בית פורומים אידישע געדאנק

דרינגענד: שריט מוז גענומען ווערן קעגן וויטריאל פאליציי אגענטור!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 08:46 לינק ישיר 
דרינגענד: שריט מוז גענומען ווערן קעגן וויטריאל פאליציי אגענטור!

דער מצב איז שוין היבש אפגעקיהלט, עס איז צייט צו מאכן א שטיקל סך הכל, און ארויסנעמען וואס מיר האבן זיך געלערנט פון אזא טאג ווי נעכטן.
 
דאס איז קלאר ווי דער טאג, משה לייב וויטריאל מוז פאר יעדן פרייז אפגעשטעלט ווערן פון צו זיין דער אפיציעלער פאליציי דפט. אין קרית יואל. און ליידער האלט עס נישט ווייט פון דעם, קומענדיגן חודש, ווען א קרית יואל'ער איד וועט דיילן 911 וועט פובליק סעפטי באקומען דעם רוף, און נישט די סטעיט פאליס. און נאכמער, אויב וויטריאל קומט אן צו א צענע דארף די סטעיט פאליס לעגאל שוין נישט קומען, ווייל עס איז שוין דא פאליציי'אישע כוחות אויפן ארט.
 
אפגערעדט פון זיין פערזענליכן שמוציגן עבר און הווה, וואס דאס איז בכלל נישט דער מדובר דא. נאר בלויז די בלוטיגע רשעות און אכזריות וויאזוי ער מיט זיינע אגענטן פירן זיך אויף צו תושבי קרית יואל, איז א ברענעדיגע נושא, און טאר נישט אראפגיין פון טיש פאר מ'קומט צו א ענדגילטיגן לעזונג.
 
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס ער פייניגט תושבי קרית יואל פאר פאליטישע אינטערעסן, און מ'האט עס פארקוקט איינמאל און נאכאמאל. אבער נאך אזא טאג ווי נעכטן, ווען ער איז געשטאנען און פשוט גע'רצח'ט אידן, און די סטעיט פאליס איז געשטאנען אין די זייט און קיין ווארט נישט געזאגט ווייל ער מעג לעגאל טוהן דאס זייניגע, איז א פאקט וואס דארף באזארגן יעדן תושב קרית יואל, און מ'דארף טוהן יעדע מיטל וואס נאר מעגליך אים אפצושטעלן, זאפארט!
 
עסקנים פון די היימישע קהילות אין קרית יואל גייען ארום מיט פעטיציעס, מ'זאל אונטערשרייבן אז וויטריאל דיסקרימינירט אנטקעגן אונז. דאס איז זייער וויכטיג, און יעדער ברויך דאס אונטערשרייבן. אבער דאס איז נישט גענוג! מ'דארף אויפשטורעמען די הויעכע פענסטער'ס, די פאליטישענס אין אפסטעיט, און וועם נאר מעגליך אז דער רשעות'דיגע ארגענעזאציע זאל קומען צו א ענדע, און אפגערעדט אז זיי זאלן ח"ו נישט ווערן די אפיציעלע פאליציי אין קרית יואל.
 
כולנו למערכה!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 13:43 לינק ישיר 

לאמיר נאר ארויסשיקען די קליפס פין זינטיג צי אינטערנאל אפערס
אין אויך צי די אנדער הויעכע פענסטערס
 פיין וועסטי געוואר ווערין ווי גיט דאס וועט זיין
דער אקס מיינט נעבעך אז מען קען טין וואס מען וויל
לאמיר אלע אינאיינעם שיקען אלע אינזערע קליפס מיט די בילדער
מיר דארפעם אנפילען זייער אימעלס
אין אויך שיקען א פאר קליפס צי די פרעס זיי וועלין זיך מחיה זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 16:38 לינק ישיר 

די קליפס פאטשט ענק אין פנים, עס ווייזט אז איר זענט געווען צו ווילעדעוועט און דאס איז דער פליכט פון א פאליציי אדער פאטראל ארגאניזאציע צו האלטן ארדענונג, פארגעסט נישט, די פאליציי איז נישט קיין געריכט, זיי פסקענען נישט, ווי מען זעט אויפן קליפ ווי דער טראפער זאגט פאר יאשקע וואלדמאל, איי קענט העלפ יו, גא טו א דזשאדזש ענד געט א סטאם ארדער, דאס איז זייער פשוט, וואס מיינט איר אויב וואלט יאשקע וואלדמאן געווען דער פאטראל הויפט וואלט בעסער געווען? למעשה דא איז נישט געווען קיין קרימינאלע אקט, דאס איז א סיוויל קאנפליקט, און נאר א געריכט קען דאס סטאפן, און ווערן צו ווילדעוועט און נישט פאלגן איז נישט אקצעפטירט אין אמעריקע, דא קען מען נישט שרייען "איני מכיר".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 17:09 לינק ישיר 

אבער פאליציי קען נישט אריינגיין צו יענעם אין שטוב און ארעסטירן רעכטס און לינקס "ווייל איך בין יעצט א פאליסמאן" ער האט סך הכל ארעסטירט מענטשן פארן חטא פון שטיין אויף זייער פראפערטי, דאס איז אויסער אויב דו וועסט גוט קוקן אויפן קליפ וויאזוי ער באגייט זיך מיטן ארעסטאנט, שוין נאכדעם וואס זיי האבן אים געקייטעלט (און אומשעדליך געמאכט...) האבן זיי אים געשלעפט ביי די הענט אזוי ווי מ'שלעפט א לאנדרי בעג צום לאנדרי רום,

חוץ אויב דע פראפערטי גיהערט יא פאר קיט"ל און ער האט געמעגט ארעסטירן נאר אונז האב מיר דא פשוט צוטין מיט א אומיושר'דיגן ריכטערין וואס פארבאט א אייגענטומער נישט צו טאטשן זיין אייגענע לאט ווייל פלוני טענה'ט אז ס'איז זיינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 17:37 לינק ישיר 

איך אגרי מיט דיר אז מען טאר זיך נישט שלאגען מיט די פאליציי! אבער דעס וואס דער סטעט טראפער

 האט געזאגט פאר ר' יוסל וואלדמאן, איי קענט העלפ יו, גא טו א דזשאדזש ענד געט א סטאם ארדער! איז קלאר געווען א פארברעך ער וואלט געדארפט זאגען פאר די ארונים 
איי קענט העלפ יו, גא טו א דזשאדזש ענד געט אפראוועל! איך ויין נישט... איך שעלט נישט... איך זאג דיר נאר וואס די געזעץ איז אין וואס סאיז איין געפירט אין אמריקע, איז אז ווען איינער קימט ציברעכען מיינע זאכען זאגט די פאליציי אלץ פארן אגרעסער נעם א קארט ארדער זיי זאגען נישט פארן געליטענער 
גא טו א דזשאדזש ענד געט א סטאם ארדער!
אין דא איז די פאלייצי קלאר באגאנגען א פארברעכען





תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/06/2010 17:59:13





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/6/2010 17:48 לינק ישיר 

איך גיי דא נישט אריין אין עצם סכסוך, איך פאריף מיך נאר אויך די טענה אקעגן פאליציי און וויטריאול, שרייב אז די קליפס זענען נישט לטובתכם, די פאליציי איז נישט אריין אין קיינעמס הויז צו ארעסטירן רעכטס און לינקס, דא רעדט מען פון א לאנגן סכסוך וואס דאס געריכט האט שוין געפסקעט אז די דירה געהערט פאר די בני יואל און דער חצר געהערט פאר קהל, איז קהל געקומען מיט דעם פסק אין די האנד און אנגעהויבן צו ארבייטן כבתוך שלו, ווי ביי זיך אין וויינגארטן, צו סטאפן איז דא איין וועג, גיין צום געריכט און פארלאנגען א קלאריפיקעישאן, אבער מיט דעם פסק כמו שהוא זענען זיי בעל הבית,

יעצט, אין אמעריקא דארפסטו פאלגן א לאו אינפארסמענט, ווען ער זאגט דיר גיי אראפ דארפסטו אראפגיין, און אויב נישט ווערסטו ארעסטירט, אויב לאזסטו דיך נישט ארעסטירן טיט מען דאס מיט געוואלד, מען זעט קלאר אויף די קליפס אז די צוויי וואס האבן זיך געלאזט ארעסטירן האט מען זייער רוהיג אוועק געטראגן, נאר דעם וואס איז צעווילדעוועט געווען אז מען האט עם געדארפט אנכאפן די פיס מיט געוואלד ער זאל נישט שטויסן, און האט זיך נישט געוואלט אויפשטעלן האבן זיי עם מיט געוואלד געשלעפט ווי א לאנדרי בעג צום לאנדרי רום, דאס איז לעגאל, און אדרבה דאס נישט פאלגן און ווילדעווען וועט ענק פארשווארצן דעם פנים ביים ריכטער, נישט פאלגן איז א קריים,

איך גיי דא נישט אריין אין עצם סכסוך, צו דער ריכטער איז געווען יושר'דיג צו נישט, ווייל ווי פארשטענדליך ווען די אהרונים שרייען אז אלעס געהער פאר די אהרונים, און בני יואל שרייט אז ס'איז זייערס, און פון דין תורה וויל איך זיכער נישט רעדן ווייל מען וועט מיר נאכשרייען אז איך בין א פארנאטישער פארנאטיקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 19:13 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
איך אגרי מיט דיר אז מען טאר זיך נישט שלאגען מיט די פאליציי! אבער דעס וואס דער סטעט טראפער
 האט געזאגט פאר ר' יוסל וואלדמאן, איי קענט העלפ יו, גא טו א דזשאדזש ענד געט א סטאם ארדער! איז קלאר געווען א פארברעך ער וואלט געדארפט זאגען פאר די ארונים 
איי קענט העלפ יו, גא טו א דזשאדזש ענד געט אפראוועל! איך ויין נישט... איך שעלט נישט... איך זאג דיר נאר וואס די געזעץ איז אין וואס סאיז איין געפירט אין אמריקע, איז אז ווען איינער קימט ציברעכען מיינע זאכען זאגט די פאליציי אלץ פארן אגרעסער נעם א קארט ארדער זיי זאגען נישט פארן געליטענער 
גא טו א דזשאדזש ענד געט א סטאפ ארדער!
אין דא איז די פאלייצי קלאר באגאנגען א פארברעכען

גערעכט, אין די סיטי וואלט די פאליציי קיינמאל נישט געזאגט "אז דו ווילסט ער זאל סטאפן גראבן דאן ברענג א סטאפ ארדער", ער וואלט ליבערשט געזאגט פארקערט,

און ביידע וועי, קיט"ל האט גארנישט געהאט קיין קלארע פעיפערס אז די לאט איז זייערס, אויב יא וואלט די זשאדש נעכטן געזאגט פאר קיט"ל KEEP ON



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 19:41 לינק ישיר 

עד כאן דברי יעסוויקען וחברו כל הנערים, און די פאליציי טענה'ט אז קהל האט א פסק אז דער הויף איז זייער, וויפיל פון הויף איז זייערס קען נאר א ריכטער זאגן און קלעריפייען, די פאליציי קען זיך נישט מישן אין א סיוויל מעטטער, מען דארף באקומען א באפעל פון א דזשאדזש, דאס איז אין די שטאט און דאס איז איבעראל אזוי, וואס מיינסטו די פאליציי קען נישט דאס געזעץ ווי דו און יאשקע?, אדרבה, לאמיר זען צו דאס געריכט וועט טאדלען די פאליציי פאר טון אקעגן געזעץ.

אגב, די בני יואל שרייען אז זיי האבן געווינען 30 פוס, וויל איך וויסן צו זיי די בני יואל קענען דארט עפעס בויען? אדער אפילו נאר צוריק לייגן דעם וואקוועי?, אלזא קאט דע BS, די ריכטערן האט געזאגט אז קיינער זאל נישט טון גארנישט און אלעס בלייבט ביים אלטן, אבער כהיום מיינט "אלעס בלייבט ביים אלטן" פון זונטיג נאכמיטאג און נישט פון בעפאר, דאס מיינט אראפ מיט די שטיגן און קיינער זאל נישט צורירן ווייטער.  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2010 19:47 לינק ישיר 

דערווייל זעט אויס אז בני יואל האט נאר פארדינט פינעם געשעפט
איינס די קליפס וואס ווערין ארים געשיקט פאר יעדעם איינעם ווייזען אז עס איז בכלל נישט ווי די ארוינישע דעקעלעך שרייען אז עס איז אלעס אריבער די סעפטיק טענק.
 אין צווי מען זעט די פאליס טיט נישט גארנישט וואס זיין ארבעט וואלט געדארפט זיין אז ער זאל אפשטעלין אלעס ביז מען זאגט פין קארט אז מען קען ווייטער אנגיין
אין סיי ווי א רוצח די זענען זיך באגאנגען
אין אויך ווען מען זעט דעם רשע דעם יוד וואס צייגט אן מיט די פינגערס וועמען צי ארעסטירען
אין געלויבט דער הייליגער באשפער אז עס איז אזוי קלאר געלינגען אלעס אפציכאפען
אין יעדער וואס זעט דאס ווערט בארירט פינעם זען די רשעות פין די נאציס האבען זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט
דערווייל גייט עס זייער גיט פאר אינז דער שופטת איז אזוי ברוגז איף די דעקעלעך אז זי קען זיך נישט באראיגען
זי האט נאך באקימען די קליפס
מען האט איר דאס געגעבען אז זי זאל זען מיט וועם זי האט ציטין דא
אין מיט דעם וואס וויטריאל האט ארויס געהאלפען וואס ער איז א איינגעשטעלטער אין די וויליטש אין נישט פאר קהל אין מיט דעם וואס ער קאנטראלט דעם טרעקטאר פאלט אוועק די טענה פינעם וויליטש לויער אז זיי האבען בכלל נישט געוויסט אין אז זיי האבען אפילו נישט געגעבין א פערמיט וואס דאס האבען זיי געשריגען מאנטיג אין קארט
אין דאס איז אלעס נאך אין נאך געווינסען פאר אינז
אין אויך ווי אזוי מען הערט יעצט וויל די הצלה זיך אראפ זעצין מיט דעם ינגערמאן נאכען זען אויף די ווידיא ווי אזוי דער הינט קענסעלט זיי אין זיי זאגען צי גרויסע טשענזעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2010 19:56 לינק ישיר 

דאס מיינט אויף ענגליש THE POWER OF IMAGINATION און אויף אידיש הייסט דאס "חלומות שוא ידברון", דער משהלע רעדט חלומות און פאנטאזיעס, און אלעס וואס "עס גייט זיין" למעשה ווי האלטן מיר היינט? דער קרעטשמע איז פארשפארט? יא!!!, די שטיגן איז אראפ? יא!!!, און וואס עס גייט זיין ווייסטו נישט, קענסט נאר הויעך חלום'ען. שרייען נאציס, דעקלעך, און רוצח, איז גיט פאר די נערוון, אבער דעטסאיט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 01:19 לינק ישיר 

אינטערשטע שורה- ממוז באצייטענס אפשטעלן דאס רשעות--- סקוקט אפשר אויס ווי א ווייטע דמיון אבער אויפן וועג ווי דער וויליזש גייט יעצט קען מען זיך רישען אז בקרוב וועט וועט אפיר קומען א קאורט האוס אף קעי זשעי און באלד דערויף א קארעקשענס דעפארטמענט מיט א אייגענע טורמע-----  און פאר איר נעמט זיך לאכן,  מיט בלויז געציילטע יאר צירוק ווען איינער וואלט דיר געזאגט אז אברהם ווידער וועט האבן אין מאנרוי זיינע אייגענע פאליציי און דוד עקלשטיין וועט זיי קענען בארגען צו ארעסטירן אינגעלייט וואס שטייען אויף זיין לאט-  וואלסטו אויך געלאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 01:38 לינק ישיר 

יואלי האסט פארגעסן אויסצופירן, דערנאך וועלן זיי מאכן קאנציטרעישאן קעמפס און ענדיגן מיט גאז קאמערן... כא כא כא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 02:00 לינק ישיר 

עס איז בכלל נישט קיין געלעכטער, און הונדערטער מענטשן שלאפן נישט רואיג,
 
דער מציאות אז די איינזייטיגע ווילידזש, נוצט רעגירונג כוחות צו דיסקרימינירן קעגן איינוואוינער וועגן פאליטישע און רעליגיעזע דיפערענצן, און דער הויפט קאפאוי וויטריאל קען ארעסטירן און שלאגן אידן מיט רציחה, מיט'ן כח פון געזעץ, איז א סכנה איום ונורא עד אין לשער.
איך ווייס נישט, וואס מען קען טאן דערקעגן, אבער ס'איז ממש עק וועלט.

עס קען זיין מען וועט מוזן מאכן דעמאנסטראציעס און אלבאני,
אדער ביי די פאליס בערעקס און מאנרא,
פשוט צו בעטן שיץ פון די אמעריקאנער רעגירונג.

ווילאנג די ווילידזש באנדיטן, האבן בא'גנב'ט און באשווינדלט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונג מיט צענדליגער מיליאנען דאלארן, (נישטא נאך א ווילידזש אין אמעריקע פראצענטואל וואס האט אזופיל ארויסגענאגט פון די רעגירונג)
און די אלע געלטער האבן זיי שלא ביושר גענוצט נאר פאר זייערע ענגע אינטערעסן צו בויען זייער פארטיי, האבן מיר געליטן געשוויגן.
ווילאנג זיי האבן גענוצט אונזערע טעקס געלטער, קעגן אונזערע אינטערעסן, אומלעגאל, האבן מיר באצאלט און געשוויגן,

אבער אז עס קומט צו רציחה, זיי נוצן דעם קאפאוי וויטריאל, איז ממש עק וועלט.

איך ווייס אז די אהרונים וועלן שרייען "קוקט אן ווי דער לוזער וויינט". אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה אמאל איז דא א "עת לבכות", ווען א רוצח באפאלט און גיט ביטערע שלעק טוט עס וויי און מען וויינט.

די רוצחים פון רא"ט רעגירונג אידישע פאליציי, האבן צובלוטיגט און צו'הרג'ט חסיד'ישע אינגעלייט, דארפן מיר מיטוויינען,
אויסערדעם דארפן מיר האלטן פאר די אויגן אז אלע תושבי קרית יואל זענען אין א סכנה (און באמת אפילו די אהרונים).

רבותי! נעמט דאס נישט פאר גרינג!

לא תעמוד על דם רעיך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 02:09 לינק ישיר 

אגוטןטאג כתב:
עס איז בכלל נישט קיין געלעכטער, און הונדערטער מענטשן שלאפן נישט רואיג,
 
דער מציאות אז די איינזייטיגע ווילידזש, נוצט רעגירונג כוחות צו דיסקרימינירן קעגן איינוואוינער וועגן פאליטישע און רעליגיעזע דיפערענצן, און דער הויפט קאפאוי וויטריאל קען ארעסטירן און שלאגן אידן מיט רציחה, מיט'ן כח פון געזעץ, איז א סכנה איום ונורא עד אין לשער.
איך ווייס נישט, וואס מען קען טאן דערקעגן, אבער ס'איז ממש עק וועלט.

עס קען זיין מען וועט מוזן מאכן דעמאנסטראציעס און אלבאני,
אדער ביי די פאליס בערעקס און מאנרא,
פשוט צו בעטן שיץ פון די אמעריקאנער רעגירונג.

ווילאנג די ווילידזש באנדיטן, האבן בא'גנב'ט און באשווינדלט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונג מיט צענדליגער מיליאנען דאלארן, (נישטא נאך א ווילידזש אין אמעריקע פראצענטואל וואס האט אזופיל ארויסגענאגט פון די רעגירונג)
און די אלע געלטער האבן זיי שלא ביושר גענוצט נאר פאר זייערע ענגע אינטערעסן צו בויען זייער פארטיי, האבן מיר געליטן געשוויגן.
ווילאנג זיי האבן גענוצט אונזערע טעקס געלטער, קעגן אונזערע אינטערעסן, אומלעגאל, האבן מיר באצאלט און געשוויגן,

אבער אז עס קומט צו רציחה, זיי נוצן דעם קאפאוי וויטריאל, איז ממש עק וועלט.

איך ווייס אז די אהרונים וועלן שרייען "קוקט אן ווי דער לוזער וויינט". אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה אמאל איז דא א "עת לבכות", ווען א רוצח באפאלט און גיט ביטערע שלעק טוט עס וויי און מען וויינט.

די רוצחים פון רא"ט רעגירונג אידישע פאליציי, האבן צובלוטיגט און צו'הרג'ט חסיד'ישע אינגעלייט, דארפן מיר מיטוויינען,
אויסערדעם דארפן מיר האלטן פאר די אויגן אז אלע תושבי קרית יואל זענען אין א סכנה (און באמת אפילו די אהרונים).

רבותי! נעמט דאס נישט פאר גרינג!

לא תעמוד על דם רעיך!


איך וויין אויך מיט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 19:34 לינק ישיר 

פון ווי פיקען די קעי זשעי וויליזש באהערדע אויף זייערע ברוטאלע פאבליק סעפטי זשאנדארען??? פון טורמע!!!                       http://archive.recordonline.com/archive/2001/11/09/omcolumn.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 05:12 לינק ישיר 

מאמר חז"ל המובא בבעה"ט פ' במדבר. אין אדם נעשה שוטר מלמטה, אלא א"כ נעשה רשע מלמעלה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דרינגענד: שריט מוז גענומען ווערן קעגן וויטריאל פאליציי אגענטור!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext