|
|
| נשלח ב-3/6/2010 06:08 |
|
| |
ברעיקינג: אהרונים באווייזן זיך נישט צום עצרת כ' סיון קעגן באגאץ!
היינט, כ' סיון נאכמיטאג איז פארגעקומען א עצרת אנטקעגן די הליכה לבאגאץ אין בארא פארק, בהשתתפות גדולי הרבנים שליט"א ובראשם הגה"צ ר' נפתלי ה. פרענקל שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית, אבער צום וואונדער האבן זיך קיין איינס פון די 35 טויזענט אהרונים וועלכע האבן זיך משתתף געווען מאנטאג ביים פראטעסט נישט באוויזן צום עצרת...
ווי שוין באוויסט האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א געצווינגען די אהרונים זיי זאלן אויפהערן מיט זייער שקרים פראפעגאנדע כאילו די זאליס זענען הולכי באגאץ, נאר תיכף ומיד זיך שטעלן צו א די"ת. און דאס איז די סיבה פארוואס אין בלאט ווערט די לעצטע שטיק צייט נישט ערווענט קיין ווארט וועגן באגאץ, און אזוי אויך איז דער גרויסארטיגער עצרת וועלכע איז פאררופן געווארן אויף היינט כ' סיון אראפ פון די ארענע.
היות אין די טעג געפינט זיך אין אמעריקע הגה"צ ר' נפתלי ה. פרענקל שליט"א, וועם דער ירושלימ'ער רב האט באויפטראגט צו דינען אלס שליש אין דעם דין תורה, האבן די הנהלת המוסדות פון אמעריקע געלייגט דרוק אז מ'זאל זיך צוזאמזעצן דער גאנצער בי"ד און ביידע צדדים זאלן ווייזן די שטרי בירורין, און אזוי אויך אויסארבעטן די זמנים ווען די זיצונגען וועלן פארקומען, אזוי ארום וועט מען שפארן צייט און מ'זאל זיך קענען שטעלן צו די"ת תיכף ומיד.
נאך וואס די אהרונים האבן ארומגעשלעפט ר' נפתלי האבן זיי ענדליך היינט מסכים געווען אויף א זיצונג, אבער זיי האבן באשלאסן צו טרייבן ליצנות און קיין איינער האט זיך נישט באוויזן פון זייער צד. ווי נאר זייער בורר ר' זלמן גראוז האט געזעהן אז עס גייט זיך זייער נישט גוט אויסלאזן אזוי, האט ער זיך פרובירט משתמט צו זיין אז עס זענען נישט דא קיין בעלי דינים אין אמעריקע, אלעס וואוינט אין ארץ ישראל. ווען די רבנים האבן גע'טענה'ט אז ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א בעל דין, און ער וואוינט אין אמעריקע, האט ר' זלמן געזאגט אז ר' אהרן האט איבערגעשריבן הרשאה פאר משה חיים ווייס פון בני ברק, אלזא איז נישט דא קיין בעלי דינים אין אמעריקע.
ווען ר' נפתלי האט דאס געהערט איז ער געווארן זייער אויפגעברויזט און אנגעהויבן שרייען אז מ'מאכט דאס ליצנות פון א בית דין, מ'פאררופט א זיצונג און קיינער באווייזט זיך נישט, און מ'זאגט נאך אז אלע בעלי דינים זענען אין ארץ ישראל; האט ר' זלמן נישט געהאט קיין ברירה, און מ'האט אנגעהויבן דעם זיצונג אן די צדדים און מען האט באשלאסן אז אי"ה א וואך נאך ט' באב וועט פארקומען די ערשטע זיצונג אין ארץ ישראל.
ווי פארשטענדליך קען מען נאר ווארטן צו זעהן וואס א ספין די אהרונים וועלן דעמאלס אויפקומען פארוואס נישט זיך צו שטעלן צו א דין תורה.
אצינד ווערט ערווארטעט א ברייטן באריכט פון די אהרונים, דער כראנאלאגישער סדר, וויאזוי די זאליס דרייען זיך נאך ביזן היינטיגן טאג אין באגאץ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 16:19 |
|
| |
שעהר
אוקיי, די ביסט מודה אז איר זענט נעכטן נישט אנגעקומען צום בי"ד?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 20:51 |
|
| |
געדענקט אלע "פרטים יבואו".
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 21:19 |
|
| |
10 שעה האט גענומען פארן בעקער רבי יונה ארויסצוקומען פון שלאף צומער מיט א צופרידענשטעלנדע ווערסיע, וואס זאל מוטיגן די אהרונים איבער די נעכטיגע אסיפה. און כדרכו איז ער ערשינען מיט א פרישע ספין, אבער דאסמאל גאר א שוואכע, זינט די זאליס האבן אים שוין מקדים געווען און פארציילט וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן, איז ער געווען היבש באגרעניצט און נישט געקענט ממש לייקענען שמש בצהריים, אזוי ווי זיין שטייגער, מיט נישט-געשטויגענע פאקטן. עס איז אונז נאר אינטערעסאנט ווער עס האט געקענט איבערגעבן פאר ר' יונה די פאקטן וואס האבן זיך היינט אפגעשפילט ביים מושב בי"ד, ווארום פון די אהרונישע פארשטייער האט זיך קיינער נישט באוויזן.
אונטערן קעפל "זאליס: מיר בלייבן אין באגאץ - רבנים אין שאק", טענה'ט ר' יונה אז דער זאלי באלון האט געפלאצט, זיי האלטן נישט ביים ארויסגיין פון באגאץ, זאת ועוד זיי פירן נאך ארום מרן גאב"ד ירושלים מיט לגיונות אזוי ארום אז דער סכסוך זאל נישט דארפן אנקומען צו א דין תורה. אבער דער גאב"ד האט זיך נישט געלאזט און אראפגעשיקט ר' נפתלי ה. פרענקל שליט"א זאל קומען קיין ניו יארק און מ'זאל שוין אנהויבן מיט די די"ת.
ר' יונה שרייט אז ווען ער האט געפרעגט טשאקעווער רב ער זאל אים ווייזן די שטרי בירורין, האט אים דער טשאקעווער רב געענטפערט אז ער טאר עס פאר קיינעם נישט ווייזן, און דא איז שוין קלאר געווארן פאר יונה אז די זאליס ווילן בלייבן אין באגאץ.
די זאליס, זאגט ווייטער דער בעקער, האבן זיך נישט געהאלטן ביים אראפזעצן מיטן שליש ר' נפתלי פרענקל, און הערשט ווען דער ירושלימ'ער רב האט אנגעהויבן סטראשענען האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה נאר נעכטן מיטוואך זיך אראפגעזעצט מיט ר' נפתלי.
דער ספין גייט ווייטער, די רבנים האבן זיך נעכטן צוזאמגעזעצט, און די זאליס זענען געווען אין קארנער, נעמליך מ'וועט מוזן ווייזן שטרי בירורין, שרייבט ר' יונה. וואו די אהרונים זענען געווען ווייסט איינער? די זאליס זע איך פון ר' יונה'ס ווערטער אז זיי זענען אנגעקומען.
ענדליך האבן די זאליס באוויליגט אונטערצושרייבן שט"ב, אבער נאר אויב מ'וועט נאכקומען די גאנצע ליסטע מיט תנאים וואס ר' יונה האט זיי פארגעשריבן. 1) אז מען זאל זיי קודם אריין לאזן פירן די מוסדות אין בני ברק.
אזוי אויך האבן די זאליס פארלאנגט אז מ'זאל זיי לאזן פירן די עירי' פון בני ברק.
2) אז די דין תורה זאל פארקומען אין ניו יארק, נישט אין א"י ווי ירושלימער רב האט פארלאנגט.
קודם כל האט דאס נישט דער ירושלימ'ער רב פארלאנגט, די אהרונים האבן דאס פארלאנגט, האפענדיג דערמיט אז די בני ברק'ער רבנים, די הולכים לבחירות, וועלן קענען זיין א טייל פונעם הרכב בי"ד. אויך האבן זיי געזאגט פארן ירושלימ'ער רב אז אין אמעריקע האט ר' זלמן לייב צו א שטארקע השפעה, און די דין תורה וועט נישט אויסקומען גוט פאר זיין. למעשה האט די הנהלה אין אמעריקע מסכים געווען אז די ערשטע פאר זיצונגן זאל פארקומען אין ארץ ישראל, און אויב ס'וועט נאך נישט זיין קיין פסק ביז א וואך פון די זיצונגן וועט בי"ד מחליט זיין וואו די קומענדיגע זיצונגן זאלן פארקומען.
3) אנשטאט דער שליש רבי מרדכי באבד זאל ר' שלמה לייב וויינבערגער זיין דער שליש, ווייל עס מיז זיין איינער וואס פארשטייט די תהלוכת הקהלה.
גראדע האבן די זאליס פארלאנגט אז באראש זאל זיין דער בורר מצדם, און די אהרונים האבן פארלאנגט אז דער ראב"ד ר' שלום לאנדא זאל זיין מצדם, ווייל זיי פארשטייען די בעסטע די תהלוכות הקהלה.
4) אלע אידן אין בני ברק זאלן אונטער שרייבן שטרי בירורין.
די איינציגע אונטערשריפט וואס די הנהלה פארלאנגט איז געווען פון דעם בעל דין ר' אהרן טייטלבוים וועלכער איז געגאנגען אין בג"ץ קעגן די הנהלה. נאר נאך וואס די אהרונים האבן געשיקט א לויער צום ירושלימ'ער רב אז די שוכרים פונעם זאל און האטעל זאלן אויך אונטערשרייבן האט דער גאב"ד פארלאנגט אז אלע שוכרים וואס צאלן רענט פארן שיכון, פון סיי וועלכע צד דארפן אונערשרייבן שטרי בירורין.
5) מען טאר נישט דן זיין ווער עס איז רבי אין סאטמאר.
אזוי אויך האבן די זאליס פארלאנגט מ'זאל נישט דן זיין ווער עס איז רבי אין קרעטשניף.
6) מען טאר נישט דן נאר אויף בני ברק, און נישט ירושלים, און אוודאי נישט אויף חוץ לארץ.
אויך נישט פון קרית יואל.
7) רז"ל שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין, ווייל מען טאר נישט דן זיין אויף די רבנות!
א פרעכע ליגענט, די חתימה פון רבינו שליט"א ליגט שוין ביים בורר הרה"ג מטשאקעווע שליט"א פאר חדשים לאנג. און עס איז אינטערעסאנט וויאזוי די אהרונים האבן טאקע צוגעלאזט אז ר' אהרן זאל אונטערשרייבן שט"ב בעפאר רבינו שליט"א, נאך וואס זייער לויער האט פארלאנגט בתנאי קודם למעשה אז דער רבי מוז אונטערשרייבן פאר ר' אהרן.
8) מרדכי ווייס און טאלער שרייבן נישט אונטער נאר קודם דארף מען פסק'נען פארוועם די מוסדות געהערט!
זיי וועלן אונטערשרייבן אויב אלע אהרונים וואס דינגן דירות פון שיכון וועלן אונטערשרייבן.
הכלל איז לשיטת ר' יונה געבליבן די גאנצע זיצונג נעכטן ביי גארנישט, די זאליס גייען ווייטער טאנצן מיט די אראפגעצויגענע ביבער היטן אין באגאץ און די גאנצע די"ת איז א פארגאנגענהייט. אצינד לאמיר פארשטיין, א מינוט שפעטער פארציילט אונז ר' יונה דעם סוד פארוואס איז בלאט ווערט מער נישט קיין ווארט דערמאנט וועגן באגאץ, ווארום דער גאב"ד שליט"א האט פארארדענט אז מ'זאל גארנישט שרייבן, ווייל דאס האלט צוריק די זאליס פון אונטערשרייבן שטרי בירורין. יעצט וואו מ'האלט אז די זאליס האלטן נישט ביים גיין צו די"ת, נאר ווילן פארבלייבן אין באגאץ, גייט דער בלאט שוין אנהויבן באריכטן וועגן דעם נושא הבאגאץ? וועט מען צוריק קובע זיין א דאטום פארן עצרת כ' סיון וועלכער איז אפגעשיבט געווארן אויף דערווייל?
און וואס איז מיט דעם אז די רבנים פארן אלע אויף ארץ ישראל א וואך נאך ט' באב צו אנהויבן די זיצונגן פון די דין תורה, איז דאס נישט באשטעטיגט געווארן דורך ר' יונה דעריבער וועט דער דין תורה נישט צושטאנד קומען?
די האסט געקענט שרייבן אקוראט דאס זעלבע אן עובר זיין אויף חוקי הפורום, איך וויל דיר נישט דארפן דערמאנען נאכאמאל, המהדרין
תוקן על ידי המהדרין ב- 03/06/2010 22:51:47
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2010 21:39 |
|
| |
דאס ליצנות איז הימל-שרייענד, ווייל די בקשה אז די רבנים זאלן זיך שוין אראפזעצן מיט דעם שליש ר' נפתלי, יעצט וויילענדיג אין אמעריקע, איז געקומען פון די הנהלה אין אמעריקע. נאך וואס די הנהלה האט זיך דערזעהן אז די אהרונים ווילן אז די די"ת זאל פארקומען אין ארץ ישראל בלויז צו פארדינען צייט, וויבאלד אלע רבנים וועלכע זענען אויפן הרכב וואוינען אין אמעריקע, חוץ דער שליש ר' נפתלי, און ווילאנג די רבנים וועלן זיך צוזאמקומען וועט דאך נעמען אסאך צייט, איז מען אויפגעקומען אויפן פלאן אז די טעכנישע ענינים אנבאלאנגט די די"ת וועט מען אויסארבעטן ביי א זיצונג אין אמעריקע, וואו ר' נפתלי פרענקל וועט זיך אויך באטייליגן. אבער פאר יונה'ס ספין לוינט זיך בעסער די ווערסיע אז די זאליס זענען געווען די וואס האבן נישט געוואלט די נעכטיגע זיצונג.
אויששש! רבי יונה וויל זיכער שיסן דעם אויששששש, דער האט אים צעטראסקעט דעם גאנצן ספין זיינע וועלכע האלט שוין ביי 2 אשכולות. נאך וואס רבי יונה שווערט זיך אז די זאליס גייען פארבלייבן אין באגאץ, און האלטן נישט ביים גיין צו די"ת, קומט דער אויששש און פארציילט, אז די רבנים זענען עפעס יא געזעצן נעכטן, און די זאליס האבן עפעס יא אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און נאך ט' באב קומט עפעס יא פאר דער קומענדיגער מושב בית דין אין ארץ ישראל, און נאך פולע פאקטן וואס הייבן נישט אן שטומען מיט ר' יונה'ס ווערסיע.
די אהרונים שטייען אויסגעהונגערט און ווארטן אויף רבי יונה'ס 2 הבטחות. דער בריוו פון ירושלימ'ער רב קעגן די זאליס און די שטרי בירורין וואס די זאליס האבן נישט אונטערגעשריבן...
איינער קען מברר זיין ביז ווען ר' נפתלי פרענקל בלייבט אין אמעריקע?...
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|