע - און די זאליס די זעלבע.
ולה' הישועה  


גערעכט, דו הייבסט מיר אן צו גיין אויף די נערוון!!!
איך האב אנגעהויבן דעם אשכול, מיטן נאמען "מיין שפעקאלאציע", דאס מיינט זייער קלאר
אז איך גיי שרייבן מיינע חלומות, מיינע בליקן אויף די זאך, נו, ביסטו ארויס פון די כלים, האסט
מיך אנגעהויבן צו אטאקירן אז איך מאך ליצנות פון מערכי ישראל, וויפיל איך האב פראבירט
מסביר צו זיין אז חס וחלילה, איך מאך נישט קיין ליצנות פון די מסירת נפש מפגינים וואס האבן
געכאפט מכות רצח פון די רשעי ישראל, מיין ליצנות, און לאו דווקא ליצנות, נאר מיין "ווייטאג" איז
געווען געווידמעט צו דעם קדוש'ל חיים הערש טייטלבוים וואס שטעלט זיך דא א פנים פון א לוחם
מלחמות ה', בו בזמן ווי ער איז א מרים יד בתורת משה, א מחלל שם שמים אויפן העכסטן מאס,
און איך האב דאס אויפגעוויזען (מיט שפעקאלאציעס) אז בו בזמן ווי די רשעי ישראל שניידן שטיקער
פון אלע היימישע מפגינים, זיי שוינען נישט אפ קיינעם, זיי ווארפן אריין אין די תפיסות יעדן וואס קומט
זיי אינטער די האנט, און אפילו דעם רבי'ן פון חסידי ירושלים האבן זיי אויך נ ישט אפגעשוינט, און
פלוצלינג וואונדער איבער וואונדער, יעדער כאפט שלעק פון די אכזריות'דיגע משטרה אויסער אונזער
באליבטער חיים הערשעלע, ער באקומט פון זיי גרויס כבוד, זיי שטעלן עם צו א משמרת כבוד מיט א 
שומר ראש פון די משטרה, און דאס האב איך ארויס געברענגט, אז לויט "מיין מיינונג" איז יש דברים
בגו, און דאס איז א דירעקטע פועל יוצא פון זיין התחברות לרשעים, זיין אנערקענען אין די חוקי המדינה,
און איך האב במכוון געפענט א עקסטערן אשכול איבער דעם נושא, כדי נישט אויסצומישן מיינע שפעקאלאציעס
מיטן אשכול פון די הפגנות.

ויצא הקצף, דער גערעכט איז אויף מיר ארויף געשפרינגען מיט א כעס, און מיך אראפ געריסן אויפן
העכסטן פארנעם, ווי כאילו אני הקטן יענקעלע פון ניו יארק איז גאר דער פראבלעם, און איך מאך קאלט די
גאנצע מערכה, און אלעס וועבט זיך ארום נאר איבער מיין ארטיקל, אלעס איז ער גרייט מוחל צו זיין,
אפילו גיין אין בג''ץ הציוני איז ער גרייט מוחל צו זיין, און פארגעסט נישט, אלעס  נאר למען מערכי ישראל,
 אלעס איז כשר וישר, נאר נישט יענקעלע'ס ארטיקל, נו, איך האב געזען אז איך קים נישט אן אין ערגעץ,
האב איך באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און געזאגט אז גערעכט איז גערעכט און גמרנו, איך האב ערווארטעט
אז ער זאל זיך א קלאפ טין אין די פלייצע, ווייל ער פארלאנגט דאך כסדר אז ווער עס האלט אז ער איז גערעכט
זאל דאס "מציין זיין", אבער איך האב עהם דאס פארגינען מיטן גאנצן הארץ, און עקספעקטעד דעם ערשטן
פאראגראף פון זיין תגובה, און אויב וואלט ער מיט דעם גענדיגט וואלט דאס געשלאסן געווארן,

