אביסל התבוננות
קרית יואל פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר. דער גייסטישער הויפט זעלבסט איז אטאקירט און געשענדעט געווארן אין דער עפנטליכקייט. נישט דורך גילוי עריות, נישט דורך עבודה זרה אויך נישט דורך שפיכות דמים האט די באהערדע באוויזן צו דערשטיקן דעם צוואנציג-יעהריגן אויפגעבויעטן ווידערשטאנד.
אין שפייס רעדט זיך עס בלויז פון שטיינער, דוממים, טרעפ, וועלכע מיט האט פארגעגנגענעם זונטאג בעגינען באוויזן צו רואינירן. עס איז געקומען די צייט צו אנאליזירן די ציהלן פון דעם גייסטליכן, וועלכע ער האט באוויזן צו עררייכן, טיילווייז אדער גענצליך, און ביי וועלכע ער איז דעקלערט געווארן (איבעראל אויסער ביי זיינע גלויביגע) אלס פולשטענדיגער פארלירער, און וועלכע האבן געברענגט פארקערטע רעזולטאטן.
פאלגנד איז א כראנאלאגישער סדר פון מערערע געשעענישן, זינט די הסתלקות פון אבינו רועינו, זכר צדיק לברכה. ווער עס קען צולייגן, איז געלאדנט.
פארקערט | פולשטענדיג | עררייכט | טעראר | ציהל |
יא | ניין | יא | ניין | ראש ישיבת סאטמאר |
יא | ניין | יא | ניין | רב ור"מ קרית יואל |
יא | יא | יא | יא | אראפרייסן דעם טעוועלע כאן התפלל רבינו |
יא | ניין | ניין | יא | צוברעכן מוסדות בני יואל |
יא | ניין | ניין | יא | פארטרייבן בני יואל פון קבר ישראל |
יא | ניין | ניין | יא | פארטרייבן בני יואל פון טבילה |
יא | ניין | ניין | יא | פארוואנדלען די בני יואל אין ווערים |
יא | יא | יא | ניין | גרינדן טמא'נעם פאבליק סקול |
יא | יא | יא | יא | צוברעכן דעם רבינ'ס מקוה אין סעקשן 1 |
יא | ניין | ניין | יא | פארשפארן קעגנערישע שולן אין שטעטל |
יא | ניין | ניין | יא | מוציא שם רע זיין אויף משפחות בישראל |
יא | ניין | ניין | ניין | צוברעכן מוסדות ויואל משה אין קרית יואל |
יא | ניין | ניין | ניין | זיין איינציגער אדמו"ר מסאטמאר |
יא | ניין | ניין | יא | געוועלטיגן אויף אלע בניני הקהילה והמוסדות |
יא | ? | יא | יא/ניין | זיין דער בעל הבית אויפן בית החיים הישן |
יא | ניין | ניין | ניין | יעדער זאל נעמען אריזאנע ווייץ |
ניין | ניין | ניין | ניין | שחיטה מונחת |
יא | ניין | ניין | ניין | אויסרייסן דעם נאמען רבינו הקדוש און בעל ויוא"מ |
יא | ניין | ניין | יא | זיין אויסשליסליכער מסדר קידושין אין קרית יואל |
יא | ניין | ניין | ניין | קריגן פסק פון כאטש איין רב פאר ממזרות אין ק"י |
יא | ? | ? | יא | צוברעכן בית רבינו ז"ל ובית הרבנית ע"ה |
לויט די צאל פולשטענדיגע ריין-עקירה'דיגע געווינסן, וועלכע זענען: אראפרייסן דעם טעוועלע כאן התפלל רבינו, גרינדן טמא'נעם פאבליק סקול, צוברעכן דעם רבינ'ס מקוה אין סעקשן 1, קוקט ליידער אויס, אז עס וועט איהם געלונגען צו צוברעכן בית רבינו ז"ל והרבנית ע"ה.
לאמיר אבער האפן און מתפלל זיין אז נישט, ובשם השם נעשה ונצליח.
*
אצינד צו דעם שרייבער'ל גערעכטער1 וועלכער שרייבט: דער תענוג ונחת צו זען די אדערן פון יאשקע וואלדמאן שפרינגן פון זיין האלז, און זען די יאמערליכע קולות פון די בני יואל ווי זיי שרייען אוי אוי!, קען מען זאגן אויף דעם דיינו, פאר דעם אליין האט זיך דאס געלוינט.
איך האב געפונען אין מיינע ארכיוון אן אויסשניט פון א גריכישן צייטונג פון יארע 77 ווען סאטמאר האט אויפן רוף פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע פאררופן א פראטעסט געגן בעגין ימח שמו אין ניו יארק. ליין און האב הנאה.
ניו יארק - צענדליגער טויזנטער האבן דינסטאג פאשווערט דעם פארקער אין די שטאט. אונזער קארעספאנדענט העלפורנוס גיט איבער אין קורצן, אז די פארזאמלטע זענען געקומען פראטעסטירן געגן די אידישן פרעמיער מנחם בעגין צוליב רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. מאסן געקליידעט אין שווארצע קאפאטעס מיט ברייטע קאפעלוטשן זענען געקומען פון ברוקלין (א געגנט אין ניו יארק ווי זיי זענען דאס מערסטע קאנצעטרירט) און מאנרא (א נייע שטעטל וואס זיי האבן לעצטנס געגרינדעט) און געהאלטן טאוולען וועלכע האבן אראפגעמאלן בעגין אלס פיינט.
העלפורנוס האט פרובירט פארשטיין פון די פארזאמלטע (וועלכע רעדן א קענטיג שוואכן ענגליש געמישט מיט אידיש, אונגאריש און העברעאיש וועלכע זיי רופן הייליגע שפראך) וואס דער ציהל פון די דעמאנסטראציע איז. איינער האט אים ערקלערט אז בעגין אונטערדריקט זיינע רעליגיעזע ברודער אין איזראעל און זיי קענען זיך נישט אליין העלפן ווייל די פאליציי איז שטענדיג צום גינסטן די רעגירונג.
ווילט איר אז איזראעל זאל אויפהערן עקזיסטירן - פרעגט העלפורנוס מיט וואונדער - מיט ווילן דאס נישט, - זאגט דער וועלכער גיט זיך אהן אלס ליפא - מיר ווילן אז די אלגעמיינע וועלט זאל דערהערן דעם וויי געשריי פון אונזערע אונטערדריקטע ברודער אין הייליגן לאנד.
העלפורנוס איז אריין אין קאנסולאט געביידע וואו בעגין איז געזעסן אין א מיטינג. מען האט איהם נישט ערלויבט אינווייניג אויך נאכן זיך אינדענטיפיצירן אלס זשורנאליסט. די איזראעליס האבן איהם שיין ערקלערט:
דער תענוג ונחת צו זען די אדערן פון ראביי טייטלבוים שפרינגן פון זיין האלז, און זען די יאמערליכע קולות פון די וויליאמסבורגער אידן ווי זיי שרייען אוי אוי!, קען מען זאגן אויף דעם דיינו, פאר דעם אליין האט זיך דאס געלוינט.
און זיי האבן צוגעלייגט אז אויך דער גריכישער העלפורנוס זאל פארשטיין:
ווען בעגין הערט דא אין קאנסולאט ביורא שרייען בעגין פוי, לויפט ער אריבער צו זען צו די מדינה שטייט נאך, און צו די פאליציי טוט זייער ארבעט, און צו די ביינער זענען ארויסגענומען, און אויב איז אלעס נאך ווי נעכטן, און ער שרייט אויס בקול רם, אמן ואמן!!!
העלפורנוס ענדיגט זיין קאלום מיט די ווערטער: וואס טוען טאקע די וויליאמסבורגער שווארץ-געקליידעטע אויף? אלס בלייבט דאך ביים אלטן?
*
שרייבער'ל, לאמיר לערנען א קאפיטל היסטאריע.
דאס יהדות החרדית וואוינט שוין ליידער אין אמעריקע באלד זיבעציג יאהר. אין די צייט האט מען שוין פראטעסטירט, קולקורא'רירט, דעמאנסטרירט אויף מערערע ענינים. לאמיר אין קורצן זעהן וואס מען האט אויפגעטאן, אפשר וועלן מיר קענען פארענטפערן דעם יוני'ס קשיא.
צומאל פאררופט מען א פראטעסט מיטן ציהל צו עלימינירן א געוויסע זאך. ביישפיל: א געמישטער שווים באסיין אין ירושלים עיר הקודש. חיטוטי שכבי. ניתוחי מתים. איצטדיון. דער ציהל איז נישט אונטערצוברענגען די מדינה, נאר אז דער ענין זאל אויסגעפיהרט ווערן.
צומאל פאררופט מען א דעמאנסטראציע אדער מען פארשפרייט א קול קורא מיטן ציהל צו דעמאנסטרירן און איינמעלדן די אלגעמיינע וועלט א געוויסע זאך. ביישפיל: טעלעוויזיע. קיינעם איז נישט איינגעפאלן אז די פירמעס וועלן אויפהערן פראדוצירן טעלעוויזיעס ווייל עטליכע לאגער-געליטענע קריגס-איבערעלבער אידישע רבנים פארשפרייטן א פלאקאט אויף אידיש אין וויליאמסבורג. ניין. דער ציהל איז נישט אויף ארויס, נאר אויף אריין. אידן זאל עס נישט ארייננעמען אין שטוב. צניעות'דיגע מלבושים. פאריז טומלט און רוישט. פון וויליאמסבורג גייט מען נישט ווארפן א פאטאלע אטאם באמבע אויף די מאדע אינדוסטריע. די רבנים און מנהיגים ווילן בלויז פארזיכערן אז די טומאה זאל נישט אריין אין שטוב. ציונות. דער רבי ז"ל האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען זאל ביי די פראטעסן רעדן קעגן דער עקזיסטענץ פון די מדינה. פון בעדפארד עוועניו אדער ראדני סטריט קען מען נישט פארניכטן א מעכטיגע לאנד אין מיטל מזרח. די הושענא רבה דרשות און שלש סעודות תורות זענען נישט געווען פאר די ראדיא, און נישט געווענדעט צו די ציונים, נאר צו אידן אז מען זאל די טומאה נישט ארייננעמען אין הארץ. תועבה. מען גייט נישט אויסמענטשלען די ניו יארקער גוים, מען וויל בלויז אז דער געגנט זאל בלייבן זויבער אז מען זאל ווייטער קענען וואוינען דא.
*
... העלפורנוס דער גרעק האט זיך אויפגעכאפט פון זיין נאכמיטאג דרימל. ער מאכט אלעס אוועק.
ווען פאריז הערט אז מען רעדט געגן אירע פראדוקטן, לויף איך אריבער צו זען צו פאריז איז נאך נישט איינגעפאלן. ווען סי בי עס ראדיא הערט אז אין וויליאמסבורג גרייט מען זיך אויף אן אטאקע קעגן איהר, לויף איך שנעל קוקן צו די אנטענעס עקזיסטירן נאך. און אויב איז אלעס נאך ווי נעכטן, וועל איך אויסשרייען בקול רם, אמן ואמן!!!
נכתב בקיצור גדול מאפס הפנאי ותן לחכם ויחכם עוד