בית פורומים כל העולם כולו

באריכטן אין די מידיא?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2010 22:25 לינק ישיר 

וואס וואלט געווען ווען?

איך האב געפרעגט א זאלי מאנטאג נאכמיטאג די איינציגע שאלה?

וואס וואלט געווען ווען... די ארונים רופן אפ דעם פראטעסט, און די זאליס מאכן ווייטער זייער'ס.

וואלטן די זאליס געשריגן:

1) די ארונים האבן זיך דערשראקן פאר זייערע אגודי'סטישע און מזרח'יסטישע פרענדס, קאטלער זאגט זיי דעות, הרב צוויבל פון די או. יו., דאס האט מען פון זיין גוט מיט די לינקע ציוניסטישע וועלט.
2) מיר תלמידי רבינו, מיר זענען מקיים דעם לא תגירו ! מיר דערשרעקן זיך נישט פאר די ציונים. מיר גייען ווייטער אן.
3) דאס אז די ציונים פארפירן אז מ'זאל צוריקציען איז א ראיה אז מ'טאר נישט !
4) רבי טובי' ווייס האט געהייסן אנגיין מיט'ן פראטעסט!
5) די ארונים חנפה'ן די ציונים ! האדמו"ר מהר"א וויל געפעלן וויזניץ ! הא?

יעצט, אז ס'איז פארקערט... מוז ארויסברענגט ווערן:
1) דער סאטמארער רבי האט גאר נאענטע קשרים מיט די דרויסנדיגע וועלט, צי איז עס מיט
חתונה תקנות 
כשרות הבשר
כשרות המצות
תיקונים בעניני מקוואות
חינוך הבנים
דער סאטמארער רבי האט געהאט מערערע מיטינגען מיט הרב חיים דוד צוויבעל איבער די בחורים אסורי יאפאן

מיט דעם אלעם האט ער נישט געלאזט אז די אלע "פריינדשאפטן" זאל זיין א קאנפליקט צו קנאותי' דפנחס !
ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט וואס די גאס זאגן.

עס איז א געווען א לחץ עד לב השמים. אלע פון אויבן ביז אונטן האבן געקאלטן.
נידערמאן און משה גבאי האבן געארבעט מעשים ביי די אגודי'סטן אז זייז אלן אפשטעלן דעם פראטעסט אין מאנהעטן !

סאטמארער רבי האט געזאגט: דער פראטעסט גייט ווייטער. און מ'וועט מכריז זיין אז מיר זענען נישט מיט די אראבער און מ'וועט גיין על אפם וחמתם פון די ציונים !

און זאלי איז געבליבן מיטן צינג אינדרויסן !

יעצט שפרינגען זיי. אבער נאכוואו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 22:31 לינק ישיר 

מען שפייעט בלוט און מען שפרינגט. שטעלט אייך פאר וויאזוי ראדני שול קוקט אויס. נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2010 23:34 לינק ישיר 

המשך צו ווארטזאגער פראגע און ענטפער:

11.
פ) האבן די זאליס פרובירט צו סאבאטיזשירן די מאנהעטן פראטעסט נאך איידער די וואשינגטאן צוריקרוף

ע) יא. אינעם טאג פונעם מאנהעטן פראטעסט זענען אלע צעטלעך געווען אראפ געריסן פון כמעט אלע פאלס אין וומ"ב לענג אויס בעדפארד און לי עוו. דאס האט יעדער געזען. אויך האבן זיי אנטמיגט אלע זייערע מענטשן נישט צו גיין קיין מענהעטן ווייל ס'א חאגע און די קאנסולאט איז פארשפארט.

12.
פ) איז דאס די ערשטע מאל ווי די זאליס שפילן פאליטיק ווען ס'קומט צו נייטראלע עניני הכלל.

ע) ניין, ביי די פרשה פון מציצה בפה, ביי אן אדיענץ ביים מאיאר האט דער נועם המידות ארויסשפאצירט ווען סאטמאר רבי האט ערשיינט דארט. [פארשטייט זיך מיטן תירוץ פון רבי זכרונולברכה, מןהסתם]

13.
פ) וואס פונקטליך האבן די ארונים געטאן קעגן די וואשינגטאן פראטעסט?

ע) גארנישט. אדרבא פילע ארונים האבן מפורש געזאגט אז הלוואי זאלן ביידע פראטעסטן האבן די ריכיטיגע עפעקט

14.
פ) ביי די פראטעסטן פון די לעצטע יארן וואס די זאליס האבן געפירט, וואסערע ראלע האט די סאטמארע פאליטיק געשפילו ביי זיי

ע) א סאמע הויכער. זיי האבן במכוון זיכער געמאכט אז די אויסגעשפראעכנסטע זאלי עקסטרעמיסטן זאלן רעדן, אזעלעכע מענטשן ווי מיילעך שטערן וואס מידי שבוע בשבוע שרייבט ער שמוץ ארטיקלען אין דער איד קען סאטמאר רבי פערזענליך
אויך ווען סאטמאר רבי איז אנגעקומן צום מעמד האט דער רעדנער אויף געהערט רעדן אין געלאזט זייערע מענטשן באשרייען ר' אהרן'ען

15.
פ) עכ"ז האבן די אהרונים איינמאל פרובירט צו סאבאטיזשרן אדער מינימיזרן סיי וועלכע פון זייערע פראטעסטן קעגן די מדינה

ע) ניין, טראץ וואס פארשטענדליך אז די ארונים האבן זיך טאקע נישט באטייליגט, האבן זיי קיינמאל נישט געטאן קיין שום פעולה צו שטערן סיי וועלכער מערכה, צו ס'געווען קעגן הדסה שפיטאל צו חפירות, צו יעצט אין וואשינגטאן

16.
פ) צוריק צו יעצט, ווי נאר ס'איז באקאנט געווארן אז נתניהו גייט נישט זיין אין וואשינגטאן האט נאך געהאט איין לאגישער סברה צו אראפפארן 5 שעה פראטעסטירן. 

ע) פארוואס יא? ווי שלעפט מען זיך? צו וועם?

17.
פ) וואס טוט זיך מיט דעם אז ס'א "שעת מלחמה"

ע) דאס איז לגמרי נישט נוגע, אויב נתניהו איז נישט דארט, אפי זאל זיין צוליב א בויך ווייטאג, האט נישט קיין זין צו פארן אהין, צו יא שעת מלחמה צו נישט.

18.
פ) נו וואס האקן זיי א טשייניק "שעת מלחמה"?

ע) אה, איר פארשטייט נישט פון וועלכער מלחמה מרעט דא, מרעט נישט פון די מלחמה פון די אראבער אין די ציונים, דא רעדט מען פון די מלחמה קעגן די קליפה אהרן ט"ב. דאס איז די "שעת מלחמה" און מ'קען דאך נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער וואס פראטעסטירט און באקומט אלע אטענשן

19.
פ) אבער פארט איז נישט יעצט קיין שעת מלחמה?

ע) איז יא? קענט איר מיר אנצייגן איין נייעס אגענטור וואס זאל באריכטן א מלחמה אדער אז ס'דא א מינדעסטע שאנס פון מלחמה.


20.
פ) אקעי נישט מלחמה אבער ס'א געפערליכע קריזיס

ע) איז וואס? אדרבא, טאקע ביי אזא סארט קריזיס פארלאנגט זיך נאך מער א קול מחאה, ווען די ציונים האבן אוועקגעקוילעט אומשולידיגע טערקישע בירגער, און אנגעמאכט א שרעקליכע התגרות באמות, האט אונז דער רבי געלערנט אז טאקע יעצט מוז מען מודיע זיין פאר די וועלט אז די רייצערישע ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל.

21.
פ) וואס טוט זיך מיט דעם אז ס'א חגע אין די קאנסולאט אפיס איז פארשפארט.

ע) טאקע, שרעקליך, איך האב פאר אייך גאר גרויסע נייער, אז אין א טאג וואס דער קאנסולאט איז יא אפען, ווער מיינסטו זיצט דארט, נתניהו? אלמערט? טעות, ווייסט ווער ס'זיצט דארט, 2 ראציגע באצאלטע ארבייטער סעקרעטעריס וואס ווייסן נישט פון זייער חיות צו זאגן, און גלויב מיר זיי ווייסן מיטאמאל אז מ'פראטעסטירט, דאס פלאץ איז בלויז א סימבאליש פלאץ אז די מידיא זאל פארשטיין קעגן וועם מ'פראטעסטירט.



דער סך הכל 

די זאליס זענען שעדליכע צבועים, וואס מ'דארף זיך שטארק היטן, עושין מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס, טוען אפ די געמיינסטע שטיק אלעס וואס איז אין קעגנזאץ פון שיטת רבינו זצוק"ל, און אלעס מיטן גושפנקא פון רבי זיכרונעלברכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2010 07:47 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באריכטן אין די מידיא?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.