אה יעצט פארשטיי איך שוין. פריער האסטו פשוט נישט גוט מסביר געווען.
יוש, מיין פנים פלאקערט פאר בושה.
נשלח ב-31/5/2010 20:58
מיך גייט נישט אן די קליפס איך ווינדער מיך נאר א חופה איז ביי רוב יודן א ערנסטע צייט אין אפי' די וואס ווידיא ביי די חתונה ווייסען אז די חופה כאפט נישט ביי רוב היימישע יודן אין אויב איז צד מהרז''ל פין די מענטשן וואס דארט כאפט מען יא א ווידיא פין די חופה אין מ'לייגט ער נאך ארויף אויף יו טוב ווייזט דאס אויף () צד מהר''א איז שוין איינמאל גערעכט אז מען קען נעמען די חופה פין א אייגען קינד אין דאס ניצן אלס א געווער קעגן א פיינט אויב אזוי איז ווידיא אין יו טוב פין די קליינע פראבלעמן
נשלח ב-31/5/2010 20:32
ניין, מיר שעמען זיך נישט!
אויב עפעס קוקט אויס ווי דו שעמסט דיך.
וואס גייט דיך אן די נארישע זאליס לייגן קליפס? לאז זיי די פיצינקע בעיביס האבן פאן.
הגה"צ בעל עגלי דבש האט באוויזן א חידוש וואס אלע רבנים מורי הוראה יושבים על מדין שטייען נאך אלס געלעפט פון זיין גאונות,
נעמליך, ער ברויך נישט זען די שאלה ער קען פון די תשובה אליינס מדמה זיין מילתא למילתא, איך ווייס נישט פארוואס זיין תשובה ספר דארף שטיין די שאלות ער קען ווען שפארן פלאץ און לייגן גראד די תשובות אן די שאלות,
ווער עס קוקט אביסל אריין אין תשובה ספרים אין יורה דעה טרעפט זיך אן מיט הונדערטער שאלות פון אלע סארט אופנים און מציאות'ער בנוגע א שאלה אין קידושין ואכמ"ל,
ר' געציל שליט"א, דארף נישט צוקומען צו די שאלה צו זען וואס די מציאות איז דארט געווען, ער קען פון א תשובה זען די שאלה, לדוגמא די רבי הייבט אן זיין בריוו מיט א תשובה, קיינער ווייסט נישט וואס די שאלה איז דארט געווען, הגאון ר' געציל ווייסט יא, דארט איז געווען כשר'ע חופה וקידושין כדת משה וישראל דורך א מסדר א ת"ח, נאר ס'איז געווען שלא ברשות המרא דאתרא, פון ווי נעמט איר דאס? איי די רבי איז מעתיק דעם כנ"י און שבו"י וואס רעדן פון קדושי זנות דורך א מסדר א קל עי"ש בפנים און טאקע זיי זענען מעתיק ביי זייער ענין דעם חרם הקדמונים וואס אגב דער בית יצחק שרייבט קלאר אז דאס איז געמאכט פאר מסדרי קידושין עמי הארצים שאינם יודעין בטוב גו"ק אבער א בקי איז נישט נגרר אין דעם חרם, ולית מאן דפליג עליו, אבער ר' געציל מרוב גאונותו האט געמאכט א שארפע כאפ, דער חרם דר"ת רעדט אפילו פון א ת"ח (נאר וואס דען..) און דער רבי און זיין בריוו האט אויך אריינגעלערנט פשט אינעם ר"ת אזוי ווי אים.. און אויך דער שבו"י מיטן כנ"י וועלן לעת הצורך אויך צושטימען צו אים...
דא האט איר א דוגמא כי השוחד יעור עיני חכמים!
נשלח ב-31/5/2010 17:32
גערעכטער1 כתב:
איי קענט אגרי וויט יו מאר!, איך וואונטש אייך פון טיפן הארצן א "כה יעזור ה' להלאה !!! " און אז די איסורים וחרמות וואס דו רופסט אן א "הימל שרייענדע טעראר" זאל ווייטער העלפן, וילמדו תועים בינה, ס'איז א נחת צו זען ווי אידן וואס זענען נוטה צו די בני יואל מאכן חתונה אין אנדערע זאלן און אפילו אין בית רחל פאראדייס כדי נישט נכשל צו ווערן מיט פגומים, מי כעמך ישראל...
פון וועלעכע איסורים וחרמות רעדט א איד?
נשלח ב-31/5/2010 17:12
איי קענט אגרי וויט יו מאר!, איך וואונטש אייך פון טיפן הארצן א "כה יעזור ה' להלאה !!! " און אז די איסורים וחרמות וואס דו רופסט אן א "הימל שרייענדע טעראר" זאל ווייטער העלפן, וילמדו תועים בינה, ס'איז א נחת צו זען ווי אידן וואס זענען נוטה צו די בני יואל מאכן חתונה אין אנדערע זאלן און אפילו אין בית רחל פאראדייס כדי נישט נכשל צו ווערן מיט פגומים, מי כעמך ישראל...