בית פורומים כל העולם כולו

אהר'לע יאקטער: גראבונגען אין נצרת נדחה צוליב פראטעסט!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2010 23:03 לינק ישיר 
אהר'לע יאקטער: גראבונגען אין נצרת נדחה צוליב פראטעסט!!!

אין א פרישער שמועס היינט מיט הרב אהר'לע יאקטער, דורך די "קול החרדים באה"ק", א אפטיילונג אין קול סאטמאר, רעדט ער מיט גרויס עקסטאז וויאזוי די חרדים אין ארץ ישראל זענען מלא חיזוק נאך אזא דעמאנסטראציע.

צווישן אנדערע פארציילט ער אז דער ראש הממשלה האט נעכטן געקלינגען צו די רבנים און זיך געבעטן אז צוליב די יעצטיגע מיט די סומטאכע מיט די אראבער, זאלן זיי ביטע קלינגען צו די רבנים אין ניו יארק אז מ'זאל אפשטעלן די פראטסעט, וואס דאס ווייזט - ברענגט ער ארויס - ווי ווייט עס באדערט אים פערזענליך די פראטעסט, און ווי ווייט ער האט געוואלט פאר יעדן פרייז דאס אפשטעלן מיט כל מיני אמתלאות, (און פארשטייט זיך אז די רבנים האבן נישט אנגענומען זיינע קאפדרייענישן, און האבן דירעקט יא געשטיצט די הפגנה).

ער ברענגט ארויס אז ביי די גראבונגען ביים כבוש שש מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך די דעמאלסדיגע ממשלה נאר דערשראקן דורך א פראטעסט אין ניו יארק, און עס איז צום האפן אז אויך יעצט וועט ער איינזעהן אז די שפיל לוינט אים נישט.

ווייטער פארציילט ער אז היינט איז אפגעשטופט געווארן די פלענער צו גראבן אין נצרת, אדאנק די נעכטיגע הפגנה!!!

לאמיר האפן אז די פלענער וועלן גענצליך אפגעשטעלט ווערן.

אשריכם אלפי תושבי ניו יארק!



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 01/06/2010 23:47:22




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2010 23:38 לינק ישיר 

מ׳קען שוין הערן אויפן זעלבן אפטיילונג אויף קול סאטמאר א אינהאלטסרייכע אנאליז איבערן ווייטן אפקלאנג וואס די מאסן דעמאנסטראציע האט געהאט אויפן יהדות החרדית אין ארה״ק בכלל. אין אויף די ראשי ממשלת הכופרים בפרט דורך הרה״ח ר׳ יוסף לייב יאקאב פון ירושלים דרוקט אויפן מעין מעניו 2-2-1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 21:31 לינק ישיר 

פייוו בארא
גערעכט אבער אין א''י איז נישט אייביג אזוי לדוגמא די מערכה מיט קדמונינו,
אבער דאס איז אמאל זיכער איז אתרא קדישא אין א''י אין אתרא קדישא אין אמעריקא איז כרחוק טמאה לטהרה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 17:07 לינק ישיר 

אנטשולדיגט נוטראלער, אבער נישט נאר ער זאגט יעצט אזוי, נאר די לעצטע פאר ווכן גיט ער שוין דארט באריכטן אזוי, און: אויך ביים פראטעסט אין מאנהעטן איז אתרא קדישא געווארן דערמאנט.

די זאליס וואלטן טאקע אין אונזער פאל זיך פארשטעקט דעם קאפ ווי א בת היענה און געפירט א מערכה שלא יזכר שם אתרא קדישא, א שטייגער ווי זיי טוען מיא אדמת קודש. אבער מיר ווי אלעמאל האבן נישט קיין פראבלעם מיטן אמת. יא, "אתרא קדישא" אין ארץ ישראל איז דער וואס גיט אכט אויף די קברים בארה"ק. "אבער" ליידער ליידער זייער ועד דא אין אמעריקא איז דורכגעפוילט מיט האס און שנאה קעגן ערליכע אידן, און זיי זענען דא בלויז פאר פאליטיק און אונצוגראבן יענעם, און עס איז א עבירה יעדעס דאלער וואס מען גיט איבער אין זייערע הענט. עס איז מסייע לידי עוברי עבירה.

דאס זענען די טרוקענע פאקטן, און דער אנגענומענער מהלך ביי אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2010 08:07 לינק ישיר 

נוטראלער.    וואס איז דיין קרענק פון זיין אזוי נייטראל? מעגסט אמאל נעמען א זייט אין די פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 07:54 לינק ישיר 

אזוי אויך פארציילט ער אז די עומדים בראש המערכה, און איז משגיח אויפן פלאץ, איז "אתרא קדישא", וואס איז בראשות הגה"צ ר' דוד שמידל שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2010 23:51 לינק ישיר 

עס איז קלאר ווי דער טאג אז פאר די פאליטיק פון מדינת ישראל איז זייער נישט גוט צו זען טויזנטער אידן פראטעסטירן קעגן די "אידישע מדינה" און זיי פרובירן דאס צו פארמיידן בכל אופן. זייער כח אין אמעריקע איז אז זיי קענען אלעמאל זאגן אז זיי רעדן אין נאמען פון כלל ישראל. אז מען ווייזט אין די מידיא אז טויזנטער אידן פראטעסטירן קעגן איזראעל שאדט עס זייער שטארק פאר זייער פאליטיק.

קוקטס דא אויבן אויף בחדרי חרדים ווי זיי שרייבן אז דער אפיס פונעם ראש הממשלה האט אנגערופן דעם ירושלימ'ער רב צו בעטן אז מען זאל נישט מאכן דעם פראטעסט.

עס איז די ערשטע מאל זייט די חפירות האבן זיך אנגעפאנגען וואס אזא הויכראנגיגער אפישל פון מדינת ישראל פארבינדט זיך מיט ירושלימ'ער רב. פון די הפגנות אין יפו האבן זיך די ציונים גאנץ ווייניג דערשראקן.

דער ירושלימ'ער רב האט געענטפערט פאר יענעם, "יעצט קאלסטו מיך? וואו זענט עטס געווען ביז יעצט?"

עס איז א חרפה און א בושה צו זען וויאזוי משה דוד נידערמאן איז פארקנעכטעט פאר די גרעסטע ציוניסטישע שישקעס ווי ווילי ראפפאגעל אא"וו און זיי טיילן אים איין וואס צו טאן, און זיי סטראשענען אים אויב טוסטו נישט וואס אונז וויל מיר וועט מען שניידן דיינע פאנדן פון מעט קאנסיל. א שאנדע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אהר'לע יאקטער: גראבונגען אין נצרת נדחה צוליב פראטעסט!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext