פינעף און פערציג טויזענט?
כ'האב געזעהן די בילדער און קליפס פונעם פראטעסט
און אין אלגעמיין זעהט עס אויס א סוקסעס
(אויסער דער פאקט אז ס'איז נישט געהעריג געווען באריכטעט אין די מידיא)
מ'האט אנגעפילט פינעף גאסען, ס'זענען געווען חשובע רבנים ווי ר' יחזקאל, ר' חיים מערץ, משכנות הרועים וכדו'
ר' יעקב חנון האט געשריגן, און צום לעצט האט מען אפי' אנגערופען ירושלימער רב צוליב דעם ווי באריכטעט אין בחדרי חרדים
דעריבער פארשטיי איך נישט וואס איז דער פשט אז ארי' לייב רופט אויס די שאצונג פון פינעף און פערציג טויזענט מענטשן
איך מיין אויף וועלכע פלאנעט לעבט ער?
ס'איז אזוי קינדעריש אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן
ווען ער וואלט געזאגט לערך צען טויזענט אדער אפי' צוואנציג נו מילא, אבער פינעף און פערציג?
ער מאכט דאך דאס גרעסטע גענאר פון זיך אליין ביי זיינע אייגענע מענטשן
מיין שאצונג איז: בערך צווישן פינעף און זיבען טויזענט מענטשן
וואס זאגט איר?
|
|