| נשלח ב-2/6/2010 16:53 |
|
| |
פארוואס פארשטייט סאטמאר בעסער פון די גאנצע וועלט?
קיין שום אנדערע קרייז איז זיך נישט מצרף צו די "מערכה" פון אשקלון און יפו
_________________
תוקן על ידי tzvibp28 ב- 02/06/2010 16:57:32
http://theantitzemach.blogspot.com
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2010 22:03 |
|
| |
דאס איז א שטארקע קשיא פארוואס טאקע? היתכן אנדערע קרייזן זענען זיך נישט מצטרף למען קברי ישראל צו נאר ווען ס'איז אביי ורבא טאר מען נישט גראבן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2010 22:47 |
|
| |
צבי, די תירוץ איז זייער פשוט, רביה"ק זי"ע האט דאס שוין פאראויס געזאגט אז דאס וועט זיין, ווייל זיי נעמען געלט פין די מדינה ווערן זיי נשפע דרוך כח הפועל בהנפעל.
נאך מער צבי, אפילו לויט די גדולים וואס האבן מתיר געווען די אגודה, איז דאך נאר געווען די התיר אז וועט אריינגיין אויף טוהן פאר אידישקייט און פייטן די עקירות הדת פין אינעווייניג, אבער סתם דארט זיין אין נישט פייטן קעגן די גזירות איז בכלל נישט דא שום היתר.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 06:01 |
|
| |
שכוח פאר'ן ענטפערן אויב אזוי איז דאס די זעלבע טענה וואס משה הירש האט - אז אלע זענען משוחד
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 07:32 |
|
| |
א גוט יאר ר' צבי ווען מען רעדט ביי סאטמאר משוחד איז דאס אן אנדער סארט פון וואס משה הירש ע"ה רעדט, ער רעדט פון גשמיותדיגע געלט, מיר רעדן פון דעם ענין כח הפועל בנפעל. דער סאטמאר רב זצ"ל האט געזאגט נאך אנהייב ווען די איזראעלי רעגירונג האט צוגעזאגט גרויסע געלטער און געזאגט אז זיי פערלאנגען גארנישט צוריק דערפאר, האט דער רבי געזאגט אז דאס איז נאר דער אנהייב, ווייל זיי גייען גארנישט דארפען פערלאנגען נאר מען וועט דאס זיי אנטקעגן טראגען אויף א גאלדענעם טאץ. ווייל געלט פון א נישט ריינעם מקור האט א השפעה, ווי מען קען זעהן אז די ליב"ה וכדו' האט אנגעמאכט א שרעקליכען חורבן, און דאס איז נאר געווען דער אנהויב, זייט מען האט זיי געגעבן ליב"ה און מיט עסן קומט דער אפעטיט, דאן האבען זיי שוין פערלאנגט אז אלע וואס קריגען קצבאות מוזען לערנען סעקולארע לימודים, אבער דאן האבען שוין אלע געמאכט א וויי געשריי הלמאי מען רירט צו צום חינוך (הטהור?). וואס זינט זיי האבען דאס אלעמאל אויסגעהאלטן האבען די מנהלים געמיינט אז אזוי בלייבט עס, אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל און זיי האבען אויפגעהערט צו צאלען א גרויס חלק. וואס דערביי איז דא גרויס האפענונג אז די קינדער פון היינטיגען דור זאלען לערנען מיט ערליך אויסגעהאלטענע געלט ובא לציון גואל אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 18:05 |
|
| |
א ישר כח פארן ארויפברענגען די נקודה דא.
עס איז באמת א שאנדע צו זעהן דעם קעפל "פארוואס פארשטייט סאטמאר בעסער ווי די גאנצע וועלט", ענדערש ברויך די קעפל זיין "ויואל משה אמת ותורתו אמת אין אלע הינזיכטן!"
לאמיר ברייט ארומרעדן: פון דאס ערגסטע וואס כלל ישראל האט נאר געליטן, און ס'איז א זאך וואס מאכט אויפצוטערן יעדן רעכטדענגיקטן מענטש איז די ענין פון "חיטוטי שכבי", עס כאפט א טרייסל און א ציטער אין אלע ביינער! עצמות קדושות וועלכע זענען שוין טמון בארץ אזויפיל יארן, און מען גראבט זיי ארויס! די מוח בלייבט שטיין.
און עס וואלט ווען געדארפט אויפרודערן יעדן איינציגן אשר בשם ישראל יכונה, און כש"כ וק"ו די גדולי ומנהיגי הדור, רבנים, אדמורי"ם, ראשי ישיבות, באבא'ס און מקובלים.
דערווייל...
בלויז און אויסשליסליך, נאר די היימישע קרייזן, (סאטמאר, משכנות הרועים, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא וכו') נאר זיי טוט עס וויי, און נאר זיי טוהן פעולות דאס אפצושטעלן. (הגם כ'זאג נישט אז ממש די אלע אויבנדערמאנטע וועלן זיך לאזן שלאגן פון די בארבארישע פאליציאנטן, אבער עס טוט זיי וויי און רעדן דערוועגן וכדו').
וואס טוט זיך מיט גור? בעלזא? וויזניץ? שטיינמאן? קניעווסקי? אלישיב? וואו זענען זיי? פארוואס טוט זיי נישט וויי אז מען גראבט ארויס קברי קדמונים? צו איז טאקע גענצליך אויסגעלאשן געווארן זייער אידישע פינק? אט אט אזוי ווייט האט מען זיך דערקייקלט?
מיר אלע געדענקען ווען דער חבר כנסת המינים מטעם גור, יענקל ליצמאן, האט בקול רעש גדול ובקול חוצב להבות אש דערקלערט אז אויב הייבט מען אן צו גראבן אין אשקלון, דעמאלטס "געענדיגט!", מען גייט ארויס פון די קאאליציע, דערווייל שטייען מיר און ווארטן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2010 18:12 |
|
| |
בשעת'ן גראבן אין יפו זענען געקומען עטליכע חברי הכנסת משה גאפני ועוד, און הייס פארשפראכן, אז יא... מען גייט אויפהערן צו גראבן, זיי האבן פארהאנדלט מיט די אחרים, געמאכט טעלעפאן קאל'ס, און... דאס יהדות החרדית קען פרייוויליג אפ-אטעמען.
רבותי! אויף ווי לאנג האט מען דאן אויפגעהערט?
א דריי פערטל שעה... (שא! נישט לאכן פון די שלוחא דרחמנא...)
|
|
|
|
|