בית פורומים אידישע געדאנק

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2010 19:56 לינק ישיר 
האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים) ווייסט אז די דירה איז בכלל קיין שאלה נישט אז עס געהערט צו בני יואל, אזוי אויך ווייסט יעדער אז די שטח ארום געהערט צו קהל.

אויף דעם סמך האט קהל יעצט געלאזט אראפברעכן די שטיגן וואס שטעקן זיך ארויס פונם דירה אריין אין קהל'ס פראפערטי. די אפיציעלע ווערסיע איז אז קהל דארף מער פארקינג פאר די לומדי ומתפללי בית המדרש.

דאס איז אמאל זיכער אז די גאנצע געשעפט ליגט יעצט אין געריכט "קיינער" ווייסט נישט וואס די סוף וועט זיין. מאכט נישט קיין טעות, די עצם דירה איז נישט אין געריכט, דאס איז כתוב וחתום פאר בני יואל. סך הכל וואס ליגט אין געריכט יעצט איז דאס עפענען די דירה אלס א ביהמ"ד. און צו דעם קומט צו א דין ודברים בנוגע שטח פון אינדרויסן.

די געזעץ איז אז ווען יענער האט א שטח וואס איז גענצליך ארומגענומען מיט דיין שטח (אזוי ווי די מציאות איז מיט די דירה) ביסטו מחויב איבערצולאזן פלאץ פארן אינעוויניגסטען אנצוקומען באקוועמערהייט צו זיין שטח, די קענסט נישט גענצליך אפשפארן דיין שטח און דערמיט פארמאכן דעם וועג פארן אינעוויניגסטען צוצוקומען צו זיין שטח. אזוי איז אויך די הלכה. און טאקע פארדעם קען קהל נישט אינפארסירן א "נאו טרעספעסינג" אויף זייער שטח קעגן בני יואל ווייל געזעצליך דארפסטו יענעם לאזן אריבערגיין.

יעצט איז שוין גרינגער צו פארשטיין וואס די גייט פאר. קהל האט זונטאג צופרי אויסגעניצט זייערע רעכטן און ארפגעבראכן די טרעפ פון די דירה וועלכע שטעקט זיך אריין אין קהל'ס שטח. דאס איז קלאר אז די אקט פון אראפברעכן די טרעפ איז נישט אזוי גלאטיג ווי קהל שטעלט דאס אהער. נישט בחינם האבן זיך די טרעקטאר'ס אנגעריקט "זונטאג פארטאגס". ווען קהל וואלט געקענט דורכפירן די אקציע מיטן כח פון געריכט וואלט קהל דאס געקענט טון מיטוואך 12:00 אינמיטן העלן טאג.

עס איז קיין ספק נישט אז די שטח פון די טרעפ וועלן אריבערגיין א געריכטיליכער פארהער נישט קיין נפק"מ ווי שטארק קהל קען אויפווייזן אז עס איז געווען אין זייער שטח איז מעגליך אז געזעצליך קען זיך בני יואל באנוצן מיטן שטח.

עס איז קלאר אז ס'קען זיך ארויסשטעלן אז מיט דעם אקט פון אויסרייסן האט קהל פארדינט דעם שטח מיט די טענה אז "די פאקטו" איז נישט דא קיין טרעפ דארט צום דירה. אבער די קלארקייט מאכט די השתמשות אויף דעם שטח אויס ספק, ווייל געריכטליך קען פונקט אזוי זיין אז בני יואל זאל געווינען א זכות השתמשות אויף דעם שטח ווייל ווען קהל האט איבערגעשריבן דעם פראפערטי זענען די סטעפסט געווען דארט. פונקט אזוי קען אין געריכט אויך בלייבן אז קהל האט רעכט אויסצורייסן די טרעפ און לאזן פאר בני יואל א שמאלערע דורכגאנג אויפן צווייטן זייט פונם בנין.

