הגה"צ חבר הבדי"צ עדה החרדית אין קרית יואל
היינט דאנערשטאג שלח אינדערפרי, איז הגה"צ ר' נפתלי ה. פרענקל שליט"א, חבר בית דין צדק עדה החרדית בירושלים עיה"ק, אפגעשטאט א באזוך אין קרית יואל, ער האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול "ויואל משה" דקהל יט"ל (צד מהרז"ל), ווי ער איז אויך מכובד געווארן אלץ סנדק ביי צוויי ברית'ן, (במאמר המוסגר, ווער עס געדענקט ווען דער גאב"ד שליט"א איז געווען צוגאסט אין קרית יואל מיט עטליכע יאר צוריק, איז געלייגט געווארן געווואלדיגע פרעשער אז ער זאל ח"ו נישט אריינטרעטן אין דעם ביהמ"ד, עד כדי כך אז מען האט אנגעהאלטן די טיר אז ער זאל נישט קענען ארויסגיין פון זיין אכסניא, אבער למישה האט דעמאלט דער גאב"ד געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם דארטן אריינצוגיין, און ער איז טאקע געגאנגען און דעהאלטן דארט א הערליכע דרשה, און אזוי איז געווארן אנגענומען ביי אלע חברי הבדי"צ.
|
|