בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2010 03:30 לינק ישיר 
ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!

 חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!! תושבי קרית אטעמט אפ און האפן צום אייבירשטען אז זיי זאלן ווייטער מאכן אזעלעכע ספין'ס ביי יעדע חתונה און אונז לאזן מנוחה






תוקן על ידי המהדרין ב- 01/06/2010 21:01:15




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 18:48 לינק ישיר 

די ווייסט נישט? גערעכטער איז א  "גאר גאר" נאנטער קרוב פון ביידע זייטן, די מחותנים פארטרויען איהם זאכען וואס זיי אליין'ס ווייסן נישט אז עס האט פאסירט,
מ'האט איהם געקענט זעהן ביי די חופה מורא'דיג פארשוויצט פירענדיג א מולטי קאנפרענץ קאלל מיט צוויישן 3 - 40 נאנטע משפחה קרובים וואס האבן זיך צוריקגעדרייט אינמיטן וועג,
בדרך אגב -
אז ממאכט דעם חשבון קומט אויס אז דער מיטלפונקט פון 3 - 40 איז 22 מענטשן וואס איז אינגאנצן 11 פארפעלקער בערך 5 פארפעלקער פער מחותן וואס איז בערך איין ראש משפחה מיט פיר חתונה געהאטע שווענטץ, גאנץ א קליינע קראץ, א בנ"י קען נאך דערהייבן אזא "פראסק".
-
די באטדעם ליין ווער ס'וויל וויסן דעם סוד ווער ער איז, העל יעך מגלה זיין דעם סוד, ער איז א טעקסי דרייווער וואס האט אראפגעדראפט א פעסענדשער אין האט זיך "גלייך" אפגעטראגן פון דארט אין גלייכצייטיג האט ער  געשפירט א גוט געפיהל אז יעדער מיינט אז ער אנטלויפט.. אויסגעשפיעלט גאנץ טערקיי... , און אזוי האבן געטוהן בערך אלע אנדערע דרייווערס (צווישן דריי - פערציג אין צאהל), חוץ א פאר וואס זענען אריינגעקומען אפגעבן מז"ט... ער ווייסט עכטע אינסייד אינפא פון יונה וואס האט אויך זייער גוטע באציאונגען מיט די קרעציגע וואס רעדן זיך נעבעך אויס זייער צער פאר איהם, זיי האבן אין איהם געטראפן א אוזן קושבת



תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 18:51:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 15:52 לינק ישיר 

מר' גרעכטער ני"ו ווער בוסטו ר'מענדל לעווי אדער זיין זין ?
ווייל נאר דע 2 חלה דעקליך זענען אוועק גענגען ווען מהאט אויסגעריפן הגה"צ טשאטה רב שליט"א
חוץ אפשר בוסטו פין דע 350 גאר נאנטע משפחה וואס האבן זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 08:22 לינק ישיר 

ס'איז געוואלדיג צו זעהן ווי פייוו בארא מיט יונה קענען זיך נישט פאראייניגן ווען פונקטליך די טעראר האט זיך אנגעהויבן אויף ברוך נחום, איינער זאגט אינמיטען קבלות פנים און איינער זאגט פאר דעם נאך, איך האף ס'וועט נישט אויסברעכן א וועלט מלחמה, ווייל ביידע האבן געהערט פון "גאר גאר" קראנטע סארסעס (סי'ז דא א ליעק אין בנ"י באהערדע)
לכאורה וועלן דע איינצעלע געסקעדשעלטע בנ"י חתונה יעצט קענסלען צו פארמיידען די טעראר, זיי וועלן ענדערש באאקען אין אולם עקשטיין וואו מען לאזט א יעדע זיידע בחפץ לב זיין מסד"ק,

פון די קראנטע מקורתוואס  יונה האט געהאט אנפאנג סעזאן, האט בנ"י נאר פיר חתונות ביז ר"ה, מיסטאמע וועלן די אנדערע צוויי יעצט קענסלען
ווידער א געווינס


תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 08:24:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 07:48 לינק ישיר 

היינט ווער איך געוואר פרישע נייעס
אז אלישע האראוויטץ האט אנגעריפען ברוך נחום שווארטץ אין געטרייט צי איבער רעדין אז ער זאל ריפען רא"ט פאר סידור קידושין אין ער זאגט עם צי אז רא"ט וועט נישט אנקימען אהין אין ממילא וועט ער קענען נעמען וועם ער וויל אין זיי וועלין נישט דארפען ווארפען קיין פאשקעווילען אין די גאסען
זאגט אים ברוך נחום הער אויס איך בין מסכים מיט איין קאנדישען
אז מיט דעם אלעמען לייגט ער אים אריין אין די פינקס
אוי האט דער אלישע אראפגעהאקט דעם טעלעפאן


ב.
 אזוי ווי מען איז געוואר געווארען ווער דער פאשקעווילען ווארפער איז
ער קימט פין בארא פארק ער דרייווט א אדעסי מיני ווען אין ער טיט מיט די תלמידים זאכען וואס עס טאר נישט געטין ווערין זיין נאמען איז
י שווארטץ בעט מען יעדעם ווער עס קען מזכה זיין דעם עולם מיט א פיינעם בילד ווי אזוי ער זיצט אסאך מאל אין די אינטערנעט קאפפעי אין בארא פארק זאל דאס טין
אין דעם ינגערמאן וואלט איך געוואלט בעטען אז ער זאל אהיים גיין צי זיין ווייב אין צווי קינדער אין זיך נישט דרייען מיט קיין יונגערע בחורים מער
פאר מען וועט עם כאפען בשעת מעשה אין דעמאלטס וועט זיין זייער ביטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 06:03 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן (וואס איז מער ווי דער גז''ל האט ביי זיינע טישן א געווענדליכן שבת...)  וואס זענען שוין דארט געווען האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  

טא מעק א לאנג סטארי שארט...זאג נאר שעפעלע! אז איינער האט פאר די לעצטע 20 יאר דוקא יא געוואלט האבען א פסול קידושין.. אין דוקא יא געוואלט אריין אין דעם פינקס הקהילה... האט ער געהאט א פלאץ אין קרית יואל ווי צי מאכען די חתונה אדער ער האט געדארפט פאקען פעק אין פארן קיין מאנסי?
די ביסט א ריכטיגער חלה דעקעל די וועסט רעדען פין אלעס ארום אין ארום...נאר נישט פין דעם גרויסען טאג וואס קאמניזם איז צישמעטערט געווארען אין מאנרא...
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2010 05:58 לינק ישיר 

גוט ארויסגעברענגט.

צום פונקט.

איין ביטע:
שרייב אפטער.

יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 05:13 לינק ישיר 

דער גערעכטער מיט אלע זיינע קאלעגן ספינערס אויף היידפארק אינדעם פארום כאפן זיך נישט אז דע אלע רומאר'ס אין קלאנגען וואס ווערט ברייט געדעקט אינע שכינותדיגן קינדערגארטן פארום איז שווער צופארקויפן פאר די ציוויליזירטע וועלט,
לאמיר אביסל אנאלעזירן די גאנצע רשות סידור קידושין היפנאסיעס,
 די נייעס ווערט "געבראכן" ווען יונה אדער זיינע אנדער שמות הנרדפים מעלדט אז ער האט "געהערט" אז דער אבי הכלה האט געלאדענט דעם שומר הברית אלץ סידור קידושין,
מער ווי דעם פעלט נישט אויס יעדער קלעימד וויקאטארי, בני יואל קען פארשפארען דער זאהל ס'יז דערנאך, טאמער איינער האט ספיקות אין די מעשה איז א לוזער, מקלאפט זיך אין בויך,
די מעשה אבער האט נישט געהאט אזא העפי ענדינג ווי לעצטע מאהל ווייל דאסמאהל האט יונה געמיינט אז ר"ש שווארטץ גייט זיין מסד"ק (לעצטע מאהל האבן זיי געוויסט אז סאקס גייט זיין) סא האט זיך די מעשה ג'ענדיקט  אז מוועט מאכען אן אסיפה צו אריינשרייבן אין פנקס,
לאמיר לאזן דערווייל די גאוני ארץ דן זיין איבער דעם ענין, יונה וועט שוין ברעכן די נייעס, דערווייל לאמיר זיך אריינלייגןען אין די שטעק-שיך פון א חלה דעקל,
א חלה דעקל האט נישט קיין פראבלעם, נישט צופארשטיין אז אויב די מחותנים ווילן אזוי שטארק דעם שומר הברית'ן רשות פארוואס מאכן נישט חתונה אין א זאהל וואזיי שטייען נישט אויס קיין "טעראר" פון בני יואל, א שטייגער אולם עקשטיין, פערעדייס, מאנסי? פארוואס האט ער געבאקט א חתונה און א זאהל וואס איז געבויעט מיט תקנה אז דער שומר הברית ושליחיו קענען נישט זיין מסדר קידושין, הא?
די מחותנים פון ביידע חתונות וואס יונה פרובירט יעצט צו היפאנטעזירן אז זיי האבן געפרעגט רשות, האבן שוין חתונה געמאכט מערערע קינדער בליע"ה, זיי האבן עס ספעציעל אוועקגעטראגן מיילן ווייט פון קר"י, אבי זיי זאלן נישט דארפון אנערקענען אינעם שוה"ב אלס רב אין קר"י, יעצט וויל יונה אז מיר דארפן גלייבן אז פלוצים האבן זיי באשלאסן צו פרעגן רשות דוקא אינעם חצופדיגן זאל. אבער ווי געזאגט ווי מעג מען פרעגן שאלות אויף יונה

שפעטער קלערט מען אויף די טישטוכער אז סוכ"ס דער בעל מגן ושריון שליט"א (וואס - נישט פארגעסן - דע רעבע זעכראוינע ליווראאכע האט געשטעלט - אמונה טפילה לשיטתם) ער האט באוויזן צו ברעכן די מחותנים, איר הערט גוט??? ווייל בטבע האבן זיי אלעמאהל זיך געבויגן צו זיין פסק, א שטייגער דער איסור אויף בני יואל, היתר אויפן פאבליק סקול, קאטשקעס, העלמעט ועוד.
די ענדינג איז נאככמער אינטערעסאנט - די מחותן האט נישט געקענט ביישטיין די טעראר פון בני יואל במילא האט ער געלאזט די נארוינים קטנ'ען אינמיטען די חופה און עובר געווען אויפן דיין וואס דערעבע זעכראונע וגומר... קאמענטארן זענען איבעריג
דער ספין איז נאכנישט פיניש, גערעכטער טוט פראקלעמירן אזפאקטיש זענען די דעקלעך די געווינערס, ווייל סיז געווען געפערליכע בושות... הערט וואס, אז די היפאנטעזירטע טישטיכער האבן זיך אויפגעוועקט צום ריאלעטעט שטייעדיגערהייט אינמיטן א חופה ארומגענומען מיט עכטע מענטשן, און האבן געמוזט זיך אפגאפלען מיט די שטריימעלעך אין די שאפפינג בעגס, צום שמייכל פון די פארזאמעלטע, זיי פארשטייען גאר אז, בושות - איז געווען פאר די הונדערטער פרייליכע צושויער פון א היפענאסיס שאו,
גערעכטער - דיין פעטער\קאזין\שוואגער וואס האט חתונה געמאכט (איך ווייס נישט ווי אלט די ביזט, צווישן 15 - און 70, א סאך מאהל שרייבסטע זאכען וואס די געדענקסט פון רויזעלעס פרשה 60 יאר צוריק, אסאך מאהל שרייבסטע ווי א דריי יעריגס) בקיצור דיין בנ"י קרוב האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט מיט "בזיונות" פון דיר, ווען ער האט אריין געשטעלט זיינע קינדער אין בנ"י ווען האסטעם דעליווערט טעגליך שטיינער מיט אייער, און נישט ווען ביסט נישט געגאנגען צו זיינע קינדערס חתונות די לעצטע צוואנציג יאר, און אויך נישט אז די  האסט זיך ארויסגעשלייכט פונעם חופה. ווי ערווענט ס'איז איהם א גרויס כבוד, (פישער יבוא יומך מ'וועט דיך בלעמען אויף דעם, וואטש אוט)
קיינער שרייט נישט הויעך "אקס איינער" מען זאגט עס בניחותא מיט א רחמנותדיגע שמייכל,
 נעבעך וואן פאר מי וואן פאר יא, ווי די זאגסט -  איז אין פערעדייס, וואס 30 יאר האט אדער דער שוה"ב אדער דער מגן ושריון געקענט מסד"ק זיין, מחותנים פלעגן זיך בעטן אז מען זאל לאזן א זיידן א קרוב, א שטייגער רק ד"מ מייזעלס האט זך געבעטן אז זיין ברודער ר נתן יוסף זאל מעגן זיין מסד"ק דער ענטפער איז געווען נעגעטיוו, ב"ה סיז דא היינט א זאל "אין" קרית יואל, (נישט גלילות נאר טאקע לשיטתכם אין שטעטל) וואס פראקלאמירט הויעך מיר איינערקענען נישט די אטאריטעט פונעם שומר הברית און נישט פון זיין גב' סשא, און נישט פון זיינע פעיראלל באמטע, דא דיקטירט די תורה און א יעדער רב נישט דוקא שאדעלע באדעלע -  קען זיין מסדר קידושין, אפילו מער ווי איינמאהל, סויפאר איז כמעט ביי יעדע חתונה געווען אן אנדער מסדר, אבער מען לייגט נישט קיין געוויכט אז ס'מיז זיין לשם הפארטיי יעדער מאהל אן אנדערער, מען געבט די טשאוס פארן מחותן, ער פלעגט נעמען דעם רב אין מאנסי ביז היינט מיז ער נישט נעמען א צווייטן יעצט ווייל זיין קרוב גערעכטער גייט זאגן טשאדעלע באדעלע, וואן פאר מי וכו'
אקס איינער - מיט א שמייכל :-)


תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 05:31:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 03:00 לינק ישיר 

איך מוז ענק פארציילן א גוטע מעשה.
ס'איז דא א חשוב'ער איד פון בני יואל, וואס האט א שוואגער א אהרוני עקסטרעמיסט, ווען בני יואל האט זיך געעפנט האט ער אים אפגעטאן אויף "טערקיש" און אויפגעהערט צו גיין צו זיינע שמחות.
אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז תשנ"ט זומער, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געווארן רב אין וויליאמסבורג.
דעמאלט איז ער צוגעקומען צום בני יואל שוואגער, און איינגעמאלדן אז די סיבה פארוואס ער איז ביז יעצט נישט געקומען איז געווען ווייל "משה גבאי" האט אים געהעצט... און מהיום והלאה איז טעראריזם געענדיגט, נישטא אזא זאך אז וועגן פאליטיק גייט מען נישט צו א געשוויסטערס חתונה.
איבעריגע צו זאגן איז יעצט האט ער שוין איינגעמאלדן פאר'ן שוואגער אז ער גייט נישט קומען צו זיין קינדס חתונה, וואס וועט פארקומען בשטומ"צ אין עטרת מאיר צבי!

דער בני יואל שוואגער פארשטייט אים, און באפרייט אים פון קומען צו די שמחה, אבער ער האט אים געפרעגט בדרך צחות, "צו ער האט שוין שלום געמאכט מיט "משה גבאי"?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 01:32 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן ... האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  


גאנץ א גוטע הערכה, צווישן 3 און 40? איז וואלט געזאגט צווישן 1 און 115,000 מאך עס מער דראמאטיש

און וועגן די בזיונות וועל איך דיך אויפקלערן א סוד: א בני יואל האט נישט קיין גרעסערן בזיון ווי דעם אז זיין קרוב איז א חלה דעקל, גוט האסטע געטוהן אז האסטעך אפגעטראגן מיט דע אלע טויזענטער וואס האבן געמאכט א איליגעל יו-טוירן אויפן טראוועי, האסט פארשפארט בזיונות פאר די מחותנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 23:36 לינק ישיר 

איך האב דיר שוין געשריבן אז איך בין נישט טאטי ל' און נישט דער זון ל' אלזא, מאך א חשבון אז איך בין נישט ל' קען איך זיין אדער א' אדער ב',ג'ד'ה'ו'ז'ח'ט'י'כ'מ'נ'ס'ע'פ'צ'ק'ר'ש' אדער ת', זעסט, פון דעם מיין איך איז זייער גרינג אויסצוגעפינען ווער איך בין, ווייל ווער די ביסט איז כמעט אומעגליך צו דערגיין, ווייל דארט איז געווען לויטער אקס'ן, ,

על כל פנים, ווי געשריבן, אריבער א מנין אידן האבן ספאנטאן אפגעפיצט פון דארט, די בזיונות זענען געווען געוואלדיג, און די בני המן האבן געזען און זיך איבערגעצייגט אז די בני אהרן מיינען דאס אמת'דיג, און עטליכע וואס האבן שעפעקאלירט דארט חתונה מאכן האבן שוין געלאזט וויסן אז עס קומט נישט אין באטראכט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2010 23:16 לינק ישיר 

איך בין דראט געווען אין 2 ל' די טאטע מיט די זין זענען אוועק געגנגען ווען מהאט אויסגעריפן טשאטה רב שליט"א דע וואס זענען געווען איטערוועגענס הער איך פין נאנטע משפחה איז געווען בערך 150-250 מענטשן וואס האבן זיך אויס געדרייט אין נישט געקימען והדברים ידועים ליודעי דבר

מיר איז נאר אינטעראסאנט ווער די בוסט די זין אדער מ' ל' אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 21:53 לינק ישיר 

ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן (וואס איז מער ווי דער גז''ל האט ביי זיינע טישן א געווענדליכן שבת...)  וואס זענען שוין דארט געווען האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2010 18:14 לינק ישיר 

הייסטו אפשר אויף די לעצטע נאמען ל' מר' גרעכטער ווייל איך בין דארט געווען ביי די הייליגע חופה אין נאר דער ל' איז נעבעך אוועק געגנגען ווי א אבל אז די שרייבסט אז די בוסט אוועק געגנגן איז עס מיר אינטערסאנט אז די בוסט דער ל' ווייל דעס אז די זאלסט זאגן ליגענט דעס פאלט מיר נישט איין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 18:08 לינק ישיר 

גערעכטער, איך בין אין שאק אז די ביזט געגאנגען צו א זאל וואס דער בעל מנחת יצחק ובית דינו מיטן בעל ב"מ האבן געאסר'ט, קוק אין שפיגעל ס'קען גאר זיין אז ביסט קרעציג געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 19:04 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext