ריכטער: בני המן קרעטשמע בלייבט פארשפארט
היינט דינסטאג אינדערפרי שלח האט די ריכטער ארויסגעשליידערט די TRO וואס די בני המן אין קרית יואל האבן אריין געגעבען אינעם נייעם קעיס וואס זיי האבן געפענט קעגן די ווילדטש, אז זיי זאלן קענען עפענען די קרעטשמע.
איצט האט די ריכטער נאכמאל געזאגט אז די קרעטשמע בלייבט פארשלאסן.
עס ברויך נאכמאל ארויסגעברענגט ווערן אז די אפשליסונג פונעם קרעטשמע האבן די בני המן אליין געברענגט אויף זיך, מיט דעם וואס זיי האבן אריין געגעבען א קלאגע אינעם גוישען געריכט אן ריפן צו דין תורה, קעגן קהלתינו הק' אין קרית יואל, און מחלל שם שמים געווען ומייקר שם אלילים ר"ל, אז קהל זאל מיזן אראפ נעמען די עירקאנדישאנס פון זייער דאך, ווי אויך אז די בעסימענט (קבלת פנים שטיבל) געהערט פאר די בני המן, וואס וואלט געווען א שרעקליכע שאדן פאר קהלתינו, און דערווייל איז די פסק געווען אז זייער קרעטשמע ברויך געשלאסען ווערן.
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל.
איצט קענען זיי שרייבן נאך א בריוו צו אבאמא, וואס זיי ווארטן נאך אויף א תשובה...
א שאד אז זיי האבן געקענסעלט זייער טריפ פארטעסט קיין וואשיגטאן, וואלטן זיי אפשר דעמאלס באקומען אן ענטפער פון אבאמא...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/06/2010 18:08:03
 |
|
|