לולא עס וועט זיך יא ארויסשטעלן אז קהל קען ניצן דעם שטח איז דאס סך הכל א פארדינסט פון 2-3 פארקינג פלעצער, נישט מער.

דא קומט אריין מיין שאלה. האט זיך געלוינט פאר א "ספק" פון פארדינען 2-3 פארקינג ספעיסעס. נישט נאר א ספק נאר א "ספק ספיקה" אזוי ווי אויבן געשמועסט אז עס קען זיין אז קהל וואלט דאס סוף כל סוף סיי ווי באקומען פונקט אזוי ווי בני יואל קען דאס נאך געווינען.

חז"ל האבן אונז געלערענט אין אבות, הוי מחשב שכר מצוה כנגד שכרה ושכר עבירה כנגד הפסידה.

פרעג איך אייך, האט זיך געלוינט פאר אזא ספק ספיקה מבזה און משפיל צו זיין די כבוד פונם רבי'ן?

ווען די קליפס פון די שלעגעריי אין סקווירא זענען צושפרייט געווארן האבן די קליפס נישט געברענגט קיין איין טראפ כבוד פאר סקווירא, אפילו עס איז געווען קלאר אז די פראטעסטירער זענען א קליינע קבוצה פון 10-12 פראסטע בחורים אין אינגעלייט ווען אקעגן זיי זענען ארויסגעקומען גאנץ סקווירא אין די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די 10 ליידיגייער. ועל כולם זענען די פראטעסטן נישט געווען געריכטעט קעגן דעם רבי'ן.

איז א הוה אמינא אז עס לוינט זיך פאר אזא קליינעם "אפשר'דיגע" געווינס פון 2 פארקינג פלעצער א מאסן דעמאנסטראציע פון "הונדערטער" אידן "אין הארץ פון שטעטל" קעגן רבי'ן און דער רבי האט נישט ווער עס זאל זיך בכלל אנעמען פאר זיין כבוד?

פאר איר ענטפערט מיר קוקט דורך דעם גאנצן קליפ (ווינציגער ווי 10 מינוט).

<* http://www.youtube.com/watch?v=pLnL_EheqIY  


תוקן על ידי המהדרין ב- 07/06/2010 20:13:27




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 02:19 לינק ישיר 

נעקי כתב:

ווען די קליפס פון די שלעגעריי אין סקווירא זענען צושפרייט געווארן האבן די קליפס נישט געברענגט קיין איין טראפ כבוד פאר סקווירא, אפילו עס איז געווען קלאר אז די פראטעסטירער זענען א קליינע קבוצה פון 10-12 פראסטע בחורים אין אינגעלייט ווען אקעגן זיי זענען ארויסגעקומען גאנץ סקווירא אין די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די 10 ליידיגייער. ועל כולם זענען די פראטעסטן נישט געווען געריכטעט קעגן דעם רבי'ן.





ברוך שחיינו! קודם איז געועהן די סקווער פראטעסט אויף  channel 12  יעצט איז די סאטמאר פראטעסט ארויף ב"ה ביידע שוואגערס סאטמאר-סקווער האבען זוכה געוועהן....
דא זענען די לינקס:

סאטמאר




סקווער






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 19:08 לינק ישיר 

לויט ווי איך פארשטיי איז די קאלום טעראר צו אנדייטן אויב ער האט זיך באנוצט מיט טעראר דורכצופירן זיין רצון, אויב האב איך גוט פארשטאנען וואלט איך צוגעלייט קליינע טוישונגען אין דיין רשימה (מיינע טוישן זענען געמאכט אין באלד און איך האב צוגעלייגט א אות\נומער, מסביר צו זיין) ואלו הם:

פארקערט

פולשטענדיג

עררייכט

טעראר

ציהל

יא

ניין

יא

ניין

ראש ישיבת סאטמאר

יא

ניין

יא

יא א

רב ור"מ קרית יואל

יא

יא

יא

יא

אראפרייסן דעם טעוועלע כאן התפלל רבינו

יא

ניין

ניין

יא

צוברעכן מוסדות בני יואל

יא

ניין

ניין

יא

פארטרייבן בני יואל פון קבר ישראל

יא

ניין

ניין

יא

פארטרייבן בני יואל פון טבילה

יא

ניין

ניין

יא

פארוואנדלען די בני יואל אין ווערים

יא

יא

יא

יא 1

גרינדן טמא'נעם פאבליק סקול

יא

יא

יא

יא

צוברעכן דעם רבינ'ס מקוה אין סעקשן 1

יא

ניין

ניין

יא

פארשפארן קעגנערישע שולן אין שטעטל

יא

ניין

ניין

יא

מוציא שם רע זיין אויף משפחות בישראל

יא

ניין

ניין

יא 2

צוברעכן מוסדות ויואל משה אין קרית יואל

יא

ניין

ניין

יא 3

זיין איינציגער אדמו"ר מסאטמאר

יא

ניין

ניין

יא

געוועלטיגן אויף אלע בניני הקהילה והמוסדות

יא

?

יא

יא/ניין

זיין דער בעל הבית אויפן בית החיים הישן

יא

ניין

ניין

יא 4

יעדער זאל נעמען אריזאנע ווייץ

ניין

ניין

ניין

יא 5

שחיטה מונחת

יא

ניין

ניין

ניין

אויסרייסן דעם נאמען רבינו הקדוש און בעל ויוא"מ

יא

ניין

ניין

יא

זיין אויסשליסליכער מסדר קידושין אין קרית יואל

יא

ניין

ניין

ניין

קריגן פסק פון כאטש איין רב פאר ממזרות אין ק"י

יא

?

?

יא

צוברעכן בית רבינו ז"ל ובית הרבנית ע"ה


א   צענדליגע זענען גערודפ'ט געווארן און זענען געווארן ארויסגעשטויסן פון ביהמ"ד הגדול פאר נישט זיין איינשטימיג, דאס מערסטע איז באקאנט די פרשה ווי דער סבלן אליינס האט צוגענומען די פרנסה פון יוסל וואלדמאן (היינט האט ער שוין איינמאל חרטה פאר יענעם שריט, יוסל האט אים שוין צוריק געצאלט ביג טיים). רעדן דאס ארגסטע אויף הגה"ק מיפו זצ"ל ועוד.

1 ר' יודל גרובער איז געפלויגן פון קעמפ ווי א הינט, צענדליגע רבנים זענען טעראריזירט געווארן אויף א שרעקליכע פארנעם פארן אסר'ן, צימערן אינם דארמעטארי פונם ישיבה בקברו זענען אינטערגעצינדען געווארן מיט אלע חפצים דערין ווייל די בחורים זענען נחשד געווארן מיטן וואוטן ניין. עיין באדאפעסט.

2   אין צענדליגע געלעגענהייטן זענען די געלע באסעס פון די תשב"ר געווארן אנגעספרעיט און צובראכן די שויבן. אויך האבן די ישיבה בקברו בחורים חרוב געמאכט שווערע טויזענטער דאלאר ווערד פון בלומען פון די פרויען פאראיין פאר שבועות ועוד.

3   הרשימה ארוכה ואי אפשר לפרט, נאר קורצע נקודות ומכאן ללמוד על הכלל, האטליינס, אינטערנעט, אינטערייסן יענעמ'ס ווייץ, בארא פארק, בני ברק וכו'

4   רבנים מובהקים ווארן אינטערגעריסן אויפן אינטערנעט ועוד פארן די "חוצפה" פון שרייבן תשובות לאיסור, דרשנ'ן ברבים אז "זייער ווייץ איז חמוץ גמור" וכו'.

