בית פורומים כל העולם כולו

דעמאקראטיע פיגורירט אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 04:35 לינק ישיר 
דעמאקראטיע פיגורירט אין ק"י

מיט גרויס הנאה טוען מיר מעלדן די נייעס אז דעמאקראטיע האט געוואונען אין ק"י, ווען א הייפעלע מענטשען האבען זיך צוזאמען גענומען אויסשרייען "זייער" וויי געשריי און קיינער האט זיי נישט געבאדערט.
מיר רעדן נישט פון עטליכע היץ קעפ וואס מיינען אז אויב עס וועט זיין טמנו ידם בצלחת, דאן וועט די וועלט נישט וויסען אז זיי עקזיסטירן.
ספעציעל קרעדיט קומט זיך פאר'ן פובליק סעיפטי דירעקטאר, פארען האלטען דעם מצב אונטער קאנטראל, אפילו ווען עס איז נישט געווען לויט זיין גייסט.
מיר וועלן לאזען די חברה שרייען אז זיי האבען געוואונען, אבער מיט אזא געוואונס ווער ברויך פארלוסטן.
לחיים לחיים



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:38 לינק ישיר 

מיט א הייזעריגן קול האט הויכ-הילכער באזוצער געשריגן מיט באנומענע קולות אז "דורן און תפלה האט מען שוין אפגעראכטן" (דורן האט ער געהאט א שטיקל שווערעקייט צו איינזעצן, ווארום ווי קען מען דען ח"ו זיכן שלו'?) און "יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן מיט א מלחמה" - מיט א כעס'יגע שטימע וואס האט שיער נישט איבערגעריסן די דראנטן פונעם ספיקער.

תושבי קרית יואל האבן אפגעאטעמט נאכדעם וואס יעדער האט טאקע געזעהן וויאזוי די חדר אינגלעך האבן טאקע געשפילט "מלחמה".

נישט צום באגרייפן וואס טפשות קען טון מיט אן ערוואקסן מענטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 23:12 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
איך באווינדער שטארק די איינגעהאלטען קייט פין צד מהר''א
טראץ וואס יעדער פארשטייט האבען זיי אין ק''י א גרויסע ישיבה מיט נאך הינדרעטער יונגעלייט וועלכע וואלטען געקענט נעמען די לייצעס אין די האנט
ספעציעל נאכדעם וואס זיי האבען די אויבער האנט אויף די וויליזש אין פאבליק סעיפטי
אין די גאנצע איבערקערעניש איז געווען קעגן געזעץ אן קיין פערמיט
אין איבערקערער זענען געווען נישט מער ווי 50 ביז 75 יונגעלייט בחורים אין יונגלעך

עס ווייסט אויף שטארק איינגעהאלטענקייט

איך באווינדער עס


דער וואונדער פון יאר הונדערט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:51 לינק ישיר 

יעדער פארשטייט אז ווען עס טוט ווי שרייט מען, און אויב די עזות פנים'ער האבן געפילט אז מיטן פראטעסטירן איבער די גאסן וועט זיי גרינגער ווערן, האט מען זיי דאס פארגינען מיטן גאנצן הארץ, און זיך אונטערגעשמייכלט פון מאדנע ברואים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 22:30 לינק ישיר 

איך באווינדער שטארק די איינגעהאלטען קייט פין צד מהר''א
טראץ וואס יעדער פארשטייט האבען זיי אין ק''י א גרויסע ישיבה מיט נאך הינדרעטער יונגעלייט וועלכע וואלטען געקענט נעמען די לייצעס אין די האנט
ספעציעל נאכדעם וואס זיי האבען די אויבער האנט אויף די וויליזש אין פאבליק סעיפטי
אין די גאנצע איבערקערעניש איז געווען קעגן געזעץ אן קיין פערמיט
אין איבערקערער זענען געווען נישט מער ווי 50 ביז 75 יונגעלייט בחורים אין יונגלעך

עס ווייסט אויף שטארק איינגעהאלטענקייט

איך באווינדער עס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 21:22 לינק ישיר 

לא_לנו כתב:
טעראר איז זיכער אונטערגעבראכן אין קרית יואל.


לאלנו, איך לייג אוועק די ווערטער!!!


(וואס וועט זיין די ענטפער אויף די קומענדיגע חתונה וואס ווערט געקענסעלט פון די בנ"י האל? די "טעראר" תירוץ האט נעכטן עקספייערט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 17:53 לינק ישיר 

יוסף אלי'. דער לא לנו וועט באלד שרייבן אין א צווייטער אשכול איבער די טעראר פון ברענגען הינט צו פארשפרייטן פרידליכע מוחים..

די טעראר ווענט זיך וואס א מינוט. קוואדער נאך זענען מיר נאצי'ס. האלב זיבן איז טעראר געבראכן. קוואדער צו ניין איז טעראר איבער אלע שטאפלן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 17:33 לינק ישיר 

איך וואלט געוואלט פרעגן דעם לא לנו פונקטליך וויפיל אזייגער נעכטין עס האט זיך אינטערגעבראכן דער טעראר, אזויפיל ווייס איך אז אינדערפרי איז דאס נאך געווען נאצי דזשערמאני, און די היטלעריסטן האבן נאך דארט מושל געווען, זיבען פארנאכט איז שוין געווען פרייהייט, מען האט שוין געקענט אפ אטעמען, סא, וויפיל אזייגער האט אויסגעבראכן דער פרייהייט?, בחצות אדער כחצות?, עכ''פ די בני יואל / זאליס וועלן שוין האבן א אייגענעם יום עצמאות וואס זיי וועלן פייערן יעדעס יאר כ''ד סיון, אדער גאר יוני דעם זעקסטן לויט זייער קאלענדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 16:55 לינק ישיר 

יא דעמאקראטיע אדער נישט. טעראר איז זיכער אונטערגעבראכן אין קרית יואל.

איינער זאגט מיר אז דער הערשער האט נעכטן זעלבסט געגעבן רשות צו פראטעסטירן... אנדערש וואלט עס נישט געקענט פאסירן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 10:35 לינק ישיר 

זיסקייט ווי האט יענער געזאגט
די ווילסט הערן א מעשה אדער די ווילסט פרעגען קשיות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 08:02 לינק ישיר 

נוטראלער, איך בין היינט נאכט געזיצן ביי א מסיבה אין מאנסי וואו מיינער א קרוב האט באקומען די כתר הוראה. אויף די אינוויטעישאן וואס איז געקומען צום מסיבה מיט דריי וואכן צוריק, איז געשטאנען אז מהר"א מסאטמאר שליט"א גייט באשיינען דעם אוונט, וכך הוה. בשעת עס איז פארגעקומען דער פראטעסט אין קרית יואל האט ער אויסגעטיילט די פרסים פאר די דריי מנינים יונגעלייט וואס האבן זיך פארהערט די הוראה און דערנאך האט ער געהאלטן א דרשה.

איך האב עס געשריבן דזשאסט פאר די רעקארד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 06:14 לינק ישיר 

ברוינפן איך פארשטיי דיך נישט
איז דען נישט פארשטענדליך אז די ארונים זאלן זיך אננעמען פאר זייער רבי'ן?
צו וואס דארפסטו מאכן א גאנצן דריידל כאילו ס'איז דא דעמאקראטיע
נאר "עטליכע היץ קעפ" האבן געווארפן אייער
דארפט שרייבן ב"ה אשר לא השבית לנו גואל
און ס'איז נאך דא ווער ס'נעמט זיך אן פאר כבוד ת"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 06:12 לינק ישיר 

רעכטער כתב:
 די זעלבע וואס האבן געצאפט דאס בלוט פון רביה"ק הברך משה זי"ע, טאקע די זעלבע צאפן דאס בלוט פון דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א.

און געצאפט פאר רביה"ק ויואל משה זצ"ל, ווען זייהאבען נישט צוגעלאזט זיין אייגענע טאכטער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/6/2010 06:06 לינק ישיר 

דער ס"מ פארלייגט אלע כוחות אונטערצוברענגן די כוחות דקדושה, אנגעפאנגן פון ארצינו הק'. און געענדיגט אין ירושלים דאמעריקע עיר כלילת יופי קרית יואל, די שטאט וואס רביה"ק זצ"ל האט געגרינדעט בשאירות כוחותיו.

די זעלבע וואס האבן פארלייגט וועלטן אז די ריזיגע מאסן דעמאנסטראציע זאל נישט פארקומען, און געפליקט פלאקאטן מיט גרויס כעס מיט די כוחות הטומאה, די זעלבע וואס האבן געצאפט דאס בלוט פון רביה"ק הברך משה זי"ע, טאקע די זעלבע צאפן דאס בלוט פון דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א.

בזכות אותו זקן רביה"ק המייסד הקרי' זצוק"ל האבן די עזות פנים'ער קיינמאל נישט געהאט קיין שליטה אויף דעם הייליגן שטאט, און מיט דעם זכות פונעם מייסד הקרי' וועלן די שלעגער ווייטער נישט האבן קיין שליטה אויף דעם שטאט וואס וועט בליען לשם ולתפארת עד ביאת גואל צדק בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 05:43 לינק ישיר 

ס'איז נישט קיין צופאל, אז א וואך נאכדעם וואס סאטמאר האט פארשעמט די ציונים פאר די גאנצע וועלט אין אויסגעשריגען אז די ציונים זענען נישט אונזערע פארטרעטער אין נישט די ווארטזאגער פאר כלל ישראל.
זאלען די ציונים שיקען זייערע דירעקטע שלוחים פון די U. O. און די הולכי בג''ץ קרייזען. צי פארשעמען האדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א. די שר צבאה אנטקעגן די קליפת הציונים. אין לייגען פרעשור ער זאל זיך אפשרעקען

זיי די ציונים קאכען אין ברויזען אויף די מעכטיגע מערכה וואס כלל ישראל פירט אנטקעגן די ביטערע גזירה פון חוטוטי שכבה, זיי האבען געמיינט אז די כח פון סאטמאר איז שוין ציבראכען חלילה היל''ת.
זיי האבען געמיינט אז זיי קענען טוען מיט די ערליכע לוחמים אין ארץ הקודש וואס זיי ווילען.
דערפאר ווילדעווען ארום זייערע שלוחים די מתנחלים אין די הולכי הבג''ץ.
סאטמער וועט זיך אויף קיין פאל נישט אפשטעלען אויסצישרייען די דבר ה' ברמה און זיך אנעמען פאר אונזערע מסירות נפש'דיגע ברידער און ארצינו הקדושה,
מיר וועלען זיך נישט אפשטעלען פאר גארנישט און מיר וועלען זיך נישט וויסענדיג מאכען פון די אלע בזיונות.
כלל ישראל פארדאמט מיטען שארפסטען די ווילדע מעשים פון די ציונים און זייערע נאכשלעפער אין ניו יארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 05:28 לינק ישיר 

היסטאריע!!! מהר"א אנטלויפט פון קרית יואל!!!

 

היינט פארנאכטס איז פארגעקומען א מאסן דעמעסטראציע אין פארנט פו "צאנז קאורט" ווי עס האבן זיך משתתף געווען אריבער 50,000 מענטשן (אויף די ארונים'ס קאלקולעטער), מוחה צו זיין אויף די בריאליטעט פון די רשעים פונעם ווילעדזש.

א מחזה איז געווען ווי כולם פה אחד האבן ארויסגעשריגן די ווייטאג אנטקעגן די כת ובראשם זייער מנהיג, ווי ערשטוינט איז דער עולם געווען צו זעהן, ווי אלעס חזר'ט זיך איבער מדה כנגד מדה, און מהר"א האט געדארפט אנטלויפן אינמיטן, נישט אויסהאלטענדיג די קולות, ער איז ארויסגעפארן פון "צאנז" באגלייט מיט עטליכע קארס, און געפארן אדורך די הצלה גאראדזש מורה'האבענדיג פון די מוחים, עס איז נישט צו באשרייבן די קולות וואס האט אפגעהילכט יענע מינוטין.

אויך איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם, ווען די מוחים האבן אויסגעשריגן, אז We Won’t State Police, און געוויזן דרמיט אז אונזער ווייטאג איז "נאר" אנטקעגן די רשעים, און נישט קיין התגרות באומות.

יתר פרטים יבואו אי"ה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעמאקראטיע פיגורירט אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext