בית פורומים כל העולם כולו

בשורה טובה געגרינדעט "וועד לקדושת ישראל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/5/2010 18:07 לינק ישיר 
בשורה טובה געגרינדעט "וועד לקדושת ישראל"

אזוי ווי לעצטנס איז נפרץ געווארן דער ענין איסור חמור פון מסדר קידושין זיין אין גלילות פון קרית יואל בלי רשות המרא דאתרא, און טראץ די אלע מיטלען דאס אפצושטעלן גייען די פורצים נאך אלץ אן מיט זייער פירצה.

 

און אפי' נאכן גרינדן דעם "וועד למשמרת הדת" וואס האט פרובירט מיט אלע מיטלען אויפצוקלערן דעם עולם אז דער ענין איז נישט קיין פלוטיק שפיל, און אפי' נאכן מפרסם זיין די נעמען און אריינשרייבן אין פנקס, האט דאס נאך אלץ נישט געהאלפן.

 

ע"כ נאך אן אסיפת אקרו"ט נעכטן נאכט מיט די באטייליגונג פון די ראשי הקהילה ודיני הקהילה, איז באשלאסן געווארן אז כדי אכטונג צו געבן אויף די קדושת ישראל אין די שפעטערע דורות, וואס מענטשן וועלן נישט קענען דאס נאכגיין צוליב וואס עס וועט זיין צופיל משפחות.

 

איז באשלאסן געווארן צו גרינדן א נייער וועד מיטן נאמען "וועד לקדושת ישראל", וואס וועט אי"ה פאר יעדע חתונה אריינגיין אל הקודש פנימה, און נעמען רשות אז מען זאל קענען מסדר זיין די קידושין בהיתר, פארשטייט זיך אז אויב משום איזה סיבה וועט אמאל נישט געגעבן ווערן קיין רשות, וועט מען דאס איבערגעבן פארן "וועד למשמרת הדת" אז זיי זאלן דאס פארשרייבן אינעם פנקס.

 

פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, וועלכע חתונה עס האט באקומען רשות.

 

נ.ב. פארשטייט זיך אז א חתונה ווי עס איז דא רשות, מעג מען יא גיין אפי' מען האט געהאט אינטערגעשריבן די "קבלה טובה". אויסער די וואס זענען זיך מחמיר בכלל נישט אריינצוטרעטן אויף אזא מקום ווי מען האט מצער געווען רבינו שליט"א, וד"ל




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2010 19:19 לינק ישיר 

דער סארקאסטישער לצנות תירוץ וואלט גוט געשטומט אלימלא דער מסדר קידושין וואלט געווען דער שארמאשער אדער אן אנדערע שונא פון ר' אהרן ודומיהם

ועכשיו אז דער מסדר קידושין איז געווען אן אהרונישער לויאליסט, וואס ס'נישטא קיין מציאות בעולם ער זאל מסדר קידושין זיין בלי רשות ר' אהרן, זענט עטס די לוזערס.

ולפום ריהטא, האלט איך אז די אמת'ע גרעסטע געווינערס פון די נעכטן נאכטיגע חתונה, זענען בלויז די אידישער פאר-פאלק, עפעס א זכיה האבן זיי געהאט אז טראץ זיי זענען ביידע פון בני יואל'שע משפחות די חתונה איז אין די בני יואל'שע זאל וואס דערווייל זענען אלע חתונות דארט געווען שלא ברשות ר' אהרן, עכ"ז האט אזוי פאסירט מאת השם אז זיי זענען אין די לעצטע מינוט אפגעראטעוועט געווארן פון רח"ל אויפשטעלן דורות מיט א ספק'דיגע כשר'ע קידושין, אשרי להם! זאל עס טאקע זיין א בית נאמן בישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2010 18:21 לינק ישיר 

די ביזט נאך אינטער'ן רושם פין די נעכטיגע חתונות - איך פארשטיי

איך מיין אז פילן וואלט געווען א בעסערע ישועה ווי איידער עפענן 5 אשכולות א טאג פין די זעלבע טעמע




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בשורה טובה געגרינדעט "וועד לקדושת ישראל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext