בית פורומים כל העולם כולו

לוסטיג און לעבעדיג אין ישיבה אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2010 21:56 לינק ישיר 
לוסטיג און לעבעדיג אין ישיבה אין ק"י

ווי באקאנט האט מען היי יאר געמאכט א פרישע התחדשות הישיבה, נאכן האבן די לעצטע עטליכע יאר גאר גרויסע שוועריקייטן מיט די ישיבה, ווי פייערס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, אזוי אויך מיט די פארדארבענע בחורים וואס האבן פארדארבן אנדערע, איז די הנהלת הישיבה אויפגעקומען מיט א גאר געלונגענע פלאן, פון צוטיילן די ישיבה און עטליכע קלענערע חלקים, יעדע עידזש באזונדער, אויפנעמען אסאך פרישע כוחות און דערמיט הייבן די ניווא פון ישיבה.

 

מיט די מתיבתה גבוה איז געווען די שווערסטע, מען האט זיך אסאך ארום געשלאגן מיט זיי, זיי האבן געוואלט בלייבן אין ישיבה, וואס צו דעם האט די הנהלה נישט מסכים געווען בשום אין אופן, מען האט זיי געוואלט צושטעלן פון אלע באקוועמליכקייטן און די געוועזענע בנין פון "בנות מלכים", אבער די בחורים האבן שרעקליך פארפירט, (איך וועל יעצט נישט באשרייבן די גאנצע אריכות דערפון), צום סוף איז מען געקומען צו אן אפמאך אז שלאפן וועלן זיי אין "בנות מלכים", און במשך'ן טאג וועלן זיי זיין אין ביהמ"ד ספינקא אויף ליזענסק, וואס איז סמוך ונראה צום בנין הישיבה.

 

ווינטער האט מען נאך גאנץ פיין אדורך געשטיפט, אבער ווען עס איז געקומען בין הזמנים פון פסח, האט הרה"ח ר' מענדל עקשטיין געמאלדן, אז ער וועט מער נישט אריינלאזן די בחורים אויפן זומער אין "בנות מלכים", ווייל מען האט אים חרוב געמאכט די גאנצע בילדונג, (און מען גייט יעצט מאכן דארטן אן האטעל) בלית ברירה האט מען געשלאסן קאנטראקט מיט הרה"ח ר' זישא ניימאן אז די בחורים זאלן קענען זיין א גאנצן טאג אין "ספינקא".

 

למעשה זענען די בחורים נישט צופרידן און שרייען אז זיי ווילן צוריק גיין אין ישיבה, מען האט זיך גענומען צו מזיק זיין די גאנצע בנין פון ביהמ"ד ספינקא, אויפגעבראכן אלע שלעסער און טירן, חרוב געמאכט די מקווה, אזוי אויך די חלק וואס איז פארדינגן פאר "ביהמ"ד שער התפילה" האט מען אינגאנצן חרוב געמאכט, ווען די מתפללים זענען אנגעקומען שבת האט מען נישט געקענט דאווענען, ווען ר' זישא האט געזעהן אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, האט ער געברענגט א טרעילאר און עס אראפגעלייגט אינדרויסן אויפן לאט, אז דאס זאל דינען אלץ "ביהמ"ד שער התפלה", זענען געגאנגען די בחורים און דאס איבערגדרייט, ביז האט מען נישט געהאט קיין ברירה און מען האט אריינגעברענגט די "פובליק סעיפטי" אז זיי זאלן זיין די משגיחים אויף די בחורים, "שער התפילה" דאווענט דארטן מיט די שוץ פון די "פובליק סעיפטי".

 

פרטים יבואו...........

 

אזוי אויך אין די דריטע עידזש, האט מען יעצט צוריק אריינגענומען ר' יוסף לייב קאהן אלץ מנהל, זעהנדיג אז ר' אברהם מאיר מארקאוויטש האט נישט געקענט אויסרייסן די מגיפה פון סעלפאן'ס, און רובא דרובא בחורים דרייען זיך מיט טעלעפאן'ס, און ר' אברהם מאיר האט געמאלדן אז ער בלייבט נאר מנהל אויב מען גיבט עמנטליך רשות פאר די בחורים צו האבן טעלעפאנס.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2010 11:07 לינק ישיר 

יעצט געהערט פון א גבוה בחור אז די סיבה פארוואס ר' מענדל האט זיי עס נישט פארדינגען איז ווייל ער האט געהעכערט דעם פרייז ווייל זומער קען ער מאכען מער געלט פון זיין סווימינג פאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 10:50 לינק ישיר 

נוטראלער
דו קינסט נישט פארשטיין אז די בחורים דארפן אביסל פרייוועסי
זישע דארף זיין משוגע צו וועלן אריינכאפן סיי די בחורים  שער התפלה און ספינקא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 06:36 לינק ישיר 

נוטראלער, מיין מאמע האט מיר געלערנט, און דיין מאמע האט דיר געלערנט.

אבער, לדאבונינו, שפעטער האסטו גענומען א נייע רבי, נעמליך "דער איד", וועלכע האט דיר געלערנט א נייער מהלך:

אז מען האט נישט וואס צו באשמוצן, מאכט מען אליינס שמוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2010 06:03 לינק ישיר 

איינע פון די סיבות וואס ר' מענדל עקשטיין האט מער נישט געקענט אויסהאלטן. ווי למשל די באניץ מיט די טייערע סווימינג פול אהנע רשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2010 02:52 לינק ישיר 

"פייפער", דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערנט, אז ווען מען האט נישט וואס צוזאגן זאגט מען נישט

אזוי אויך געדענק די מאמר: סיג לחכמה שתיקה, ווען דער נער איז שטול מיינט מען כאטש אז ער איז קלוג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/6/2010 23:41 לינק ישיר 

טויש קעפל:

לוסטיג און לעבעדיג אין נוטראלערס אפיס אין ק"י

פרטים יבואו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2010 22:48 לינק ישיר 

דאס וואס דו שרייבסט אז זיי האבן חרוב געמאכט בנות מלכים
איז אויסדרוקליך נישט אמת
איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס ער האט זיי נישט געוואלט צוריק נעמען
אבער איך ווייס קלאר אז זיי האבן זייער שיין "ביהעיווט" א גאנץ ווינטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לוסטיג און לעבעדיג אין ישיבה אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext