ס'דרייט זיך א רומער אז די ארונים גייען קענסלען זייער פראטעסט אין מאנהעטן
ווער ס'ווייסט מער פרטים זאל איבער געבן.
נשלח ב-8/6/2010 05:42
ארונים קענסלען היינט פראטעסט!!...
SatmarText: on request of Rosh HaKuhl &Mayor Hrh"ch R' Avrum Wieder by Drusha in Mesivta no1 should go protest, just ignore the depressed BY/Zalis gang.
נשלח ב-1/6/2010 05:35
Satmar Demonstration at Israeli Consulate
* width="660" height="525">
<*
נשלח ב-31/5/2010 19:15
ווען זיי קענען ווען מאכן זיי דעם פראטעסט ביי "זייער" נייע שוהל אויף בעדפארד ראסס. זיי באדערט נישט קיין ציוניזים, פון זייער זייט זאל די אפיסעס זיין צוגעשפארט, זיי קומען פשוט בהמוניהם אויסשרייען זייער ווייטאג אז היינט 11 יאר צוריק האט זיך די הנהגה פון סאטמאר ארויסגעגליטשט פון זייערע בארבארישע נעגל. נישט נאר די אהרונים וועלן קומען, נאר אפילו ר' אהרן אליינס שפירט די ערשטע מאל פאר וויכטיג אז ער זעלבסט זאל ערשיינען און ארויסשרייען "יא ס'באדערט מיר, סאטמאר האט געדארפט זיין מיינס און עס איז נישט" אדאנק דעם טאג ח"י סיון תשנ"ט.
תוקן על ידי בראווער1 ב- 31/05/2010 19:19:08
נשלח ב-31/5/2010 18:44
אפילו ער קומט נישט נאך אלץ נישט שלעכט ווי פראטעסטירן אין חגא פארנט פון צוגעשפארטע אפיסעס..
נשלח ב-31/5/2010 18:29
קלארשטעלונג לויט לעצטע אפדעיט פון וועד הפעולה דהתאחדות הרבנים
אויף די צענטראלע אינפארמאציע ליניע פון די 'וועד הפעולה' שע"י התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא איז נארוואס געמאלדן געווארן אז די פלענער צום היסטארישן "וואשינגטאן פראטעסט" זענען אין ווייטערדיגן קראפט, און טראץ די מידיא קלאנגען אז ביבי נתני' דער ראש ממשלת הכופרים קערט זיך צוריק קיין אר"י און וועט נישט זיין אין ווייסן הויז אויף זיין באגעגעניש מיט פרעזידענט אבאמא יר"ה, קען זיך נאך דאס אלעס טוישן מערערע מאל דורכאויס דעם טאג!
בפקודת הרבנים הגאונים הצדיקים, גדולי ומאורי ישראל איז יעדער מחויב ארויסצוקומען קיין וואשינגטאן צו לאזן הערן אונזער קול מחאה וזעקה גדולה פאר די אומה"ע נוסעים אנחנו לוואשינגטאן מחר ביום שלישי!
כסדר'דיגע אפדעיטס און אינפארמאציע ארום די נסיעה קיין וואשינגטאן מארגן דינסטאג ווערט געמאלדן אויף די אינפארמאציע ליניע פונעם וועד הפעולה 1888.407.0592
חס וחלילה צו טראכטן אזא אומווערדיגן שריט. מלחמה לד' בעמלק. יעדער גייט מוחה זיין. סיי די חסידי הראט"ב שליט"א און סיי אלע אנדערע סאטמערע חסידים מקהילות הרי"י און סיי די בני יואל און סיי די נאמני העדה החרדית און סיי די נטורי קרתא. די מחאה אקעגן די ציונים איז א סימן ווער עס גלייבט אין די י"ג עקרים. ועיין בהרמב"ם על המשניות פרק חלק.
נשלח ב-31/5/2010 00:26
ביסט א פאפעגיי?
נשלח ב-31/5/2010 00:21
תוקן על ידי המהדרין ב- 31/05/2010 18:27:01
נשלח ב-31/5/2010 00:17
אזוי שטארק באדערט דיר די פראטעסט אז די פרוביר'סט צו מאכן רומער'ס, האבן זיי שוין יא עפעס אויפגעטהון די ארויס גענומען פון די כלים! א קלייניקייט?
און דאס מיינט קעמפען קעגען ציונות אדער קעמפען מיט זיך, ס'איז מיר ברור כשמש אז דער רבי ז"ל איז נישט צופרידן פון אזא מין אויפירונג, מאכט'ס אים א עליה נשמה ביטע,
נשלח ב-31/5/2010 00:08
נאכדעם וואס די הויעכפונקט פונעם פראגראם - די מאמד הנשגב קנעפל עפענריי - איז ארויסגערינען פארן ברייטן פובליקום, און אזוי אויך די עשרת אלפים וואס ר נפתלי פרענקל האט באקומען פארן באשיינען די לאוב-עקשטיין אויבן אן, האט ער צירוקגעווארפן אין ר אהרנס פנים אריין----איז באשלאסן געווארן אז מ'רופט אפ די גאנצע פראצעסיע-----צענדליגע מאנרויע בויעס דרייען זיך ווידער אין שטאט ציזאמצינעמען זייער קלעב מאטריאלען מיט וואס זיי האבן אנגעחזרט די שטאט און ווארפן אן א שרעק ביי אלע פארבייגייער