אבער דער גערעכטער האט מיך אראפ געשיקט פונעם בוים און ער האט איבערגענומען דארט מיין זיץ,
ער האט מחליט געווען געווען מיר אביסל מוסר זאגן און געבן אפאר עצות וויאזוי צו פירן דעם אהרוני/זאלי מערכה,
ער איז מסביר אזוי בטוב טעם ודעת אז די מערכה דארףזיך פירן אויף א העכערן סטאנדארט, און אז דעמאלטס 
וואלט מען אונז מער פארשטאנען,  ער שרייבט אזוי זיס: "דער קיבארד פארנעמט אלעס - און דער סקרין פלאצט נישט פון דעם".
וויל איך דיר זאגן טייערער גערעכט, נישט די מערכי ישראל באדערט דיך, און נישט דער נידעריגער סטענדערט פון אונזער
דיסקאשן באדערט דיך, און אוודאי באדערט דיך נישט דער חילול השם פון גיין אין בית המשפט הציוני, איין זאך באדערט דיך
אז מען בארעדט דעם פעשן חיים הערשעלע, דו אלץ בלינדער תולדות אהרן'ניק, וואס האקט שטיקער און מאכט ליצי ליצנות
פון תולדות אברהם יצחק, אויף א גאר נידעריגן סטענדערט, דו רייסט אראפ יעדן וואס נעמט זיך אן פאר תולדות אברהם יצחק,
און רייסט אראפ יעדן וואס האט ארויס געברענגט דעם גרויליגן באקס נסיעה אין מירון, דארט פארגעסטו פון סטענדערט'ס,
דא האט איר איין ביישפיל ווי ער מאכט ליצנות פון תולדות אברהם יצחק, (זוכט דאס אויף אין זיינע תגובות) ווי ער שרייבט:
תולדות א"י רבי איז דער בעש"ט, משיח איז שוין פארנומען   , על כן האב איך באשלאסן, דו ביסט א פעיק פאני פראוד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 10:18 לינק ישיר 

יענקעלע!
ממנו ילמדו וכן יעשו, אין נישט וויל איך בין דאס - אין איך האב משכנע געוועהן, נאר ווייל אז מען ווייזט אויף דעם גערכטקייט פון אמיינונג, אויף דעם איז געזאגט געווארן "קבל את האמת ממי שאומרו", צו ער הייסט יענקעלע - אדער בערעלע.

איך מיין אז עס וואלט כדי געוועהן, אז אויך ביי ענקער ויכוח אין סאטמאר, זאל דער דין ודברים ארויף גיין אויף ערנסטערע שטאפלען, עס איז קיין שום חכמה צו שרייבן מעשה'לעך אהן קיין דעקונג, "דער קיבארד פארנעמט אלעס - און דער סקרין פלאצט נישט פון דעם".

וואלט ענקער ויכוח געוועהן, אביסל אויף א עכערן סטאנדארט, וואלט מען ענק מער פארשטאנען, וואס קומט ארויס פון 90% פון ענקערע שרייבעכטסער דא, אז דע ארוינים קלאפן זיך אויף די אייגענע פלייצע - און די זאליס די זעלבע.

ולה' הישועה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 01:01 לינק ישיר 

קבל את האמת ממי שאמרו, לא בחינם הייסט ער גערעכט,
ווייל ער איז גערעכט!!! אבי זעמער שוין ביידע אראפ פון בוים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 00:53 לינק ישיר 
ר' יענקלללללל - ר' יענקלללל - יענקל, נישט גערעגט - עס שאט צום געזונט

יענקעלע11 כתב:
[quote]

 

יאנקעלע - נאך איין קליין טריט - ביסטו שוין נישט אויפן בוים

[quote]

נאך איין פראגעלע, פארוואס איז חיים הערש טייטלבוים מער מקורב ביי
די פאליציי ווי דער רבי פון חסידי ירושלים, יענעם האט מען ארעסטירט
אן קיין רחמנות און פאר חיים הערש געבן זיי עפעס כבוד מלכים, דאס האט
נישט צוטון מיטן בג''ץ?, עפעס ווער איך איבערגעצייגט אז מיין שפעקאלאציע
איז גאר א ריאליטעט...

[/quote]

די ריאליטעט איז, אז דער פאליס דעפארטעמענט האט געכאפט גענוג און נאך פארן ארעסטירן נעכטן א רבין בישראל, זענען זיי שוין היינט געווען מער פארזיכטיג, - די אלע איבעריגע - איז "שפעקאלאציע" - עקלדיגע ליצנות פון מערכות ישראל.

איך האב פארפאקט ר' חיים הערש פון ב"ב, און ר' חיים הערש פון ירושלים - לאז אונז צורוה מיט ענקער פארשטיקענע מחלוקת..
האלסט טאקע אז איך גיי אראפ פון בוים דארפסטו ארויף שפרינגען דערויף?
ווי זעסטו עקעלדיקע ליצנות פון מערכות ישראל? האלסטו אז חיטוטי שיכבי איז
ערגער פון הליכה לערכאות הציונים? קען זיין, אבער איך בין נישט אזוי זיכער, און
אפילו יא, מאכט דאס נישט קלענער די עבירה פון זיין א מרים יד בתורת משה,
דער חילול השם איז געוואלדיג, דאס פנים פלאמט פאר בושה, און טאמער האסטו
דאס נישט ליב צו ליינען, מיש איבער צו א אנדערן אשכול, דאס האב איך געפענט
פארוועם עס וויל זען און וויסן דעם אמת, מען דארף מגלה פרצופם זיין פון די מלחכי פינכה,
און מיט דיין פאלשע סטעיטמענטס פון מאכן ליצנות פון מערכות ישראל זעט מען וואס
דיך שטעכט. אדרבה ליין איבער מיינע תגובות און ווייז מיר אן ווי איך האב געמאכט ליצנות
פון די מפגינים, עפעס האסטו א קאמפלעקס מיט אמעריקא, פילייכט האסטו נישט מצליח געווען
ביים דיין לעצטע שנאר קאמפיין ביסטו ביזי מיט אונזער סיר הבשר, ווי גלייך פרעסן פאלאפל
אויף די גאס איז מער אויסגעהאלטן, אדער מעלה גירה זיין ענקערע גרעינים אויף מאה שערים
איז שענער פון אונזער סיר הבשר,




ליצנות הייסט, אז דו נעמסט א שווערע מערכה, וואס דער יהדות החרדית גייט אריבער אין ארץ ישראל, און דו מאכסט א ביליגע "שפעקאלציע", בכדי צו שפילן דיין פאליטיק.

דו - אזוי וויא אלע דא ווייסן, אז דיין שפעקאלאציע - איז טאקע נאר שפעקלאציע - אין מיטן אמת פאקט, האט דאס קיין שום שייכות, נאר וואס דען ר' יאנקל וועט באלד באקומען א ברייטן קלאפ אויפן פלייצע, און וועט זעהן אויף זיין "בלעקבערי", קאמפלאמענטן פאר דיין גרויסע שיינע שפעקאלציע.

מיש נישט בארשט מיט קארטאפל, עס איז דא אפראבלעם מיטן בג"ץ - עס קען זיין - און נישט עס קען זיין, עס איז זיכער אשרעקליכע עוולה - און עבירה.

אבער דיין מאכן א סאלאט, פון א שווערע מערכה וואס דער יהדות החרדית אין ארה"ק, גייט ממש אין די שעות אריבער, איז ביליגע ליצנות פון די מערכה למען שוכני עפר.

און וואס איך האב קעגן ענק אמריקאנער? גארנישט, עס איז נישטא אזעלכע רודפי צדקה וחסד, אזוי וויא ענק, דער רבונו של עולם זאל העלפן כלל ישראל זאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם, אבער פאר אזעלכע געמיינע ליצנות וואס דו האסט דא געטריבן, באקומט דיר נישט בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 00:35 לינק ישיר 

אבער א איך זאג דיר צו ר' יענקעלע טייערער, אז איך גלייב נאך אלס נישט די זאליס איבער די אלע איידלקייטן וואס זיי פארקויפן אויף אייך, כאטש דאס איז איידל ביי אייך לויט ווי דו האסט אנגהויבן דעם אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 00:32 לינק ישיר 

יענקי, האסט טאקע נישט קיין מורא פאר נפתלי בלומענפעלד?
ער וועט דיך באלד פאקן מיטן קאמפיאטער וועסטו פליען פון ישיבה,
עפעס איזמיט דיין נקידה הפנימית, שנער צוריק אין ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 00:24 לינק ישיר 
נעם דיר יענקעלע די לעצטע איידעלע בילד כדי דו זאלסט דיר קענען ברוהיגן פון די איידלקייט וואס די פאליס האט היינט ארויס געוויזן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2010 00:24 לינק ישיר 

גערעכט כתב:
[quote]
יאנקעלע - נאך איין קליין טריט - ביסטו שוין נישט אויפן בוים

[quote]

נאך איין פראגעלע, פארוואס איז חיים הערש טייטלבוים מער מקורב ביי
די פאליציי ווי דער רבי פון חסידי ירושלים, יענעם האט מען ארעסטירט
אן קיין רחמנות און פאר חיים הערש געבן זיי עפעס כבוד מלכים, דאס האט
נישט צוטון מיטן בג''ץ?, עפעס ווער איך איבערגעצייגט אז מיין שפעקאלאציע
איז גאר א ריאליטעט...

[/quote]

די ריאליטעט איז, אז דער פאליס דעפארטעמענט האט געכאפט גענוג און נאך פארן ארעסטירן נעכטן א רבין בישראל, זענען זיי שוין היינט געווען מער פארזיכטיג, - די אלע איבעריגע - איז "שפעקאלאציע" - עקלדיגע ליצנות פון מערכות ישראל.

איך האב פארפאקט ר' חיים הערש פון ב"ב, און ר' חיים הערש פון ירושלים - לאז אונז צורוה מיט ענקער פארשטיקענע מחלוקת..


האלסט טאקע אז איך גיי אראפ פון בוים דארפסטו ארויף שפרינגען דערויף?
ווי זעסטו עקעלדיקע ליצנות פון מערכות ישראל? האלסטו אז חיטוטי שיכבי איז
ערגער פון הליכה לערכאות הציונים? קען זיין, אבער איך בין נישט אזוי זיכער, און
אפילו יא, מאכט דאס נישט קלענער די עבירה פון זיין א מרים יד בתורת משה,
דער חילול השם איז געוואלדיג, דאס פנים פלאמט פאר בושה, און טאמער האסטו
דאס נישט ליב צו ליינען, מיש איבער צו א אנדערן אשכול, דאס האב איך געפענט
פארוועם עס וויל זען און וויסן דעם אמת, מען דארף מגלה פרצופם זיין פון די מלחכי פינכה,
און מיט דיין פאלשע סטעיטמענטס פון מאכן ליצנות פון מערכות ישראל זעט מען וואס
דיך שטעכט. אדרבה ליין איבער מיינע תגובות און ווייז מיר אן ווי איך האב געמאכט ליצנות
פון די מפגינים, עפעס האסטו א קאמפלעקס מיט אמעריקא, פילייכט האסטו נישט מצליח געווען
ביים דיין לעצטע שנאר קאמפיין ביסטו ביזי מיט אונזער סיר הבשר, ווי גלייך פרעסן פאלאפל
אויף די גאס איז מער אויסגעהאלטן, אדער מעלה גירה זיין ענקערע גרעינים אויף מאה שערים
איז שענער פון אונזער סיר הבשר,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיין שפעקאלאציע...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext