בית פורומים כל העולם כולו

"כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי א סאטמאר חסיד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2010 21:35 לינק ישיר 
"כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי א סאטמאר חסיד

שומו שמים!!!
די "כל העולם כולו" בילדער מאגאזין האט די לעצטע וואך מורד געווען און מבזה געווען גדולי הרבנים ופוסקי דורינו ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט דעם וואס זיי האבן מחזק געווען די געהאסערטע "בני יואל" קאמפעני און מפרסם געווען בילדער פון זייער א.ג. "הצלת ביהמ"ד קאמפיין"
זיי האבן אלע יארן געפאניגט און מבזה געווען מרן רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע ולהבלחט"א מרן רבינו שליט"א
זיי האבן אלע יארן געצאפט דאס בלוט פון יעדען סאטמאר חסיד וועלכע איז נישט געגאנגען און זייערע וועגן
זיי פירן אן מיט א שמוציגן טעראר קעגן גדולי ופוסקי הדור
ועוד
ועוד
ועוד
ועל כולם די טרויערדיגע באוויסטע פרשה פון "סידור קידושין" ואכמ"ל (און עס געפונט זיך צווישן זיי עטליכע וועלכע וואוינען מיט פסולע קידושין ה"י.

החרד לדבר ה' וועט למען חינוך בנינו ולמען המערכה הקדושה מער נישט אריין לאזן ביי זיך אינדערהיים די "כל העולם מאגאזין" וולכע האבן מחזק געווען פורצי גדר

אזוי אויך ווער עס קען זאל איבער געבן זיין דבר מחאה ביי די מערכת פון די בילדער מאגאזין:
01197277-7177706 אדער אופן mail- [email protected] אדער ביים רעדאקטער א. ש. 011972-526441111


די בילדער וועלכע זענען נתפרסם געווארן:






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 09:42 לינק ישיר 

ווער איז גאנציגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 09:41 לינק ישיר 

דו האסט נישט פארשטאנען
כ'האב געמיינט צו זאגן אז בילדער אינטרעסירט בכלל נישט א אמת'ע סאטמערער חסיד
ווייל ווי באוואוסט זענען די סאטמארער רבי'ס -ווי אלע חסידיש'ע און אידן- געווען א קעגן בילדער
און אפי' מהר"א איז אויך א קעגן בילדער (צום ביישפיל די תקנה אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י, ווי אויך געדענק איך אז ער האט זיך אויפגעשטעלט שרייען ביי א קבלת פנים פון א קינד, און נאך)
וועגן דעם א אמת'ע חסיד אינטרעסירט בכלל נישט קיין בילדער
נאר היינט מיינט מען שוין אז פאר די פארטיי איז אלעס מותר און מ'מיינט נעבעך אז דאס איז די חסידות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 09:37 לינק ישיר 

שלמהווייס ביסטו אפשר א שוואגער מיט גאנציגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 09:17 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:
אגב וויל איך זאגן פאר ישמחמשה
אז דער קעפל פונעם אשכול איז זייער זייער נישט אויסגעהאלטן (אפי' דו האלטס אז נאר דו ביסט סאטמאר)
ווייל וואס האט א סאטמארער חסיד מיט בילדער?
לפענ"ד דארפסטו שרייבן: "כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי ארונים


דער ברך משה זי"ע איז נישט געווען דיין רבי? ער איז נישט קיין טאטע פון רז"ל? וואס מיט כבודו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 06:53 לינק ישיר 

אינדפנדנט, האסט נישט געענטפערט אויף מיין בהמישע פראגע
פארוואס דארף מען נישט מחרים זיין "העולם החרדי" און "דער בליץ בלעטל" זיי ברענגען פונקט אזוי די בילדער?
נאר די פשוטע ענטפער איז: וויבאלד זיי האבן אמאל געהאט א קאנטראקט מיט ענק...
נו וועגן דעם איז מען א הינט, אפשר זענען זיי געווען הינט ביז דעמאלטס?
אגב וויל איך זאגן פאר ישמחמשה
אז דער קעפל פונעם אשכול איז זייער זייער נישט אויסגעהאלטן (אפי' דו האלטס אז נאר דו ביסט סאטמאר)
ווייל וואס האט א סאטמארער חסיד מיט בילדער?
לפענ"ד דארפסטו שרייבן: "כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי ארונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 00:03 לינק ישיר 

וואס ווילסטו ער ארבעט פאר זיין דאללער
ביי די ארונים וויל קיינער נישט צאלען גייט ער צו די זאלי'ס
ער האט באקומען פין זיי א שיינע טשעק (וואס האט שפטעטער געפירט אז זיין בעסטע פאטאגראפירער האט אים איבערגעלאזט)

ווייטער די אנדערע זיכען ענדערש די גרעסערע קהילות ווייל זיי האלטען אז ס'וועט זיי ברענגן מער קאסטומער'ס

הכסף יענה את ''הכל''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 22:54 לינק ישיר 

ישמחמשה כתב:
שומו שמים!!!

די בילדער וועלכע זענען נתפרסם געווארן:




וואס איז דאס מיט דיר, נישט יעדער קויפט די "כל העולם כולו"
קומסטו און די ברענגסט עס נאך אהער דא אין "כל העולם כולו"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/6/2010 17:04 לינק ישיר 

די ארוינים כאפן נישט אז ווי לאנג יצחק ראזענברגס טשעקס האבן נישט געקראכט האט ער נאר געדעקט זייער רבי'ן.

יעצט אז די ראזענבערג אקאונט איז ווערטלאז לייגט ער שוין בילדער פון די קעגנערס פון רא"ט. און ער שרעקט זיך נישט פון די סטראשנען פון די אנזעצער'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:36 לינק ישיר 

אינדפנדנט כתב:
דער אבי קעניג איז א הונט פאר'ן אריינלאזן אזעלכע בילדער און ער דארף באצאלן א פרייז.


אינדפנדט, דו דארפסט א דאקטער זאל דיר אונטערזוכן. דו לעבסט נישט מיטן קאלענדער און דו מיינסט אז אין תש"ע שרעקט זיך איינער ווען דו שרייבסט אויף אים הינט און דו סטראשעסט אים מיט צאלן א פרייז. אגב, דער כל הגולם כולו האט מיט אייך שוין געצאלט א פרייז... און פאר א סיבה האט ער באשלאסן אייך איבערצולאזן!. ער לאכט פון ענק אלע אין די פויסטן און ער האט ענק אין בוידעם! הינט וואס ער איז...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:35 לינק ישיר 

עירהתורה כתב:
איך מיין אז ראשי קהילותינו וואלטן געדארפט ארויס געבן א חרם אויף ווער עס איז מפרסם דארט בילדער אזווי מען האט געמאכט פאר ווער עס איז מפרסם און דער איד?


אה יא. עירהתורה דו ביסט דער חכם הרזים פון היידפארק...

אזא תקנה מוז מען שוין מאכן און אלעס וועט אויפהערן צו שטעלן בילדער דארט.



תוקן על ידי לא_לנו ב- 09/06/2010 16:37:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 16:03 לינק ישיר 

שלמה, וואס ווייניגער פון דיינע בהמישע מיינונגען דו וועסט זאגן אלץ קלוגער וועסטו אויסקוקן.

דער אבי קעניג איז א הונט פאר'ן אריינלאזן אזעלכע בילדער און ער דארף באצאלן א פרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 09:44 לינק ישיר 

און העולם החרדי די וואך און דער בליץ לייגן דען נישט אריין די בילדער
מה כל הרעש? מ'האט אים זיכער באצאלט דערפאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 09:25 לינק ישיר 

איך מיין אז ראשי קהילותינו וואלטן געדארפט ארויס געבן א חרם אויף ווער עס איז מפרסם דארט בילדער אזווי מען האט געמאכט פאר ווער עס איז מפרסם און דער איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי א סאטמאר חסיד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext