דרינגענדע אסיפת הרבנים אין די "התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא" אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק
אין ליכט פון די איזרעאלישע אקטן די פארגאנגענע נאכט ווען די גאנצע וועלט איז שרעקליך אויפגעברויזט אויף די שרעקליכע מעשים פון די ציוניסטישע ממשלה הטמאה, האבן די רבנים הגאונים הצדיקים חברי התאחדות הרבנים אין שפיץ פון סאטמארער רבי שליט"א ובית דינו הצדק, דן געווען בדעת תורה הברורה וואס מען האט מקובל פון מרן רבינו הקדוש זי"ע אז מען זאל חלילה נישט גיין פראטעסטירן אין די זעלבע צייט וואס די אראבישע וועלט ברויזט און רודערט, אז עס זאל אינגאנצן נישט אויסקוקן ווי מיר זענען מוחה אויף די זעלבע סיבות ווי זיי, דעריבער האט מען אין א דרינגענדע אסיפה קאנפערענץ מחליט געווען בפקודת הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אז דער "וואשינגטאן פראטעסט" איז לעת עתה אפגעשטעלט, און אפילו קיין מאנהעטן זאל מען נישט גיין מוחה זיין מטעם הנזכר.
די התאחדות הרבנים וועט שפעטער ערשיינען מיט א ספעציעלער בריוו און קלארשטעלונג ארום דעם נושא, במשנתו הטהורה פון רבי'ן זי"ע.
עס ווערט אצינד פלאנירט אנדערע פעולות פון מחאות וכו' אויף די נאנטע טעג, וועלכע וועט געמאלדן ווערן ביי די ערשטע געלעגנהייט!
כסדר'דיגע אפדעיטס און אינפארמאציע קען מען הערן אויף די אינפארמאציע ליניע פונעם וועד הפעולה 1888.407.0592
תוקן על ידי פאפיטא ב- 31/05/2010 19:13:46
נשלח ב-1/6/2010 17:58
אין די פריערדיגע נייעס ווידיאו וואס איך האב געברענגט זעהט מען (צום סוף) די ארונישע פראטעסט אינאיינעם מיט פראטעסטן פון אראבער קעגן מדינת ישראל פארן אטאקירן די שיפן אין עזה,
די נייעס ווידיאו איז כמעט די גאנצע נאר פון די ארונישע פראטעסט און געט א קוק אויפן קעפל "פראטעסט איבער שיף אקציע אין איזרעיל",
איינער ווייסט וואס עס איז די פלענער אויף ווייטער??
נשלח ב-1/6/2010 03:35
איך האב נישט קיין אנונג פונקטליך וואס דאס מיינט איך ווייס נאר אזויפיל אז אין מיינע בחורישע יארן האב איך געהאט א חבר וואס היינט צו טאג איז ער דיין רבי, און יעדעס צווייטע ווארט ביי עם איז געווען ביסט א וועקי, אדער ביסט פול אויף בי עס, קען זיין אז ס'איז נישט איידל, אדרבה ערקלער וואס דאס מיינט.
BREAKING NEWS: Satmar Williamsburg Cancels Major DC Protest; Satmar Kiryas Yoel Continues With Scheduled Manhattan Protest
(Monday, May 31st, 2010)
On a day that can only be described as tumultuous for Jews across the globe, Satmar Chassidim, under the leadership of the Satmar Rebbe from Kiryas Yoel (Rav Aron Teitelbaum) will be staging a major protest in Manhattan, Memorial Day afternoon, against the ongoing excavations in Ashkelon & Jaffa. On Tuesday, Satmar Chassidim under the leadership of the Satmar Rebbe from Williamsburg (Rav Zalman Leib Teitelbaum) were scheduled to hold a major protest in Washington D.C. To coincide with the visit of Israeli PM BB Netanyahu. After feverish behind the scenes efforts, the protest in DC was cancelled after the Prime Minister abruptly returned home to monitor escalating events in the Middle East.
Still on the table is today's scheduled protest organized by Rav Ahron Shlita and signed by Rav Aryeh Malkiel Kotler Shlita. Many in senior community leadership positions across Klal Yisroel are urging the organizers to cancel lest the international community see a fractured and divided Jewish community- TODAY.
One can only wonder what the ramifications of a major protest condemning Israel by thousands of American Charedi Jews – on the same day that the entire world is condemning Israel will be.
נשלח ב-31/5/2010 20:53
יעצט געהערט קראנט אז די גאנצע פראטעסט איז געקענסלט
ווייל כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א האט אנגערופן און געפאדערט
שטרענג אז מען זאל שוין ארויסגיין פון בעגא''ץ און טאמער נישט
זאל מען זיך נישט וואגן צו פראטעסטירן
ופני זאליס חפו........
טאקע קיינמאל נישט. האסט געפרעגט אלע דיינע חברים אין ישיבה קטנה עצי חיים, און קיינער געדענקט נישט. זאג דיין טאטן זאל מיך קאלן.
נשלח ב-31/5/2010 20:27
פארוואס שמעט מען זיך מיט די פשוט'ע סיבה א פאקט וואס יעדער פארשטייט אז ראש הכופרים קומט נישט קיין וואשינגטאן איז א שאד צו פארען די גאנצע סיבה פין די נסיעה ביז וואשינגטאן איז דאך נאר געווען (כ'האף אזוי) ווייל דער ראש הכופרים גייט דארט זיין
איז אייך בייגעפאלען דעם אמת אויך?
דרייטס נישט קיין קאפ עס גייען קיין פראטעסטן זיך נישט ארגענעזירן איבערנאכט פין די אראבער (וואס די מידיע ווייסט יעצט)
אין די צדרייטע אקט וואס די מדינה האט געטוהן די נאכט מאכט נאכנישט פאר א ,,שעת,, מלחמה מ'האט -קיינמאל- נישט געקענסעלט א פראטעסט פאר אזא סיבה
נשלח ב-31/5/2010 20:19
אמיגא און יואלי, גיט גענעטפערט!!!
נשלח ב-31/5/2010 20:15
גערעכטער, מיט דיין גרויס וויסענשאפט אין די היסטאריע וואלט איך מיך שוין אן עיצה געגעבן, אבער מיט דיין כאריזמע....דאס קען איך בשום אופן נישט קעגנשטעלן...