ווי יעדער ווייסט האבן די זאלי'ס גארנישט געטוהען ביי יפו גראבונגען אפצוהאלטן זיי זענען נישט ארויס און א"י ביז ווען מע האט דאס אויפגעדעקט, און אויך דא און אמעריקא מאכן זיי גארנישט, נאר באגענוגען זיך מיט א עצרת און זייער ביהמ"ד (יעדער געדענקט וואס זיי האבן געטוהען ביי שפאניע זהעט אויס אז יפו איז זיי נישט וויכטיג)
אבער צו דעם האב איך זיך שוין נישט געראכטען אז זיי זאלן זיין די שלוחים פון די ציונים און ווילאמסבורג צו רייסן צעטלעך ווען איינער וויל יא פראטעסטירן, צו אזא נידעריגע מדריגה פון רבינזכוורכה אידן האב שוין נישט געגלייבט
די צעטלעך רופן דעם עולם צו קומען פראטעסטירן
חזקה על שילח שעושה שליחותו
דער שליח יוסעלע פליט פארלאזט דעם פלאץ
ירא הקהל וישפוט ווער מיינט דאס ערענסט און ווער נישט
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 28/05/2010 16:53:53
נשלח ב-16/11/2010 00:19
זאלי'ס שפאנען ווידער איין זייערע בחורים
עס קוקט אויס ווי כ''א כסליו איז די זעלבע גירא בעיני דשיטנא ווי די עצרת מחאה קעגן די ציונים
די זאלי'ס האבען ווידער אייגענשפאנט זייערע בחורים צו רייסען צעטליך פין די מוסדות וועלכע רופט צום בעפארשטייענן סעודת הודאה
די יעצטיגע פראטעסטן איז שוין אויך דורך היבש קענסעלעישאן'ס איינס פין די צייטן איז געווען חוה''מ סוכות
פארשיינדליך האט מען געווארט מ'זאל צירוק אנהייבן צו גרובן אין יפו, אבער למעשה אז ס'נעמט אזוי לאנג קען מען שוין נישט ווארטן
לאמיר האפען אז ס'וועט ארויסקומען א קידוש ש''ש
נשלח ב-26/10/2010 02:30
סארי, ראנג אשכול
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 26/10/2010 02:38:13
נשלח ב-26/10/2010 00:46
עס איז אינטערסאנט צו באמערקן
אין די יעצטיגע טעג פאררופן די נאכשלעפער פין די קלעגער אין בג''ץ הציוני זייער כמעט - חודש'ליכע פראטעסט
(אייןס פין די נייע סילופים מיטן ניגון פין קנאות לטובת די פראפגאנדע צו מאכען אזוי אפט פראטעסטן
שאל אביך ויגדך ווי שווער די רבי ז''ל האט אפגעמאכט מ'זאל גיין פראטעסטירן אין די גאס אין ביי די בג''ץ אקטיוויסטן איז עס א חודש'ליכע אקטיוועטי, אבער כ'גיי נישט יעצט אריינגיין וועגן דעם)
טראץ וואס יעצט אויף די מיניט גראבט מען נישט אין א''י אין אפי' אין א''י פראטעטירט מען נישט יעצט - עכ''פ קיין באריכטן אין רופן צו פראטעסטן זענען אוודאי נישטו נאר מיטן תירוץ אז זיי גייען ווייטער גרובן
אין זיי שיקען זייערע בחורים הענגן צעטליך אין פאוסטערס איבעראל אפי' אויף קאנסטראקשען סייט'ס - וואס ע''פ לשונם איז עס מזיק ממון ישראל
אין קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט, עס איז קיינעם נישט בייגעפאלען צו רייסען א צעטיל אין אוודאי נישט צו נאכשרייען, פאטאגראפירן אפגערעדט פין שלאגען איינעם וואס הענגט
(איך שליס נישט אויס אויף אז אויב זיי וועלן אנקלעבן מיין גארטען אדער א פלאץ וואס די אייגענטומער לאזען נישט הענגן וועט מען עס אראפנעמען איך רעדט פין בדרך כלל)
עס וואלט נאר כדאי געווען פארן עולם צו קוקען היינט נאכט ווי די ציווילדעווע יונגען וועלן קלעבן צעטליך מיט זייער נעימות'דיגע איידעלקייט אזווי ביי די לעצטע פראטעסטן
נאכדעם וועט בלומענפעלד נאכמאל קענען האלטן א דרשה אז ס'געוווען אן רשות, אזווי ביי די פאריגעס מאל
סיי וויאזוי זאלען זיי האבען הצלחה מיט זייער פראטעסט אין דאס מאל זאלען זיי עס נישט דארפן קענסלן נאכמאל
תוקן על ידי היראים ב- 26/10/2010 00:48:58
נשלח ב-2/6/2010 17:28
מ'בעט די ציבור, אז ווער עס זעט די טעראריסט יאסעל פריעד זאל אפכאפען די לייסענס נאמבער פון די קאר וואס ער דרייווט אין עס איבער געבען פאר די עסקנים. אין וועמען ער האט געשעדיגט זאל עס אויך איבערגעבן פאר זיי, אין מ'וועט נעמען לעגאלע שריט, אין בעה"י נעשה ונצליח
נשלח ב-2/6/2010 17:19
די אינגעלייט וואס האבען געהאלפען ארויס ברענגען די קול מחאה, אויף די ניו יארק'ע גאסען. פארציילען יעצט אז אינמיטען די ברען פון די הכנות צום מאסען דעמאנסטראציע. האבען זיך אפגעשטעלט אידען, זעענדיג די ווילדע טעראר וואס די פארלוירענע כת זאליס לייגען אן. אין האבען ציגעלייגט א האנט אין ארויסגעהאלפען מיט וואס אימער די סאטמערע אינגעלייט. אין די אידען האבען זיי געזאגט אז זיי האבען לכתחילה נישט געפלאנט זיך משתתף צי זיין ביי גריוס ארטיגען מחאה אבער איצט נאכען זעען די אימאראלישע ציווילדעוועטע אויפפירינג פון די ווילדע באלוואנען וועלען זיי זיך אי"ה משתתף זיין.
אין צי די זאלי כת זאגען מיר עטץ זענטץ געווארען איצט די שטאט'ס ליצנות ווען א יעדע נארמאלע מענטש האט שארף פארדאמט, ענקערע געמיינע מעשים. אין עטץ האט גארנישט אויפגעטון. אין די פלאקאטען האבען באגאסען די שטאט, אנגעפאנגען פון פרייטיג איבער שבת, ביז צום מאסען דעמאנסטראציע עטץ האטץ יעצט געכאפט א טויט קלאפ ווייזענדיג פאר וומ"ס ווער ס'איז בעל הבית.
נשלח ב-2/6/2010 09:00
ס'איז אינטערסאנט צי וויסען אויב די טאטעס פון די קווינסע חיות האבען געוויסט אז זייערע בחורים דרייען זיך אויף די גאסען א גאנצע נאכט.
וואס האבען די דריי הונדערט בחורים געטון א גאנצען טאג נאכדעם, נאכן אויף זיין א גאנצע נאכט. אין וואס זאגען זייערע מאמעס? ווי איז די אחריות פון די מנהלים ווער איז מנהל דארטען, אין א ישיבה וואס די בחורים זיצען אויפען סיידוואק צווייע דרייע- פינעף'ע אזייגער פארטאגס, אין שרייען נאך אומשילדיגע פארבייגייער'ס, מיט מיאוס'ע געמיינע לאזינגען ה"י מענטשען זענען אהיים געקומען פון שמחה'ס זענען געווען געשטוינט, וואס זיי זען, זיי האבען געמוזט אדורעך לויפען די סטודענטן פון די קווינס. ציטערנדיג פון מכות אין פלינדרייען פון די בויעס, מענטשען האבען זיך געמיזט אנכאפען שטריימעל בעקיטשע בערזלעך ס'זאל נישט פארשווינדען ווערן, ס'האט געמיזט אריינקומען גרויסע פליצייאישע כוחות מאכען ענדליך ארדעניג מיט די קווינסע בויעס אין זיי אהיים שיקען מיט קראפט.
חסדי ה' כי לא תמנו, אז זייערע פלענער זענען געווארען אינגאנצען צונישט, אין סאטמער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט א מסירות נפש אין העלדישקייט ארויסהענגעדיג פלאקאטען אנטקעגין די ציוניסטישע מדינה אין זייערע גזירות רעות, אויף די וויליאמסבורג'ע גאסען, אין ס'איז נישט געלינגען פאר די באלוואנען אין חיות די געמיינע טעראר, אין אויכעט האט נישט געהאלפאן אז זייער מעכטיגע טערעריסט יאסל פריעד וואס האט געדרייווט יושע העשיל בן משה פריעדמאנס קאר א גאנצע נאכט (איינער ווייסט אפשר פון ווי יאסעל פ. האט פארשאפט די שליסעל פין יושע העשיל'ס קאר) האט געזאגט אז ער וועט פירען די בחורים אין אויסלערנען טעראר. דער י.פ. האט נעבעך געמוזט צום סוף אפציען מיט חרפות אין בושות אינדעפרי אויפגעבענדיג, זיך נישט קענענדיג אן עצה געבען מיט די העלדישע סאטמערע אינגעלייט, אין ער האט געמיזט איינזען אז אין וויליאמסבורג איז סאטמער בעל הבית אין נישט די נידערטרעכטיגע זאלי כת ב"ה אז די פלאקאטען זענען געבליבען הענגען א גאנצע טאג, אין די מעכטיגע מאסען פראטעסט וואס איז פארופען געווארען דורעך אדמו"ר מ'סאטמר שליט"א והרבנים הגאונים שליט"א איז א דורעך מיט א געוועלדיגע סייעתא דשמיא ב"ה אין די אייבישטער זאל העלפען אז מ'זאל טאקע האבען אויפגעטון פאר כבוד שמים, אין די אייבישטער זאל העלפען אז אין די זכות פון די מחאה זאל די ביטערע גזירה פון ח"ש זאל בטל ווערען במהרה ציזאמען מיט די מדינה הטמאה אן קיין שאדען פאר קיין שום איד ח"ו.
נשלח ב-31/5/2010 21:10
די נאכט האבען די וומ''ס ציונים געוויזען זייער ידי עשיו ווען מ'האט אנגעהעצט 'אלע' זייער בחורים פין גרויס ביז קליין ארום צו גיין רייסען צעטליך אין שלאגען די וואס הענגן
שפעט ביינאכט ביז פארטאגס האט מען געזעהן גרופעס בחורים אין גאנץ וומ''ס דרייען זיך אין קופקעס ביז פארטאגס פאר די הייליגע מערכה פין רייסען צעטליך ווען זיי זענען אנגעקומען אין ישיבה איז געהערט די דיפרעסטע נייעס האבען זיי געקענט פארשטיין וואס מיינט פארשטינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געווארפען
נאר פאר א סעמפל צו זעהןן די יוגענט דארט, קוקט די בילד
האטס הנאה ליינט וואס איינער פין די פעמאס זאלי שרייבער אין זייער פארום שרייבען
אינזער יוסלע איז גאר א שותף אין דעם בילדינג...... אין אים שטערט אז מ'הענגט אן א 'פאוסטער' אויף די סיין פין די גויעשע סקעטפאלד קאמפעני - אן נאכמער מ'מאכט שאדען געלט (אין די צייט וואס ער מיט זיינע אימערצויגענע חברים הענגן וועכענטליך מות יומת סטיקער אויף יעדן'ס סיין און פענסטער אין שטאטישע נאו פארקינג סיין כו')
חי'שע דעספארעציע מזיק פריוואטע פארמעגנס
די אהרוינים זענען נעבעך אויסגעחלישט פאר איטענטשאן וואס זאל געבען ליטימאציע פארן רופן זייער פירער אלס מנהיג היהדות החרדית, האבן זיי פארופן א פראטעסט אביסל צו שפעט.
זיי געבן אבער נישט אויף, די פאקט אז מען גראבט שוין נישט איז נישט גענוג אפצורופן זייער שפעט באשטעטיגטע הפגנה, שיקן זיי ארום זייערע בחורים צו קלעבן צעטלעך און האפן אז קיינער וועט זיך נישט דערוויסן אז די חפירות זענען שוין סיי ווי אפגעשטעלט און די גאנצע הפגנה איז נישט מער ווי מפגין זיין אז אהרן האט מענטשן.
די בחורים קלעבן אן צעטלעך אן קיין אחריות און מיט א זעלטענע ווילשאפט. איינע פון די פלעצער ווי די אהרוינישע חיות האבן אנגעקלעפט מיט צעטלעך איז אויף דיווישאן קארנער קליימער. די חיות האבן אנגעקלעבט סקעפאלד'ס וואס טראגן טאוולען פון געשעפטן. ווער עס האט מחנך געווען די בחורים מזיק צו זיין נכסים פון פריוואטע פירמעס און קלעבן צעטלעך אויף פריוואטע טאוולען פון געשעפטן קענט איר זיך פארשטעלן.
פאר די אהרוינים איז נישט גענוג איינצושלינגן זייערע אייגע בזיונות פון חיה'שע בחורישע ווערטשאפט. זיי זענען מהפך הקערה על פיה און באשולדיגן גאר די בעלי בתים פארן ארבעטן צוזאמען מיט די ציונים פארן עבירה פון אראפנעמען די פאלקאטן פון זייערע טאוולען.
דער אימעראלישער יונג האט נאך אטאקירט מיט זיינע ידי זאלי'ס עטליכע בחורים וואס האבען געהאט די חוצפה צו הענגן צעטליך איידעלערהייט צו דעם גרויסען פראטעסט נאכדעם וואס ער האט גערופן פאליציי אז זיי הענגן אן א פערמיט
ווער עס האט די קליפ ווי ער נעמט אוועק די קאפעל אין ברילל פין דעם בחור'ל זאל עס ביטע ארויפלייגען (כ'הער אז איינער האט עס אגעכאפט)
דער גאנצער פראטעסט איז ווי א דארען פאר זיי אין אויג נאכדעם וואס זיי האבען געמיזט קענסלען זייער פראטעסט לשם פאליטיק מיטוואך אין ''כ' סיון'' אין מאנהעטן (ווער האט זיי געצווינגען) כדי די גאס זאל נישט 'זעהן' ווי 'גרויס' די זאלי'ס זענען טראץ וואס זיי ניצן די התאחדות לעטערהעד לכבוד דעם האבען זיי אינטערגענועמן די קידערישען בייאפל פין טראגען די בחורים אין כולל יונגעלייט קיין וואשינגטאן ווען תאוות ניצחון / לאזערס וועט שאפען די שווערע געלטער - וואס מ'קען ווען מיט דעם אסאך מער אופטוהן אין דעם פעלד
אזש היינט צופרי האט דער ווילדער י''ק אטאקירט 2 חשוב'ע יונגעלייט וועלכע זענען ארומגעגאנגען נאך געלט פאר די מאנטוג פראטעסט, אין ער האט זיי ארויסגעווארפען ווען אין די זייט שטייען די זאלי'ס ואין פוצה פה
אזא פנים האט די גאנצע פארטיי בראש פין זייערע רבנים
די עיקר איז, ווען איר זעהט א זאלישער ציוני רייסען א צעטיל נעמט א בילד אין גייט גלייך אוועק שטעלט אייך נישט אפ טענה'ן מיט יענעם