5   באשמוצן מיט די ערגסטע בלבולים די וואס שטעלן זיך נישט צו איז 100% טעראר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 19:04 לינק ישיר 

איר האט שלאפלאזע נעכט?, אייער בלוט דרוך האט זיך שטארק געהויבן?, איך האב פאר אייך א עצה, פרינטס ארויס דעם נארישען כראנאלאגיע פון זבח אהרן, לייגט דאס אינטערן קושן, און ווען איר האט שלאפלאזע נעכט שלעפט דאס ארויס, צינדט אן דעם נאכט לאמפ און הייבט אן צו ליינען, עס וועט אייך אביסל בארוהיגן און צוריק אראפ נידערן דעם הויעכן בלוט דרוק, וועט דאס אינגאנצן העלפן? געוויס אז ניין, אבער א הצלה פורתא איז דאס זיכער.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 18:40 לינק ישיר 

אביסל התבוננות

קרית יואל פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר. דער גייסטישער הויפט זעלבסט איז אטאקירט און געשענדעט געווארן אין דער עפנטליכקייט. נישט דורך גילוי עריות, נישט דורך עבודה זרה אויך נישט דורך שפיכות דמים האט די באהערדע באוויזן צו דערשטיקן דעם צוואנציג-יעהריגן אויפגעבויעטן ווידערשטאנד.

אין שפייס רעדט זיך עס בלויז פון שטיינער, דוממים, טרעפ, וועלכע מיט האט פארגעגנגענעם זונטאג בעגינען באוויזן צו רואינירן. עס איז געקומען די צייט צו אנאליזירן די ציהלן פון דעם גייסטליכן, וועלכע ער האט באוויזן צו עררייכן, טיילווייז אדער גענצליך, און ביי וועלכע ער איז דעקלערט געווארן (איבעראל אויסער ביי זיינע גלויביגע) אלס פולשטענדיגער פארלירער, און וועלכע האבן געברענגט פארקערטע רעזולטאטן.

פאלגנד איז א כראנאלאגישער סדר פון מערערע געשעענישן, זינט די הסתלקות פון אבינו רועינו, זכר צדיק לברכה. ווער עס קען צולייגן, איז געלאדנט. 

פארקערט

פולשטענדיג

עררייכט

טעראר

ציהל

יא

ניין

יא

ניין

ראש ישיבת סאטמאר

יא

ניין

יא

ניין

רב ור"מ קרית יואל

יא

יא

יא

יא

אראפרייסן דעם טעוועלע כאן התפלל רבינו

יא

ניין

ניין

יא

צוברעכן מוסדות בני יואל

יא

ניין

ניין

יא

פארטרייבן בני יואל פון קבר ישראל

יא

ניין

ניין

יא

פארטרייבן בני יואל פון טבילה

יא

ניין

ניין

יא

פארוואנדלען די בני יואל אין ווערים

יא

יא

יא

ניין

גרינדן טמא'נעם פאבליק סקול

יא

יא

יא

יא

צוברעכן דעם רבינ'ס מקוה אין סעקשן 1

יא

ניין

ניין

יא

פארשפארן קעגנערישע שולן אין שטעטל

יא

ניין

ניין

יא

מוציא שם רע זיין אויף משפחות בישראל

יא

ניין

ניין

ניין

צוברעכן מוסדות ויואל משה אין קרית יואל

יא

ניין

ניין

ניין

זיין איינציגער אדמו"ר מסאטמאר

יא

ניין

ניין

יא

געוועלטיגן אויף אלע בניני הקהילה והמוסדות

יא

?

יא

יא/ניין

זיין דער בעל הבית אויפן בית החיים הישן

יא

ניין

ניין

ניין

יעדער זאל נעמען אריזאנע ווייץ

ניין

ניין

ניין

ניין

שחיטה מונחת

יא

ניין

ניין

ניין

אויסרייסן דעם נאמען רבינו הקדוש און בעל ויוא"מ

יא

ניין

ניין

יא

זיין אויסשליסליכער מסדר קידושין אין קרית יואל

יא

ניין

ניין

ניין

קריגן פסק פון כאטש איין רב פאר ממזרות אין ק"י

יא

?

?

יא

צוברעכן בית רבינו ז"ל ובית הרבנית ע"ה

לויט די צאל פולשטענדיגע ריין-עקירה'דיגע געווינסן, וועלכע זענען: אראפרייסן דעם טעוועלע כאן התפלל רבינו, גרינדן טמא'נעם פאבליק סקול, צוברעכן דעם רבינ'ס מקוה אין סעקשן 1, קוקט ליידער אויס, אז עס וועט איהם געלונגען צו צוברעכן בית רבינו ז"ל והרבנית ע"ה.

לאמיר אבער האפן און מתפלל זיין אז נישט, ובשם השם נעשה ונצליח.

*

אצינד צו דעם שרייבער'ל גערעכטער1 וועלכער שרייבט: דער תענוג ונחת צו זען די אדערן פון יאשקע וואלדמאן שפרינגן פון זיין האלז, און זען די יאמערליכע קולות פון די בני יואל ווי זיי שרייען אוי אוי!, קען מען זאגן אויף דעם דיינו, פאר דעם אליין האט זיך דאס געלוינט.

איך האב געפונען אין מיינע ארכיוון אן אויסשניט פון א גריכישן צייטונג פון יארע 77 ווען סאטמאר האט אויפן רוף פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע פאררופן א פראטעסט געגן בעגין ימח שמו אין ניו יארק. ליין און האב הנאה.

ניו יארק - צענדליגער טויזנטער האבן דינסטאג פאשווערט דעם פארקער אין די שטאט. אונזער קארעספאנדענט העלפורנוס גיט איבער אין קורצן, אז די פארזאמלטע זענען געקומען פראטעסטירן געגן די אידישן פרעמיער מנחם בעגין צוליב רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. מאסן געקליידעט אין שווארצע קאפאטעס מיט ברייטע קאפעלוטשן זענען געקומען פון ברוקלין (א געגנט אין ניו יארק ווי זיי זענען דאס מערסטע קאנצעטרירט) און מאנרא (א נייע שטעטל וואס זיי האבן לעצטנס געגרינדעט) און געהאלטן טאוולען וועלכע האבן אראפגעמאלן בעגין אלס פיינט.

העלפורנוס האט פרובירט פארשטיין פון די פארזאמלטע (וועלכע רעדן א קענטיג שוואכן ענגליש געמישט מיט אידיש, אונגאריש און העברעאיש וועלכע זיי רופן הייליגע שפראך) וואס דער ציהל פון די דעמאנסטראציע איז. איינער האט אים ערקלערט אז בעגין אונטערדריקט זיינע רעליגיעזע ברודער אין איזראעל און זיי קענען זיך נישט אליין העלפן ווייל די פאליציי איז שטענדיג צום גינסטן די רעגירונג.

ווילט איר אז איזראעל זאל אויפהערן עקזיסטירן - פרעגט העלפורנוס מיט וואונדער - מיט ווילן דאס נישט, - זאגט דער וועלכער גיט זיך אהן אלס ליפא - מיר ווילן אז די אלגעמיינע וועלט זאל דערהערן דעם וויי געשריי פון אונזערע אונטערדריקטע ברודער אין הייליגן לאנד.

העלפורנוס איז אריין אין קאנסולאט געביידע וואו בעגין איז געזעסן אין א מיטינג. מען האט איהם נישט ערלויבט אינווייניג אויך נאכן זיך אינדענטיפיצירן אלס זשורנאליסט. די איזראעליס האבן איהם שיין ערקלערט:

דער תענוג ונחת צו זען די אדערן פון ראביי טייטלבוים שפרינגן פון זיין האלז, און זען די יאמערליכע קולות פון די וויליאמסבורגער אידן ווי זיי שרייען אוי אוי!, קען מען זאגן אויף דעם דיינו, פאר דעם אליין האט זיך דאס געלוינט.

און זיי האבן צוגעלייגט אז אויך דער גריכישער העלפורנוס זאל פארשטיין:

ווען בעגין הערט דא אין קאנסולאט ביורא שרייען בעגין פוי, לויפט ער אריבער צו זען צו די מדינה שטייט נאך, און צו די פאליציי טוט זייער ארבעט, און צו די ביינער זענען ארויסגענומען, און אויב איז אלעס נאך ווי נעכטן, און ער שרייט אויס בקול רם, אמן ואמן!!!

העלפורנוס ענדיגט זיין קאלום מיט די ווערטער: וואס טוען טאקע די וויליאמסבורגער שווארץ-געקליידעטע אויף? אלס בלייבט דאך ביים אלטן?

*

שרייבער'ל, לאמיר לערנען א קאפיטל היסטאריע.

דאס יהדות החרדית וואוינט שוין ליידער אין אמעריקע באלד זיבעציג יאהר. אין די צייט האט מען שוין פראטעסטירט, קולקורא'רירט, דעמאנסטרירט אויף מערערע ענינים. לאמיר אין קורצן זעהן וואס מען האט אויפגעטאן, אפשר וועלן מיר קענען פארענטפערן דעם יוני'ס קשיא.

צומאל פאררופט מען א פראטעסט מיטן ציהל צו עלימינירן א געוויסע זאך. ביישפיל: א געמישטער שווים באסיין אין ירושלים עיר הקודש. חיטוטי שכבי. ניתוחי מתים. איצטדיון. דער ציהל איז נישט אונטערצוברענגען די מדינה, נאר אז דער ענין זאל אויסגעפיהרט ווערן.

צומאל פאררופט מען א דעמאנסטראציע אדער מען פארשפרייט א קול קורא מיטן ציהל צו דעמאנסטרירן און איינמעלדן די אלגעמיינע וועלט א געוויסע זאך. ביישפיל: טעלעוויזיע. קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז די פירמעס וועלן אויפהערן פראדוצירן טעלעוויזיעס ווייל עטליכע לאגער-געליטענע קריגס-איבערעלבער אידישע רבנים פארשפרייטן א פלאקאט אויף אידיש אין וויליאמסבורג. ניין. דער ציהל איז נישט אויף ארויס, נאר אויף אריין. אידן זאל עס נישט ארייננעמען אין שטוב. צניעות'דיגע מלבושים. פאריז טומלט און רוישט. פון וויליאמסבורג גייט מען נישט ווארפן א פאטאלע אטאם באמבע אויף די מאדע אינדוסטריע. די רבנים און מנהיגים ווילן בלויז פארזיכערן אז די טומאה זאל נישט אריין אין שטוב. ציונות. דער רבי ז"ל האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען זאל ביי די פראטעסן רעדן קעגן דער עקזיסטענץ פון די מדינה. פון בעדפארד עוועניו אדער ראדני סטריט קען מען נישט פארניכטן א מעכטיגע לאנד אין מיטל מזרח. די הושענא רבה דרשות און שלש סעודות תורות זענען נישט געווען פאר די ראדיא, און נישט געווענדעט צו די ציונים, נאר צו אידן אז מען זאל די טומאה נישט ארייננעמען אין הארץ. תועבה. מען גייט נישט אויסמענטשלען די ניו יארקער גוים, מען וויל בלויז אז דער געגנט זאל בלייבן זויבער אז מען זאל ווייטער קענען וואוינען דא.

*

... העלפורנוס דער גרעק האט זיך אויפגעכאפט פון זיין נאכמיטאג דרימל. ער מאכט אלעס אוועק.

ווען פאריז הערט אז מען רעדט געגן אירע פראדוקטן, לויף איך אריבער צו זען צו פאריז איז נאך נישט איינגעפאלן. ווען סי בי עס ראדיא הערט אז אין וויליאמסבורג גרייט מען זיך אויף אן אטאקע קעגן איהר, לויף איך שנעל קוקן צו די אנטענעס עקזיסטירן נאך. און אויב איז אלעס נאך ווי נעכטן, וועל איך אויסשרייען בקול רם, אמן ואמן!!!

נכתב בקיצור גדול מאפס הפנאי ותן לחכם ויחכם עוד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 06:33 לינק ישיר 

כאן פורסין מפה ומקדש ווען די זאגסט "סעפטיק" האב איך דיר נישט וואס צו ענטפערן, עפעס א כישוף ווארט וואס יונה האט ערפינדען און איך מיז מודה זיין איך קראך אויף טויזענט,
לאמער זיך נישט לאזן נארן די ווייסט דאך בעסער ווי מיר אז די גאנצע מערכה וואס עטס פירטס דא מיט גרויס סבלנות איז נישט מער פאר סעפטיק פאר דיין רעבין'ס געמאכאכטס, זיין מעגעלע דערהייבט שווער די סאבראישע פאלאפעל פון גברת סשה, דאס סעפטיק איז היצטערט אויף געגראבן, במחילת כבודך לייג עס אינטער דיין רבין אין קעיס אף עמערדזענסי על כל צרה שלא תבא זאל ער מקיים זיין דעם וכסית את צאתיך

סעפטיק שאדעלע מישמאש, נאפס ס'ארבעט נישט ס'רעגט מער שוין נישט אויף, עפעס בעסערס, אבער שוין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 04:00 לינק ישיר 

נעבעך, ס'האט זיי געטאטשט, מען זאל נישט געפריווט ווערן... מען פארלירט א הייליגן סעפטיק טענק אזוי פלוצלינג, און אזוי יונג, נאכנישט אלט געווען קיין יאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 03:54 לינק ישיר 

zibela



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 03:51 לינק ישיר 

א חסיד פונעם נוטר פרעגט נישט קיין שאלות האט זיך געלוינט? יא? ניין? פארלוירן? געווינען?,
א' קודם כל מער נאך קיינמאהל נישט פארלוירן, אלעמאהל נאר געווינסן
ב' ווער סטשעפעט משה גבאי, אוי כבין צומישט ב' דער נוטר האט נישט קיין שום חשבונות ווי דער פסוק זאגט מדארף טוהן נישט אויפטוהן און טאקע היינו טעמע דמוציא היינו טעמא דמילה, פארדעם האר מיט צוגעמאכטע אויגן אריינגעלאפן אין ראדני שמח"ת און פארדעם האט ער געשריגן הויעך פוי אין פראנט פון די פארמאכטע עמבעסי אין מענהעטן, און פארדעם האט געזעהן רעגענען פון ניו העמפשער אין לאנג איילענד

תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 18:17:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 02:00 לינק ישיר 

גערעכטער
די מיט דיינע תרוצים פארשעמסטי אפילו די פערדין פין שטאל
 וואס איז דיין ציל סתם צי ענטפערין
דיין ווארצעל איז טאקע אינגאנצען פארמאכט נישטא פין ווי דער טראפען שכל זאל אריינקימען
שווייג שוין שטיל פאר איין מינוט לערן דיך אויס דעם סיג לחכמה שתיקה
לאז איינעם מיינען אז די ביסט א טראפעלע קליגער.   

אין נעקי סתם פאר אינרעסאנטקייט איך מיין די בני יואל האבען שוין עפעס מער באקימען פין וואס זיי האבען געהאט לעצטע וואך זיי האבען שוין דרייסיג פיס ארים זייער שיל וואס ביס היינט איז עס קוים געווען 10


תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 18:15:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 00:36 לינק ישיר 



מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו, דער גרעסטער כבוד פאר רבינו שליט''א איז אז די בני קורח שרייען און וויינען, וואס מיינסטו, ווען די ערד האט זיך געפענט ביי קורח האבן זיי נישט געשריגן?, אבער דאס איז כבוד שמים און דער כבוד פאר רבינו שליט''א אז די ובני קורח לא מתו, כאפן מפלות איינס נאכן אנדערן. דו פארשטייסט נישט? איך ווייס פארוואס!!!


תוקן על ידי המהדרין ב- 08/06/2010 18:14:41




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 23:47 לינק ישיר 

כ'האב פשוט געמאכט א קאררעקשן אין צביהירש/רעבעצין'ס צוואה
 
דאס איז וואס צביהירש שרייבט,

האט די רעבעצין ע"ה זעהר גוט פארשטאנען די פלענער פון דוד עקשטיין איבערהויפט וואס דאמאלט איז נאך געוועהן ידו תקיפה אסאך שטערקער ווי היינט. האט זי מיט גרויס פארזיכטיקייט געשריבן דיא צוואה און איבער געארבעט מיט מורי הוראות עטליכע מאהל אויף יעדן פרט אז באיזהו אופן שיהי' טאר דאס בשום אופן נישט פארקויפט ווערן נישט פאר דוד עקשטיין און נישט פאר זיינע שותפים

 איך האב פשוט מתקן געווען זיינע שטיסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:39 לינק ישיר 

כל הנערים, קענסט אזוי גוט זיין מסביר זיין וואס די ווילסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 23:34 לינק ישיר 

צביהירש כתב:

האט די רעבעצין ע"ה זעהר גוט פארשטאנען די פלענער פון דוד עקשטיין איבערהויפט וואס דאמאלט איז נאך געוועהן ידו תקיפה אסאך שטערקער ווי היינט. האט זי מיט גרויס פארזיכטיקייט געשריבן דיא צוואה און איבער געארבעט מיט מורי הוראות עטליכע מאהל אויף יעדן פרט אז דאס הויז זאל מוקדש ווערן לתורה ולתפילה פארקויפט ווערן פאר דוד עקשטיין מיינט א צירקוס פאר ר' אהרן'ס קאמפעני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:47 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז בכלל נישט קיין "פלעדזשער" ווי די רופסט דאס צו זען ווען בני יואל גיבט ארויס א "וויי געשריי" אויפן חשבון פון רבי'נס כבוד.

אויב ביסטו פון דיע וואס דעם רבי'נס כבוד גייט זיי נישט אן האב איך נישט גערעדט צו דיר, איך רעד צו די וואס דעם רבי'נס כבוד איז עפעס ווערד ביי זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 22:43 לינק ישיר 

אוי רעדסטו שטותים, ווער דארף די רבנים זאלן זיך צו שטעלן צום איסור, דער איסור איז קאי וקיימי פונעם הייליגן בעל דברי יואל זי''ע, און נתחזק געווארן דורך דעם דיין העיר וואס ער האט ממנה געווען, נישט דער דיין שליט''א און אוודאי נישט דער דברי יואל זי''ע דארף הילף פון אנדערע רבנים, אדרבה, לאמיר זען צו עעמעציר וועט געבן א היתר דארט מסדר קידושין זיין, און נאך מער, לאמיר זען צו א אינדרויסענדיגער רב אדער דיין (וואס אלע בלי שום יוצא מן הכלל האבן דאך ליב כבוד און געווענדליך טרעפן זיי א היתר אויף אלעם ווען זיי געניסן דערפון) זאל דארט אנעמען א סידור קידושין, אבער לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס, למעשה איז נישט נאר צוויי פארקינג ספעיסעס א געווינס, נאר אפילו פאר בלויז איין פארקינג ספעיס האט זיך געלוינט ארויסצו נעמען די בני יואל פון גלייך געוויכט, ס'איז א פלעדזשער געווען צו זען דעם וויי געשריי פון די אומגליקלעכע בני יואל. און צו סוף כל סוף וועלן זיי געווינען אין געריכט איז עני באדיס געס!.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext