בית פורומים אידישע געדאנק

שוידער!!! וועד הצניעות פון קרית יואל פארשפרייט פריצות!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 02:06 לינק ישיר 
שוידער!!! וועד הצניעות פון קרית יואל פארשפרייט פריצות!!!

ווי באקאנט און שוין געווען דא באריכטעט איז נעכטן פארגעקומען פראטעסטן אין קרית יואל, אנגעהויבן האט זיך עס פארנט פון ביהמ"ד חרדים, און פון דארטן איז דער עולם אריבער אויף צאנז קאורט, און דערנאך איז דער עולם אריבער צום הויז פון דוד עקלשטיין אויף העיס קאר. סאטמאר, ווי דער עולם האט אויסגעשריגן די וויי געשריי פון הארץ אנטקעגן די רדיפות אויף ערליכע אידן, וואס ווערט אנגעפירט אדורך דוד עקלשטיין.

 

ווען דוד עקלשטיין האט דאס דערזעהן איז אים שלעכט געווארן, און ער האט שנעל אנגערופן זיין קאלעגע דער מחלל שבת וויטריאל, מיט זיין געהילף דער משומד פארקאש, און געבעטן אז זיי זאלן זעהן צו פארטרייבן דעם עולם, האט וויטריאל געזאגט אז ער קען נישט, ער האט שוין פרובירט ביי צאנז קאורט, און עס איז אים נישט געגאנגען.

 

איז דער "גוי" (עפ"י דרשת הר"ר שמעון זאב מייזליש שליט"א, אז דוד האט א דין גוי), דוד עקלשטיין אויפגעקומען מיט א שוידערליכן פלאן, און געזאגט פארן מחלל שבת, אז ער זאל ברענגן נישט ווייניגער און נישט מער, נאר אן אויסגעלאסענע גויטע, מיט קורצע הויזן וכו' (משום צניעות קען מען נישט ארויסשרייבן אלעס וד"ל), און דערמיט וועט דער עולם נישט האבן קיין ברירה און מען וועט מוזן אוועק גיין, וכן הוה, דער עולם איז זיך תיכף צולאפן דאס זעענדיג.

 

ווי אויך איז דארטן געווען פארזאמעלט פול פון די "חשובע" בחורים פון קרית יואל'ע ישיבה.

 

עס איז פארהאן א קלופ דערפון, אבער משום צניעות קען מען דאס נישט פארשפרייטן.

 

עס איז נאר כדי צוצוגעבן ווי קאמיש עס הערט זיך, אז דוד עקלשטיין איז דער יושב ראש פונעם "ווייט פון צניעות" פון קרית יואל.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוידער!!! וועד הצניעות פון קרית יואל פארשפרייט פריצות!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext