בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: ר' אהרן ווייזט גרייטקייט זיך צו לאזן שיסן דורך די ציונים!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2010 20:57 לינק ישיר 
ברעיקינג: ר' אהרן ווייזט גרייטקייט זיך צו לאזן שיסן דורך די ציונים!!!


ווי עס ווייסן מן הסתם אלע, גרייט זיך ר' אהרן צום מארגענדיגן טאג ווען ער וועט אנפירן א מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן אנטקעגן די ממשלת הכופרים די ציונים ימ"ש וועלכע גראבן קברים.

לאמיר פרובירן צו דערגרונטעווען אין די היסטאריע פון ר' אהרן זעהן ווען און וואו די ציונים זענען אים געשטאנען אין וועג אזש אז מ'פאררופט אזא פייערדיגע מחאה אויף מארגן.
ר' אהרן, ווי מען ווייסט, האט דאך אויף זיך דעם "פלעק" וויזניץ, וואס איך מיין מיט'ן אונטערשטרייכן די ווארט פלעק איז עפעס וואס מען האט אים אלץ פארגעווארפן, עס איז געווען די שווארצע קאץ וואס האט אים באגלייט, און דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס סאטמאר איז צוטיילט געווארן תשמ"ה, ווייל אלטע סאטמארער חסידים און רוב איינוואוינער פון קרית יואל האבן נישט געוואלט אלס רב דעם יונגערמאנטשיק, וועלכער איז דער איידעם פונעם וויזניצער רבי'ן נשיא מועצות גדולי התורה, א זאך וואס איז אין סאטמאר חזיר טרייף.

ר' אהרן האט במשך זיינע יארן אלס ראש ישיבה אין קרית יואל אסאך מאל "געלאזט פאלן ווערטער" וועגן די שיטה הק' פון רבי'ן, און וועגן די קנאות און וועגן ספר ויואל משה. עס זענען דא אסאך סטעיטמענטס פון אים וועגן ספר ויואל משה אז עס איז נאר דברי אגדה און נישט להלכה, ער האט אמאל אין ישיבה זיך אויסגעדריקט אז מען קען נישט זאגן אויפ'ן ויואל משה אז עס האט א דין ווי תשובות מהר"ם שיק, עס איז דא פון אים סטעיטמענטס ווי ער לאכט אפ פון מחמירים וואס נעמען נישט אריין ספרים פון מוסדות הרב קוק, די אלע זאכן זענען אין גאנצען נישט אין פלאץ פאר א סאטמאר ראש ישיבה און פאר איינעם וואס וויל זיך רופן סאטמאר רבי.

מען דארף זאגן אז מסתמא איז דאס געווען דער פועל יוצא פון זיין אן איידעם אין וויזניץ, ווייל די שנאה האט אין אים נעבעך געפלאקערט פארוואס די סאטמארער שיטה האט געברענגט ער זאל ווערן אויסגעשפילט פון די געזעלשאפט, און אז זיין חתונה האט שוין געדארפט זיין ליידיג פון מענטשן. כאטש מען האט שוין געהערט קנאים וואס זענען נישט געווען קינדער פון קנאים, און טאקע גרויסע קנאים, לדוגמא ר' שמחה בונם וואלדענבערג ז"ל פון ירושלים, וועמענס פאטער דער ציץ אליעזר איז געווען פון די ווייטערע קרייזן און ר' שמחה בונם איז געווען פון די מוצי"ם אין עדה החרדית און פון די אויסגערופענע קנאים, וועמען עס האט טאקע וויי געטאן ציונות. אבער ר' אהרן איז דאך ווייט פון דעם כרחוק מזרח ממערב.

אין די נו"ן יארן האט מען באשלאסן אז מ'דארף דעם ר' אהרן מאכן פאר וועלטס גרעסטע קנאי. ר' אהרן האט אין יענע יארן אנגעהויבן האלטן זייער היציגע דרשות קעגן ציונות, ער האט אראפגעריסן די מדינה פארוואס מען וויל נישט צוריקגעבן די שטחים ער האט ספעציעל שטארק ליב געהאט צו צולייגן די רעליגיעזע פארטייען, און מסביר זיין די פאליטישע אנטוויקלונגען אין ארץ ישראל, ער פלעגט רעדן שארף קעגן די פרומע, לדוגמא תשמ"ח ביים חנוכת הבית פון בנין ישיבה קטנה "עצי חיים" אין קרית יואל, האט ער זייער שארף אראפגעריסן זיין אייגענעם שווער דעם וויזניצער רבי, פארן אויפנעמען דעם דעמאלסדיגן ראש ממשלה יצחק שמיר שר"י, אינעם גרויסן בית המדרש בקרית וויזניץ און געזינגן פתחו שערים ויבוא גוי צדיק, און איין דרשה חול המועד פסח, האט ער אראפגעריסן די חסידישע קרייזן וואס צייילן ספירה מיט א ברען נאכן סדר אבער גייען צו די בחירות, (ער האט פארגעסן אז אין ארץ ישראל ציילט מען ספירה חול המועד) אין איין דרשה ביי א מלוה מלכה פון איחוד התלמידים האט ער אזוי שיין אראפגעריסן מיט דברי זלזול דעם ערלויער רב שליט"א "א רב אין ארץ ישראל דער מיט די לאנגע בארד, מלא על כל גדותיו", און דער זעלבער צייט אראפגעריסן א ליבאוויטשער זינגער אברהם פריד מיטן נאמען אז ער זינגט לבנימין אמר אויפן דעמאלסדיגער און היינטיגער ראש ממשלה נתניהו שר"י. ער האט זיך אהערגעשטעלט ווי אזא קנאי וואס מען זעט כמעט נישט. לכאורה פון די הייסטע צייטן פון הרב דאמב, ווען ער האט געגאסן פעך און שוועבל קעגן די רבנים פון ארץ ישראל, איז נאכנישט געווען אזא גרויסער פייערדיגער קנאי ווי ר' אהרן איז געווארן אין די נו"ן יארן, אזעלכע דרשות הערט מען מער נישט. ער איז געווארן א מוזג פון רבי'ן זי"ע אויסגעמישט מיט'ן וואידיסלבער רב, פאלטישאנער רב, ר' סענדר דייטש, און ר' הערץ פרענקל, און ענק קענען צושטעלן צו די ליסטע וויפיל נעמען ענק ווילן נאך. על פי רוב האט ער זיך באנוצט מיט אזאלעכע הויכע לשונות פון ר' סענדר'ס לעקסיקאן וואס פאסט מער פאר שרייבערס פון צייטונגען ווי איידער א רב בישראל, און ווען ער האט נאך געהאט א גוטן זשאוק אויף יענעם'ס חשבון האט ער זיך צולאזט א שטייגער ווי דער יארמער רב.

אבער די אלע דרשות האבן נעבעך געהאלפן ווי טויטע באנקעס עס האט נישט געשלאגן קיין עכטע ווארצלען, די קנאים האבן עפעס געשמעקט אז דער ר' אהרן איז נישט קיין קנאי, עס אינטרעסירט אים ציונות ווי א לאך אין קאפ, קנאי'שע מוסדות פון ארץ ישראל וואס זענען אריין צו אים נעמען אין קרית יואל נאך געלט אדער א בריוו האט ער געקענט אפלאכן פון זייער נישט נעמען געלט, מען האט דערשמעקט אז ער נוצט ציונות אלס מיטל וואו מען קען כאפן און לעקן א ביינדל ער זאל שוין ענדליך ווערן וועלקאם אין סאטמאר, אדער אויסנוצען זיין מדות טובות פון אראפרייסן א צווייטן ברשות התורה, און זיך נאך מתכבד זיין בקלנום, יעדער האט פארשטאנען אז ער מיינט עס נישט בכלל וואס ער זאגט, און ממילא האט עס נישט געלאזט קיין שום השפעה.

ר' אהרן איז געבליבן מיטן אימעידזש אז די מערכה מיט ציוניזים גייט אים גענצליך נישט אן, און די פאר מאל וואס מ'האט שוין יא געהערט פון אים א ווארט איז דאס געווען א פאליטישע סטראטעגיע פון זיינע יועצים פאר א צורך השעה, הפעם איז דאס פארדעקן דאס נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין צו גיין צו דין תורה ארום דעם בני ברק'ער סכסוך. דאס איז ארום ר' אהרן'ס היסטאריע אין די מערכה מיט ציונים.

נאך א פונקט מוז דא געמערקט ווערן, די התאחדות הרבנים איז אן ארגאניזאציע וואס דארף פונקט אזוי דעם סאטמערען רבין שליט"א  ווי ר' אהרן. זיי מוזן אנקומען צו ביידע פאר יעדע זאך. אבער זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין ר' אהרן'ס בעבישקייט און ער האט אויפגעהערט זיך צו באטייליגען ביי אסיפות ווייל דער ברודער וועט אויך דארט זיין, ער האט אויף געהערט אונטערשרייבען אויף זייער קול קורא'ס, אבער מער פון אלעם, ער האט אויף געהערט צו שטיצען זייערע פראטעסט רופן. ער און זיינע מענטשען קומען מער נישט צו קיין איין פראטעסט וואס התאה"ר פארופט ווייל אויף דער ברודער און זיינע מענטשן וועלען דארט זיין. נאכמער, ביי די פראטעסטען וועט זיך ארויס ווייזען אז דער ברודער מיט זיינע מענטשען וועלען זיין די גרעסערע און וויכטיגערער טייל, ווייל דער עולם פון יענע זייט סאטמאר זענען די אמתע קנאים און עסקנים.

אפילו ווען דער ירושלימער רב, האט פאר א צייט צוריק אים פערזענליך גערופען אז עס איז וויכטיג אז מען זאל פון אלעם אוועק קוקען למען השם ולמען כבוד שמו, האט ער נישט געקענט פועלן צו שיקען זיין עולם. און ביי אלע פראטעסטען די אלע יארען, קומט נישט ר' אהרן און קיין איינע פון זיינע מענטשען.

פארגאנגענעם זומער ווען עס איז געווען א גרויסע פראטעסט דורך די התאה"ר, האט ר' אהרן און זיין "וועד הצלה" פארופען א "קאר פעקעטינג", דאס הייסט אז קארס פארען ארום מיט פלאקאטען ארום דעם מדינת ישראל קאנסולאט. עס איז אינטערסאנט מסביר זיין פארוואס ער האט אראנזשירט א קאר פיקעטינג און נישט קיין מאסען פיקעטינג ווי מען האלט דרשות און מען איז פארזאלמעלט אויף עטליכע בלאקס, ווייל ביי א מאסען פיקעטינג וועט דאך יעדער זען אז ער האט נישט דעם עולם און ער וועט אויך נישט האבען די רבנים וואס דער ברודער און די התאה"ר האבען געהאט.
אבער ווען מען מאכט א קאר פיקעטינג, איז נישט דא קיין חשבון און מען קען שרייבען אין בלאט אז טויזענטער טויזענטער קארס האבען זיך באטייליגט ביים פראטעסט, און עס איז אומאפרעגבאר ווייל איןמאנהעטען איז דא יעדען טאג ארום דריי הונדערט טויזענט קארס... דאס  איז טייטש, זיך א עצה געגעבען.
און דער בלאט האט נישט דיסעפוינטעט די אקסן, און שמואל ווידער האט זיי דערליווערט צוויי מעכטיגע באמבעס.
1) ער האט ארפגעברענגט א בילד ווי הערצקע צוויבעל רעדט אויף א סעלפאון אין די גאס, און שמואל ווידער שרייבט אונטערן בילד אז הרה"צ דער ראה"כ פון סאטמאר רעדט צום איזראעלישען קאנסיל... און
2) ער האט א וואך נאכדעם געשריבען אויפן הויפט קעפל פון בלאט אז מען האט פרייטאג ארויסגעלאזט די ארעסטירטע אידען פון תפיסה וועגען דעם מאסען פיקעטינג דאנערשטאג.

ווען עס איז געווען דער פראטעסט בין כסא לעשור אין פארנט פון די יו ען, האט ר' אהרן נישט געלאזט גיין צום פראטעסט, הערט די סיבה: דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט פראטעסטירען אין פארנט פון די יו ען...

די פאריגע וואך איז פארגעקומען א ערנסטע אסיפה ביי ר' אהרן אין שטוב, ווי יעדער ווייסט איז דער פארגאנגענעם ווינטער געווען א שטורעמישער אנבאלאנגט די מערכות וואס אחב"י אין ארה"ק האבן געפירט מיט די רשעים ימ"ש. מ'האט פון ר' אהרן קיין ווארט נישט געהערט, די זאלונים זענען ארויסגעגאנגען איין מאל און נאכאמאל פראטעסטירן, און פונעם אהרונישן לאגער הערט מען נישט קיין פיפס. חוץ דעם גרויסן קאווער אפ עצרת אויף די הליכה לבאגאץ פארגאנגענעם ה' אייר וואס האט מכלומר'שט געזאלט דינען ווי א מחאה קעגן די ציונים, און האט ליבערשט געדינט ווי א מאסן ליצנות פארזאמלונג וואו מ'האט די אקסן מסביר געווען אז די עכטע ציונים זענען הרבנים הגאוה"צ חברי הבד"ץ דקהל יטב לב שליט"א וועלכע גייען אין באגאץ.

דא האט זיך אנגעהויבן א פרישע מערכה אנטקעגן די חפירות איו אשקלון און אין יפו, און די וועלט הייבט זיך אן וואונדערן וואו איז אונזער ר' אהרן, חוץ זיין שקדנות בתורה וואס ווערט געפאמפט אין די פרעסע, ווערט דאך ערווארטעט פון איינער וואס רופט זיך "סאטמארער רבי" אביסל מער ווי בלויז גדלות בתורה און מאכן חתונה תקנות.

ביי די אסיפה האבן זיך באטייליגט די גאר גרויסע קעפ, מתתי' דייטש און שמואל ווידער, אלישע הורוויץ און בנציון לאוב, שמואל שלמה טעלער און הערצקא צוויבל און כולם פה אחת האבן באשלאסן אז אזוי ווי דער איזרעלישער פרעמיער ביבי נתניהו קומט אויף ניו יארק קומענדיגן מאנטאג גייט ר' אהרן פערזענליך ארויס גיין אנטקעגן אים פראטעסטירן, פארשטייט זיך אז מ'דארף מתפלל זיין אז ביבי זאל נישט אויפהערן גראבן, אזוי וועט ר' אהרן קענען אנגיין מיט די מערכה פאר יארן, און דער עיקר אז אין אלע צייטונגן וועט מען שרייבן אז נישט נאר ר' אהרן שרייבט בריוון פאר אבאמא, נאר ער גיבט אפילו אנווייזונגען פאר ביבי וויאזוי צו פירן דאס לאנד.

ר' אהרן האט גע'טענה'ט אז מ'קען נישט גיין סתם אזוי ארויסגיין עס זאל זיין א טרוקענער פראטעסט, ער וויל א פראטעסט וואס זאל זיין אסאך פאן און עקשאן, די ציונים זאלן זיך דערשרעקן צום טויט אז מיט ר' אהרן הייבט מען זיך נישט אן.

אלישע איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע בייפאל, איינער פון די גדולי ראשי ישיבות פון גרעיטער ניו יארק וואס גייען זיך באטייליגן, גייט פרעגן ר' אהרן ביים פראטעסט צו ער האט נישט מורא אז די ציונים וועלן אים שיסן, און ר' אהרן גייט אויפשפרינגען אין זיך עפענען דאס זיידענע העמעדל אין שרייען זאלן זיי שיסן!

די אהרונים גייען ווערן זייער עקסיידעט, מ'גייט אנהויבן שרייען "פוי" ווי אין א כאר פאר א האלבע שעה נאכאנאנד, דערנאך גייט ר' אהרן אליין אויפטרעטן מיט א פלאקערדיגע דרשה, אזאנס וואס כלל ישראל האט נאכנישט זוכה געווען פאר יארן צו הערן, ער וועט צולייגן בטטו"ד אויף זיין אייגענארטיגע שטייגער פונקטליך וואס די ציונים טוען אלץ אפ, און דער ציבור וועט זיך צוגיין מיט א געהויבענע שטומינג...



תוקן על ידי רעיוואד ב- 30/05/2010 21:03:50




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 22:52 לינק ישיר 

דזשאסט אין, באריכט פון ביהיינד דע סינס
אין בעפארברייטונג צום היסטארישן מאסן הכתרה/פראטעסט אין מעמאריעל דעי בעיר הבירה מאנהעטן,

ר' אהרן יעצט ארויסגעקומען פון באדע צימער
פריש אפגעבאדן

פישער געברענגט א נייע פאר זאקן, וואס שפילמאן האט מנדב געווען לכבוד'ן פראטעסט/הכתרה

יושע מענדלאוויטש האט היינט געטראפן א ספעציעלן קעמל בארשט, וואס קען מורא'דיג שטארק ארויסברענגען הערליכע געקרויזלטע פאות ספעציעל פאר פראטעסטן

מ'האט יעצט אריבערגערופן א האר סטייליסט וואס זאל באארבעטן די בארד זאל אויסקוקן גענוג לאנג און גרויס,
ס'קען נאך זיין אז מ'רופט אריין נאך איינעם פאר א סעקאנד אפיניען,

דוד לייב גרינפעלד איצט אריינגעברענגט פון די ארכיוון א אוצר פון בילדער פון אמאליגע פראטעסטן ביים דברי יואל און ברך משה צו קענען מעטשן קאלירס, און זיכער מאכן וויאזוי צו פאוזן ביי די פיקטשערס

די ספעציעלע וואויס לעסענס טיטשער קומט אן אין 15 מינוט איבערצוגיין עטליכע וויכטיגע דעטאלן וויאזוי צו האלטן די שטימע אין פאל פון נויט,

אויב אלעס גייט ווי געפלאנט און די קנעפלעך אקציע ווערט אויסגעפירט און ער גייט זיך לאזן שיסן פון די ציונים
 
דער פלאן איז אז ס'גייט פליען קנעפלעך פון די בעקישע אין עטליכע ריכטונגען
ווער ס'כאפט דאס איז א געהאלפענער

מאנכע שטוב מענטשן טענה'ן מ'זאל מאכן א אוקשען אויף די קנעפלעך ס'קען אריינקומען א שיינע הכנסה

דוד שלמה עקשטיין טענה'ט אז פונקט ווי דער ברך משה האט תשל"ט זיך אראפגעזעצט אין מעדיסאן סקווער גארדן אויף דער ערד און זיך געזעצט מתאבל זיין און דערנאך האט דער גאנצער עולם זיך געזעצט אויף דער ערד, זאל מען יעצט אויך מאכן, גלייך ווי הגה"ק רייסט זיך אויף דעם העמד זאל דער גאנצער עולם ספאנטאן זיך אויפרייסן די העמדלעך און זיך לאזן שיסן, ס'וועט זיין א חשבון פון עטליכע הונדערט טויזנט קנעפלעך, דאס וועט אזוי שיסן אז ס'וועט אויפקראכן די פענסטער פונעם איזראעלישן קאנסולאט

מתתי' דייטש האט פארגעשלאגן אז מ'זאל דערנאך צוזאמנעמען אלע קנעפלעך און אריינלייגן א ספר הזכרון ביי הגה"ק אויפן טיש, ער וועט דאס
בענטשן, און ס'וועט זיין א שטארקער בארואיגונגס פיל, ווען ער וועט ווערן נערוועז וועט ער איינעמען א קנעפל, און ס'וועט אים בארואיגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 18:36 לינק ישיר 

וואס באדערט זיי?
 
ווער ס'קען מיר זאגן וואס עס שטורעמט אזוי אויף די אהרונים די וואשינגטאן פראטעסט זאל ביטע מודיע זיין. עס איז אומגלויבליך, עס קוקט ממש נישט אויס ווי זיי גייען האבן א פראטעסט היינט, ר' יונה איז נאר ביזי צו ביבי איז א הולך לבאגאץ אדער נישט, ווייל אויב יא גייט מען דאך מאכן מארגן כ' סיון -ווי געפלאנט- א מעכטיגע עצרת קעגן די הולכי באגאץ, און עמרם כהן וועט מוזן שרייען אז נישט נאר די זאליס גייען אין באגאץ נאר אפילו ביבי נתניהו...
 
קוים וואס מ'האט עספיעט צו וואונטשן א גוט מארגן פאר די התאחדות פארן ארויסגעבן זייער קול קורא, האט מען שוין היינט צופרי פאררופן איר טויט. דער פראטעסט אין וואשינגטאן וועלכער איז געווען געצילט קעגן דעם ראש ממשלת הכופרים איז פארקירוועט געווארן אין ריכטונג פרעזידענט אבאמא פארן אפשפארן דאס רעבעצין'ס ביהמ"ד. מ'רעדט שוין נישט פון דעם אז דער ביבי נתניהו ימ"ש האט זיך דערוואגט צו אפרופן זיין באזוך אין וואשינגטאן און אזוי ארום צושטערט דעם פלאן פון די אהרונים צו אינוואדירן ראדני בשעת ווען די פופצן זאליס וועלן זיך געפונען אין וואשינגטאן.
 
זאלט איר זיין זיכער, זיי באדערט נישט קיין קברים, נישט קיין באגאץ און אפילו נישט די גאנצע ציוניסטע מדינה. איין זאך באדערט זיי! היינט איז דער גאלדענער טאג ח"י סיון ווען סאטמאר איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון ר' אהרן טייטלבוים און זיינע יועצים, און דאס איז א גענוג בארעכטיגטע סיבה פאר די אהרונים צו גיין פראטעסטירן און ארויסשרייען זייער וויי געשריי!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2010 04:49 לינק ישיר 

האט איינער פארזעהן וויאזוי זיי זענען זיך אומגעגאנגען מיט די עצמות פון די קדושי שפאניע נ"ע?
 
ר' אהרן זאל גיין פראטעסטירן בכבוד גדול, מיר זענען בלויז דא צו פארצייכענען זיין היפאקראטיע לדורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 04:18 לינק ישיר 

איך וויל פארשטיין פארוואס די מתי ארץ ישראל פארדינען זיך מער ווי די מתי חוץ לארץ?

האט איינער פארגעסן ווי משה לייב וויטריאל צוזאמען מיט סטעיט טרופערס פארארדענען מעביר צו זיין א פריש געשטעלטע מציבה פון איר קבר?!
האט איינער פארגעסן ווי משה לייב וויטריאל האט אויפגעהאלטן א נפטר אין אמבעלאנס פאר 8 שעה ווילאנג מ'געט נישט נאך זייערע פארלאנגען?!
 
זיי טוט וויי די בזוין המתים אין א"י ?!




תוקן על ידי סעננדר ב- 31/05/2010 05:15:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 02:48 לינק ישיר 

צביהירש כתב:
ס'איז א חרפה צו זעהן ווי אפרוחים שלא נפתחו עיניהם פירן זיך אויף ווי קליינע קינדער. אנשטאדט צו העלפן צוגרייטן א הכנה דרבה צום גרויסן קידוש שם שמים וואס די חסידי הראט"ב גייען מאכן מאנטיג און די אנדערע חסידי סאטמאר ושלומי אמוני ישראל וועלן בעזהשי"ת פאהרן מוחה זיין אין וואשינגטאן. 
אין די קינדערלעך קריגן זיך ארום אויפן הייד פארק איבער דברי הבל, ווער איז גרעסער און וועלכער רבי וועט האבן מער מענטשן.

דאס איז נישט ריכטיג. לאזן אלע אידן גיין מוחה זיין, אויך די אלע עסקנים וואס האלטן פון זייערע רבנים ואדמו"רים וואס לפי דעתך גייען זיי נאר מוחה זיין אקעגן די ציונים צוליעב קנאת סופרים. זאגט דאך די משנה, קנאת סופרים תרבה חכמה.
צבי הירש'לע דו בוסט אבסעסעד מיט דעם קנאת סופרים, דו האסט שוין כמעט יעדן אשכול אנגעפירקלט מיט דיין ווייגעשריי. איך זעה לגמרי נישט דיין פראבלעם, מיר לאזן ר' אהרן גיין בכבוד גדול פראטעסטירן מארגן, מיר ווילן נאר פארשטיין וואס עס באדערט די אהרונים אז די התאחדות הרבנים מאכט דינסטאג דעם פראטעסט אין וואשינגטאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 02:23 לינק ישיר 

זייער זייער גוט געזאגט, אם כן פרעגט זיך די קושיא, מה החרי האף הגדול הזה אין ארוינישן לאגער??? צו וואס נישט צולייגן א העלפענדער האנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 02:21 לינק ישיר 

צבי הירש
גיט געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2010 02:16 לינק ישיר 

ס'איז א חרפה צו זעהן ווי אפרוחים שלא נפתחו עיניהם פירן זיך אויף ווי קליינע קינדער. אנשטאדט צו העלפן צוגרייטן א הכנה דרבה צום גרויסן קידוש שם שמים וואס די חסידי הראט"ב גייען מאכן מאנטיג און די אנדערע חסידי סאטמאר ושלומי אמוני ישראל וועלן בעזהשי"ת פאהרן מוחה זיין אין וואשינגטאן. 
אין די קינדערלעך קריגן זיך ארום אויפן הייד פארק איבער דברי הבל, ווער איז גרעסער און וועלכער רבי וועט האבן מער מענטשן.

דאס איז נישט ריכטיג. לאזן אלע אידן גיין מוחה זיין, אויך די אלע עסקנים וואס האלטן פון זייערע רבנים ואדמו"רים וואס לפי דעתך גייען זיי נאר מוחה זיין אקעגן די ציונים צוליעב קנאת סופרים. זאגט דאך די משנה, קנאת סופרים תרבה חכמה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2010 01:33 לינק ישיר 

למעשה קוקט אויס ווי די אהרונים זענען שרעקליך צושרויפט, עס האלט שוין ביי 5 6 אשכולות ביי זיי וואו מ'גיבט זיך נישט אפ מיט עפעס אנדערש ווי שעלטן און שומפן אויפן העכסטן גראד אנטקעגן די מחאה פון התאחדות הרבנים קומענדיגן דינסטאג אין וואשינגטאן די.סי.
 
זייערע פראבלעמען הייבט זיך אן ביי צעטליך געפליקעריי, און גייט ווייטער צו א באמבע אז ביבי נתניהו האט זיך פארדארבן די קושקע. ארגינעלער שווערט זיך גאר אז ער אליינס האט געזעהן די פריזער אין ראדני און עס איז פול מיט אייז-דרונק'ס און דעם שמש'נס שטיבל איז פול מיט ליקעריש פאר די גרויסע טריפ, ווען בלויז מיט אפאר מינוט דערויף איז ער שוין ארויפגעקראכן אויף א רומאר אז דער גאנצער פראטעסט איז געקענסלד. אנדערע ווייסן גאר צו דערציילן אז די וואך האט מען געשריגן שבת ווייל ר' אהרן גייט מאכן א פראטעסט מאנטאג אין מאנהעטן. און כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס נאך א מושב הכנסת האבן די ציונים בראש פון ביבי נתניהו דער פרעמיער און שמעון פרס דער פרעזידענט, באשלאסן אנצורופן זייערע בוזעם פריינד, די באגאץ גייערס פון אמעריקע, זיי זאלן אראפרייסן די צעטליך וואס בנציון לאוב מיט הערצקעלע צוויבל הענגן אנטקעגן זיי.
 
עס איז זייער שווער צו באגרייפן וואס באדערט זיי אזוי, די גאנצע שמחה וואס האט געהאט ארומגענומען זייער מארגענדיגן חינגא איז פארגאנגען, זיי זענען בלויז פארנומען שעלטן און שלאגן. וואס ווייסן זיי וואס מיר ווייסן נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2010 23:15 לינק ישיר 

די אהרונים זענען צעשאסן אויף טויזענט, דא האט שוין ענדליך ר' אהרן פאררופן א פראטעסט אנטקעגן די ציונים, עס האט געהייסן אז ביבי וועט זיך געפונען יענעם טאג אין מאנהעטן און דאס האט געדארפט זיין די סיבה פארוואס ר' אהרן גייט פראטעסטירן. דערווייל הערט מען גאר אז ביבי גייט נאר זיין אין וואשינגטאן דינסטאג, ווען די התאחדות הרבנים מאכט זייער פראטעסט.
 
אנשטאט האבן די אהרונים באשלאסן צו מאכן אטראקציע פאר זייער עולם גולם ביים מארגענדיגער פראטעסט, דאס ווייסט מען דאך שוין אז ר' אהרן גייט זיך עפענען דעם אייזל-פיסק און גאנץ כלל ישראל וועט קענען ליגן אויף דער ערד פאר געלעכטער, עס איז שוין אפילו ארויסגערינען צו די גאס אז ר' אהרן גייט אויסשרייען אז ער לאזט זיך שיסן... דא האט אבער אויסגעבראכן א מלחמה, די לכתחילה'דיגע פלאן איז געווען אז איינס פון די גרויסע ראשי ישיבות וואס זענען פענס פון ר' אהרן צוליב זיין גרויסע גדלות בתורה וועט אים אריינמורמלען אין די אויער אז מ'האט אים יעצט גערופן פון די שב"כ הויפקווארטיר אז ר' אהרן איז דער ערשטער אויף זייער ליסטע צו געשאסן ווערן נאך אכמעדיניזשאד. און דאן וועט ר' אהרן ספאנטאן צולויפן צום מייק און זיך עפענען די העמד קנעפלעך אינפארענט פון צענדליגער קעמערעס און צייטונג שרייבער און אויסשרייען אז ער איז זיך גרייט אפילו צו לאזן שיסן!...
 
דא איז אבער געקומען בנציון לאוב און טענה'ט אז עס קומט זיך אים דעם כבוד פון מורמלען ר' אהרן אין די אויער די ידיעה וועגן די שב"כ געשיסעריי, ווידעראום צוויבעל טענה'ט אז ער דארף שכר פאר די צוואה וואס מען איז אים שילדיג, בא הכתוב השלישי ר' מענדלע שרייט דאס באלאנגט אויסדרוקלעך פאר אים ווייל דאס האט צוטאן מיטן ממלא מקום אין ער איז דאך בנו בכורו, ער האט זיך מיאוס צואמפערט מיטן טאשן שניידער, וועלכער טענה'ט אז מ'דארף דאס געבן פאר א ראש ישיבה, און מענדל האט געסטראשעט אז אויב געט מען אים עס איז גוט, אז נישט גייט זיין ליבלונג בראווער אים אויך פרעגן וועגן שיסן, אין ער וועט אויך עפענען דאס העמד...
 
הכונו למערכה מיט אסאך עקשאן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/5/2010 21:17 לינק ישיר 

רעיוואדס ארטיקל איז די סיבה פארוואס איך באזוך יעדן טאג דער אידיש געדאנק... גוט געזאגט און מעכטיג ארויסגעברענט דער ענין -- אגב, ווי איך שטעל זיך פאר בייסן זיך שוין די ארונימלעך מיט נערוועזקייט, נישט קענענדיג אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער דובר דופי וועט דאס מאל שפייען, -----א נייע פאנאמענען זעהט זיך לעצטענס אן ביי יעדע דברות קודש, ווען די ארונים זיצן נעבעך נערוועז און שאקלען מיט די פיס דארעכאויס דעם גאנצע רעדע ביז די גליקליכע ענדע ווען זיי אטעמען אפ: אה,. ער האט זיך ב"ה געהאלטען ס'מויל 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: ר' אהרן ווייזט גרייטקייט זיך צו לאזן שיסן דורך די ציונים!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext