לוסטיג און לעבעדיג: מאסן פראטעסט ביים הויז פון דעם סבלן אויף סאנז קארט!!!
פון קרית יואל קומט באריכטן אז הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמעלט אין די מינוטן ביים הויז פון דעם סבלן ר' אהרן טייטלבוים אויף סאנז קארט, און זענען מוחה אויף די רשעות און טעראר וואס ער און זיינע שלוחים טיילן אויס פאר די קרית יואל'ע תושבים וואס גייען נישט אין שפאן.
ווי מ'הערט האבן די אהרונים, וועלכע זענען באקאנט מיט זייערע אגרוף רשע, אנגעהויבן טיילן פעטש אויף רעכטס און אויף לינקס. מ'האט אפילו ארויסגענומען פון בונקער דעם אלטן טעראריסט, און היינט שוין שיינער איד, אלימלך דייטש, רעדאקטאר פון "דער בלאט", ער זאל איבערפארן מיט א קאר די מוחים.
פאר א לענגערע צייט האט מען פרובירט צו רופן די פאליציי, וועלכע האבן זיך נישט באוויזן אויף די צענע, אדאנק זייער געטריישאפט צו דעם רוצח משה לייב וויטריאל. אצינד הערט מען אז די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט און פרובירט ברענגן קאנטראל אויפן מצב.
נשלח ב-13/7/2010 23:18
ווען ענק האבן גערופען ענקער עולם צום פראטעסט אין וו"ב און ווען ענק האבן געטאנצן פאר נצחון האבן ענק נישט גע'חלום'ט אז ענק וועלן צוריק כאפן פונקט די זעלבע.
יעצט איז ענקער פעי בעיק טיים
היינט אויפן ביה"ח
כולו למערכה!
נשלח ב-8/6/2010 08:49
אצינד געהערט גאר א גוט ווארט פון א קלוגן איד;
ר' אהרן קען נאר ארבעטן זונטאג פארטאג'ס. אנגעהויבן פון זונטאג חוהמ"פ תשנ"ט פארטאג'ס, און אצינד זונטאג פרשת קרח פארטאג'ס...
און א סוף וועט ער האבן ווי ער האט געהאט יענעם זונטאג!
יא, מיילעך דייטש האט נעכטן געציטערט צו בלייבן שטיין אויף זיין ארט ווייל ער איז געווען ארום גענומען מיט פארווייטאגטע מענטשן וואס האבן געבלוטיגט פאר כבוד שמים. יא דער זעלבער מיילעך וכל כת דילי’ האבן זיך ארום געשטעלט דעמאלטס ארום די קארס וועלכע האבן זיך “דערוואגט” ארויף צו פארן צום ילד, און נישט געשריגן און אויסגעגעבן זייער ביטערע ווייטאג! ניין! נאר געווארפן שווערע שטיינער שיש בהם כדי להמית, און געווארפן אייער אויף יעדן קאר. יא, מ’האט געלעבט אונטער טעראר!אלעס ווייל... סעפטיק... אוי ניין, ווייל יענער איז "נישט געגאנגען אין שפאן".
איך מיין אז מיילעך פארשטייט שויון יעצט גאנץ גוט ווי אזוי די בני יואל האבן געשפירט פאר 15 יאר צוריק.
דוד עקשטיין האט געוויזן "גרויס גבורה" ווען ער האט זיך נישט דערשראקן פון דעם פראטעסט... אבער זיין רבי איז דאך יאסל וואלדמאן אליינס... יא יא! דוד עקשטיין איז יעצט דער יאסל וואלדמאן פון צוואנציג יאר צוריק!
ס'איז דא צוויי נוסחאות: "נקום נקמת דם עבדיך השפוך" און "נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך"
מיר האבן ב"ה געהאט א זכי’ צו זעהן דעם נקום “לעינינו” נקמת דם עבדיך!
נשלח ב-7/6/2010 19:12
דוד בן פעסיל מסור אנטלאפין
א פרייליכע בשורה איז אנגעקימען צי אינזערע אויערן
אז דער מסור דוד עקעלשטיין בן פעסיל איז די נאכט אנטלאפין פין זיין גרויסע ריזיגע הויז פאר שרעק
אין עס איז מקיום געווארען דער פסוק אין די תורה "ונסתם ואין רודף "
ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז איינער לויפט עם נאך אין איז געלאפען שלאפען איבער נאכט ביי זיין איידעם מנשה סימאן אין א קליינע פינעוו ראמיגע אפארטמען אינאיינעם מיט פינעוו קליינע קינדערלעך
דאס הויז געפינט זיך אויף מעזעבוש
כלל ישראל ריפט אויס שאק אין סורפרייז
נאך דעם וואס די רא"ט נאציס האבען געטרייט זיך אויפציטין אז דער גרויסער גראבער עושר דערשרעקט זיך פאר קיינעם נישט אין ער טיט זיין ארבעט בשלימות אין פאלגט זיין המן מיט וואס ער הייסט אים
האט מען די נאכט געזען אז ער איז אנטלאפען פאר שרעק אפילו קיינער איז נישט אינטרעסירט געווען אין עם נאך לויפען
אין מען זעט אז די ערליכע יודען וואס טיען דעם דעת תורה אין שרייען נאך דעם מסור
אז ער
שרעקט זיך גאנץ פיין.
אין מיט דעם טיען מיר אלע ווינטשען פין טיפען הארצען.
כאשר החלותי לנפול נפל תפול אין ער זאל איינעמען זיין מפלה שנעלערהייט.
קרעדיט: משה12
נשלח ב-7/6/2010 16:53
מאדנע. דער פארשוין וואס טיילט רשות פאר זיידעס צו מסדר קידושין זיין, ווייל בלעדו לא ירים איש את רגלו בגלילות הקרית יואל, דער זעלבער פארשוין האט אזא קעגנערשאפט אין זיין אייגענע מרא דאתרא'שאפטישע שטעטל?
איינער קען דאס ערקלערן?
נשלח ב-7/6/2010 16:46
ניטאמאל דארף מען זיך אפגעבן מיט זייערע לגיונות און שקרים וועגן דין תורה, וואס זה דרכם כסל למו, און דאס דארף צו פארענטפערן אלע זייערע מעשי רציחה און רשעות, ווארום זיי זענען די שומרי משמרתה של תורה, און אויב איינער היט נישט די תורה און ער גייט נישט צו דין תורה, נעמען זיי שריט, און נעמען זיך אן פארן אייבירשטן'ס כבוד און פלינדערן און צושלאגן יענעם צום טויט.
אבער זייער ווייטאג אז מ'האט פראטעסטירט קעגן א איד, און טאקע א מנהיג, איז אונז טאקע דייקא יא א גרויסע שמחה. זיי קענען ממש נישט פארשטיין וויאזוי די בני יואל האט באוויזן היסטאריע און געמאכט אזא פראטעסט.
עס כאפט א געלעכטער, נעמליך דער בעל מחדש פון פראטעסטירן קעגן יחידים און רבנים צוגלייך, איז נישט קיין צווייטער ווי ר' אהרן טייטלבוים זעלבסט, וועלכער האט געמיינט אז מיט אזאנע מעשים וועט ער באפעסטיגן זיין מלוכה אין קרית יואל, און ער און זיינע יונגען זענען געשטאנען בראש פון יעדן איינציגן פראטעסט וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל די לעצטע 20 יאר.
מיר דענקן נישט אלע פראטעסטן, אבער פשוט די אהרונים צו בארוהיגן, נאך וואס זיי פארשטייען פשוט נישט וויאזוי ס'מעגליך אפילו אזא זאך, וועלן מיר דערמאנען אייניגע; דער פראטעסט און די ראיאטן קעגן הרבנית הצדיקת ע"ה, יענעם פינסטערן ליל שישי ווען זי איז ארויפגעקומען צום ציון פון רביה"ק זי"ע. דער פראטעסט קעגן הרה"ג ר' יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קאלסבורג, מיט ריזיגע טאוולען "מייקל ראטה צא טמא". דער פראטעסט און געשלעג אויף הגה"צ גאב"ד שארמאש שליט"א. די נאכאנאנדע פראטעסטן ביי די שטיבער פון די ראשי קהילות ומוסדות בני יואל. דער פראטעסט ליל חוה"מ פסח תשנ"ט ביים שטוב פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק. און נאך פילע.
אלזא זאלן זיי אצינד קומען שרייען און וויינען אז מ'ברעכט היסטאריע און מ'פראטעסטירט קעגן דעם אדם גדול ר' אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-7/6/2010 13:41
בא ללמד-געגאנגען שרייבט ווי פאלגענד
"סוער פראטעסט": היסטארישע ווענדפונקט אין וועג אראפ פון "תורה חדשה"
נאך קיינמאל פריער אין די אידישע היסטאריע האט נישט פאסירט אזא זאך אז מ'זאל אפהאלטן א 'פראטעסט' קעגן א איד א שומר תומ"צ, ווער רעדט פון א מנהיג רוחני פון טויזנטער אידן יראים ושלמים, מיט אזא 'ערנסטקייט'.
ממש נישט ווייניגער נישט מער, טאטעס האבן געברענגט קליינע קינדער זיי אויסצולערנען 'מצות מחאה'; אידן מיט בארד און פיאות האבן געזאגט שמע ישראל און ה' הוא האלקים אין סאמע צווישן פון שרייען פוי אויף א איד א שומתומ"צ און די הינט בילעריי; און העכער הונדערט אידן האבן צוויי שעה זיך אויסגעכארכלט ביז צום הייזעריג ווערן מיט דעם זעלבן אייפער וואס ערליכע אידן זענען מוחה קעגן די גרעסטע רשעי עמינו.
און דאס איז שוין קעגן די מפורש'ע הוראה פון זייערע אייגענע א.ג. 'רבנים', וועלכע האבן זיי קלאר געזאגט ווינטער ביי די ספרי תורה צירקוס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן אזא סארט פראטעסט.
און דאס אלעס איבער וואס? א סעפטיק סוער! פון א בנין וואס זיי האבן געגנב'עט און זיי ווילן דערויף נישט קומען צו קיין דין תורה!
צו די מענטשן איז נישטא וואס צו רעדן, און איך פרוביר ניטאמאל. ביי זיי איז דאך במילא אסור אויסצוהערן אפילו די גרעסטע גדולי הדור טאמער ס'קרייציגט זיך מיט זייערע פריוואטע תאוות, אידישע ווי גוי'אישע.
כ'וויל נאר בעיקר ארויסברענגען דעם פונקט פאר יעדן נארמאלן מענטש (און דערפאר האב איך געמאכט א באזונדערן אשכול דערפאר), אז מ'זאל אנערקענען ווי נידריג און שמוציג א איד קען אנקומען איינמאל מ'לאזט זיך ארויס אויף דעם גליטשיגן וועג פון נישט פאלגן קיין שום רב בישראל, ווי זייער נייע תורה לויטעט פאר די לעצטע 30 יאר!
עס דארף נאכאמאל ארויסגעברענגט דעם מציאות און נישט לאזן עם פארדרייען די פאקטן
א. מ'שלאג זיך נישט איבער א סעפטיק סוער, נאר איבער א בית המדרש וואס די סאדיסזטן האבן פארמאכט, און ווער רעדט נאך פון א מקום קדוש בית מעונו פון רביה"ק זי"ע.
ב. די ערשטע אריין אין קאורט אן קיין היתר בי"ד איז געווען די אזויגערופענע קהל יטב לב דקרי"י אין יאר תשנ"ה, און אויף זיין איז געזאגט געווארן אין נזקקין לו.
נשלח ב-7/6/2010 07:59
פארשידענע שמועות לויטן אז א שיינע צאל מוחים האבן אפגעווארט דעם סבלן ווען ער איז אנגעקומען קיין מאנסי, פריער אין אווענט, און נאכגעזינגן דעם סבלן ביזן זאל אריין.
אזוי דארף צו זיין! מ'דארף פראטעסטירן וואו אימער דער ראש הממשלה פון קרית יואל באווייזט זיך, און ווען אימער. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס וועט ברעכן אים און זיינע בריונים.
די ארונים גייען ארום מיט טענות, היתכן ממאכט א פראטעסט, די רבי האט נישט געהאלטען פון פראטעסטן בשעת מלחמה...
נשלח ב-7/6/2010 06:18
דער שר העסקנים הרב החסיד ר' יוסף וואלדמאן האט פריער געמאלדן אז די ניו יארק סטעיט פאליציי האט געשאצט דעם עולם פון די דעמסטראציע קעגן אהרן ט"ב פאר איבער 45.000 מענטשן
נשלח ב-7/6/2010 06:09
ההא דכתיב אבער דא איז ווייטער שטיל
נשלח ב-7/6/2010 05:42
היסטאריע!!! מהר"א אנטלויפט פון קרית יואל!!!
היינט פארנאכטס איז פארגעקומען א מאסן דעמעסטראציע אין פארנט פו "צאנז קאורט" ווי עס האבן זיך משתתף געווען אריבער 50,000 מענטשן (אויף די ארונים'ס קאלקולעטער),מוחה צו זיין אויף די בריאליטעט פון די רשעים פונעם ווילעדזש.
א מחזה איז געווען ווי כולם פה אחד האבן ארויסגעשריגן די ווייטאג אנטקעגן די כת ובראשם זייער מנהיג, ווי ערשטוינט איז דער עולם געווען צו זעהן, ווי אלעס חזר'ט זיך איבער מדה כנגד מדה, און מהר"א האט געדארפט אנטלויפן אינמיטן, נישט אויסהאלטענדיג די קולות, ער איז ארויסגעפארן פון "צאנז" באגלייט מיט עטליכע קארס, און געפארן אדורך די הצלה גאראדזש מורה'האבענדיג פון די מוחים, עס איז נישט צו באשרייבן די קולות וואס האט אפגעהילכט יענע מינוטין.
אויך איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם, ווען די מוחים האבן אויסגעשריגן, אז We Want State Police, און געוויזן דערמיט אז אונזער ווייטאג איז "נאר" אנטקעגן די רשעים, און נישט קיין התגרות באומות.
יתר פרטים יבואו אי"ה קרעדיט: נוטראלער
תוקן על ידי יואלי808 ב- 07/06/2010 05:44:08
נשלח ב-7/6/2010 05:27
האכזר אלימלך דייטש (פון דער שונדבלאט) האט אראפגעקלאפט איינע פון די מוחים, אפילו די פאליטישע הצלה אף קעי זשעי האט געשפירט פאר וויכטיג צו אינטערווינען
נשלח ב-7/6/2010 05:21
עס איז א ממש אומגלויבליך!
ר' אהרן טייטלבוים איז שוין רב אין קרית יואל פאר 25 יאר, אבער דאס התנגדות האט זיך ב"ה נישט קיין טראפ פארמינערט, נאר געהויבן.