ריכטערין אין קר"י: ווארטן ביז איך קוק איבער די פלענער
די ריכטער האט היינט אינדערפרי געבעטן פון קהל יטב לב אין קרית יואל אז זיי זאלן נישט ארבייטן ווייטער אין די 30 פוס פון די רעבעצין'ס שטח ווילאנג זי קוקט נישט איבער די פלענער וואס מ'וויל דארט מאכן און דערנאך וועט זי זאגן וואס ווייטער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 07/06/2010 19:00:42
נשלח ב-7/6/2010 18:17
סוי די ווערץ הויז איז ציריק אפען?
אלעס בלייבט ביים אלטען
תוקן על ידי היראים ב- 07/06/2010 18:18:22
נשלח ב-7/6/2010 18:28
אלעס בלייבט ביים אלטן.
די ווערץ הויז פארבלייבט אפגעשפארט אונטער שלאס און ריגעל.
זייער אמאליגער שטח פון שיינע טרעפ און געשניטענע גראז ארומגענומען מיט א צוים איז א פארגאנגענהייט.
זייער גרויסער געשלעג איבער א סוער/סעפטיק טאנק איז געגאנגען לטומיון און וואלגערט זיך ערגעץ ווי אין די מיסט.
דו אהרוינים האבן דא געכאפט גאר א שטארקע פאטש. נאכדעם,וואס זיי האבן געהאט ערענסטע פלענער צו בויען תלמוד תורות,בית חינוך לבנות,און נאך אנדערע גררויסע פאריעקט'ן. אויף די דרייסיג פיס לעבן די רעבעצין,און צוליב די פסק פונעם ריכטערן וועט עס קענען בלויז דינען פאר א פשוטע פארקינג לאט,העכסטענ'ס פאר א סוכה(אויב מען וועט עס נוצן פאר א סוכה וועלן די קאהן ברידער'ס דארפן צאלן די קאסטן פון נעכטיגע גראבונגן)
און וואו עס זעט יעצט אויס הייבט זיך די רעדל אן צו דרייען דו אנדרע ריכטונג עד כדיי כך אז מען ארבעט שוין צוצוגרייטן די היסטארישע חנוכת הבית וואס וועט איין מאל פאר אלעמאל אריין געבן פאר די אהרוינים אז זיי וועלן חרטה האבן פארן עס האבן אפגעשפארט די עטליכע וואכן
נשלח ב-7/6/2010 19:29
לדעתי האלט איך אז דאס גייט נישט אנהאלטן, און דאס גייט שיינערהייט צוריק גיין צו אנשי הרביצין,
די מציאות איז אז דער שטח איז לכתחלה געווען געבויט זאל זיין א חלק פון די הויז, די שטיגן די גראז, און אלעס ארום, און ס'איז שוין אזוי פונעם טאג וואס דער הויז שטייט, 30 יאר, ממילא וועט לכאורה דער קארט עס אזוי צוריקשטעלן, פונקט ווי דער קארט האט פארשטאנען אז מ'קען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן ארויסווארפן די ערקאנדישנס, ווייל יעדער האט פארשטאנען אז לכתחלה האט מען עס געבויט אדעתא דהכי אז דער הויז זאל פיסילטעטן די יוטיליטיס פון ביהמ"ד, די זעלבע קען מען נישט פון איין טאג אויפן אנדערן טוישן די סטאטוס קווא פון דעם שטח וואס איז שוין אזוי פון די טאג די הויז שטייט,
ווי מ'זעהט גייט דער קארט אויף א שכל'דיגן דרך, זיי זאגן אזוי: ביז די 2 צדדים וועלן קומען צו א פארשטענדיש (וואס ליידער קוקט עס אויס ווי קיינמאל) זאל אלעס פונקטליך בלייבן אזוי ווי עס איז געווען אינעם טאג וואס מ'האט געבויט די הויז, דער הויז האט מען געבויט פאר א איין פאמיליע הויז, זאל עס בלייבן א הויז, דער דאך מיטן בעיסמענט האט מען געבויט זאל האלטן די יוטיליטיס פארן שול, זאל די יוטילטיס בלייבן, און קהל זאל האבן ציטריט צו עס, די זעלבע אויב דער שטח מיט די שטיגן פארנט און ארום די הויז איז געבויט זאל זיין א חלק פונעם הויז, והא ראי' ס'איז אלס אזוי געווען, זאל עס אזוי בלייבן.
כן נראה לפי עניית דעתי
נשלח ב-7/6/2010 20:03
אוי וויי די הייליגע סעפטיק טאנק בלייבט אין דעראויסען.
נשלח ב-7/6/2010 20:31
רבי_יונה כתב:
אוי וויי די הייליגע סעפטיק טאנק בלייבט אין דעראויסען.
אוי וויי אויך די הייליגע פירער בלייבט אין דעראויסען. נאך די גאנצע שמוץ קריג קען ער נאכאלץ נישט אריינגיין אהין פון זיין מזרח וואנט.
נשלח ב-7/6/2010 20:41
איך האלט אז דער סעפטיק טאנק ברויך מען לייגן אויף א בכבוד'יגער ארט. עס ברויך זיין א מאנומענט אז די קינדער וועלכע זענען נעכטן געשלעפט געווארן צו האלטן פלאקאטן, זאלן חלילה נישט פארגעסן ווי ווייט א איד ברויך זיך מוסר נפש זיין פאר א סעפטיק, אז ביזן זיך שלאגן מיט הענט און פיס.
למען ידעו דור אחרון.
נשלח ב-7/6/2010 21:12
קראך הוט. דו ביסט נישט אזוי גוט באקאנט מיט די פאקטן.
דאס צו די שטח גיהער צו די בנ"י איז שוין לאנג נישט קיין פראגע. דאס איז שוין כתוב וחתום פונעם פריערדיגן אורטייל אז די בנ"י האבן בלויז די דירה און נישט די איזמענטס ארום און נישט קיין פארקינג און נישט דעם דאך. און אויף איז מען ניטאמאל דן.
וואס יא, די בנ"י טענה'ן יעצט אז זיי וועלן נישט האבן א וועג אריין צו יענעם טיר, אויף דעם זאגט די ק"י קהל אז לויט די בוי פלענער פונעם פארקינג לאט וועט מען קענען אריינגיין אינעם טיר אן קיינע טרעפ. דערויף האט די דשאדשקע געבעטן אז זי וויל זעהן די פלענער, און דא האלט מען. דאס אלעס ותו לא.