ברוך המקדש שמו ברבים, האבן די טויזענטער ערליכע יודן ספאנטאן אויסגעשריגען ביי די מעכטיגע דעמעסטראציע, וואו עס זענען זיך צו זאם געקימען טויזענטער ערליכע יודן, אויפן דירעקטן ריף פונעם מנהיג ישראל, און צדיק הדור, כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויס צו שרייען דאס וויי געשריי אויף די חילול קברי הקדמונים, וואס די ציוניסטישע בארבארן רייסן אויס בשאט נפש, מיטן גרעסטן מאס זילזול וואס איז נאר שייך,
עס איז נישט סוד אז נישט נאר פאר די ציונים האט וויי געטאן די מעכטיגע קידוש השם, נאך אויך פאר א הייפעלע אנגעווייטאגטע יודן, וואס האבן א סאך מער פיינט סאטמאר, וואו די ציונים, האט דאס פראטעסט וויי געטאן עד דכדיכה של נפש, און זיי ארויף געברענגט, ביטערע אנגעווייטיגטע געפילן, וואו איר וועט הערן און די קימענדיגע טעג און די בתי מדרשים, און זען און דעם טמא'נעם צייטונג דער יוד,
לכוארה דארף מען דאך פארשטיין פארוואס? די דאזיגע אנגעווייטיגע עלעמענט, איז דאך אויך אויף געוואקסען און אונזער חדר, און אויך געהערט די הייליגע ש''ס תורה, פון אונזער הייליגען רבי'ן זי''ע, אלזא, מה חרי האף הזה? וואס באדערט זיי אזוי שטארק די ריזען הצלחה'דיגע דעמעסטראציע?
נאר דער תירץ איז, זייער פשוט,
די הולך לב''צניקעס, האבן נישט קיין שום פראבלעם, עובר צו זיין אויף די ארגטסע אסורים, אפי' ווען עס איז ביהרג ועל יעבר, ווען עס האנדעלט זיך, צו טשעפענען, און וויי טאן כ''ק רבינו שליט''א, די שנאה וואס זיי האבן צו כ''ק רבינו שליט''א, טרייבט זיי צו משוגעת, ממש לא יאומן כי יסופר,
זיי וועלן ענדערש עסען טרייפענע פלייש, מיטן א''ג הכשר פון א יוד, וואס טרעט נישט אריין און בוטשער מיום כפורים זה, ביי כפרות שלאגן, עד יום הכפורים הבעל''ט, וואו איידער צו עסען א געהעריג שטיקל כשר פלייש,
זיי וועלן גיין און ציוניסטישען בג''ץ, וואס לייגט זיך ניטאמאל אוין שכל אז איינער וואס ריפט זיך סאטמאר, זאל אפאציעל קלאגן א צווייטען יוד און בג''ץ הציוני רח''ל,
זיי וועלן ארום שיקן זייערע בנים רייסן צעטליך, וואס ריפן די ציבור ארויס צו גיין פראטעסטירן, א קעגן די ציניסטישע מדינה,
דער מנהיג זייערער ר' זלמ'לע, האט זיך נישט אפגעהאלטען פון א אוועק געבן גאנצע 6 שעה !, צו קענען עובר זיין אויף א פסק הלכה, פון רבינו הקוה''ט זי''ע, און הגה''צ דומ''ץ קרית יואל שליט''א, אלעס צו דערלאנגען פארן ברידער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א נועם המידות'דיגע שטויס,
ב''ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז א מבין, אויף די פינסטערע עלמענטען, און כלל ישראל האט געוויזן, יום ב' שלח תש''ע, פאר דעם מן הארץ הדור, אז אין לנו חלק ונחלה עמך, מיר זענען נישט אונטערעסירט צו מיט צו טאנצען מיט דיינע שיגץ שטיק, מיר גייען נישט זיין פון דיינע פיקשער דאמיס, מיר גייען נישט נישט קיין וואשיגטאן !!!!, מיר גייען אונאיינעם מיט די ערליכע יודן, ועל צבאם דער מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א,
עד כדי כך, אז דער ר' זלמ'לע האט געמיזט אפריפן דעם פראטעסט מיט חרפות ובישות, אזוי די נסיעה קיין ארץ ישראל, און אזוי זיין נעילות החג צעראמאניע, דארט איז דער תירץ געווען א שוויגער, א פייער, און איצט איז עס אז דער ראש ממשלת הכופרים געפינט זיך נישט און וואשינקטאן, מען דארף נאר מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל עפענען די אויגן פון די זאליבאנצעס, אז זיי זאלן איינזען, אז זייער שנאה, און ווייטאג, ברענגט זיי נישט גארנישט נאר הארטץ ווייטאג, און עגמ''נ, וואו מער זיי וועלן נאר שימפן, וועט נאר סאטמאר האבן וואס מער צו לאכן, מען קען נישט משנה זיין סדרי בראשית, אזוי דער הייליגער ברך משה האט געזאגט, הוא אשר דבר לעם סגלתו שמור לקדשו מבאו ועד צאתו, א מנהיג ישראל קען נאר זיין איינער וואס איז הייליג און אפגעהיטען, אבער אזא איינער וואס האט זיך געפירט וואו א פויער אלע יארן, שאקעלט זיך כלל ישראל אפ, מיט אפשיי, אפי דער יוד, מיטן נוזוויק זונגען קדוש קדוש קדוש!!!! מי יתן והיה
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:44:34
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:55:03