אינדפנדט, דו דארפסט א דאקטער זאל דיר אונטערזוכן. דו לעבסט נישט מיטן קאלענדער און דו מיינסט אז אין תש"ע שרעקט זיך איינער ווען דו שרייבסט אויף אים הינט און דו סטראשעסט אים מיט צאלן א פרייז. אגב, דער כל הגולם כולו האט מיט אייך שוין געצאלט א פרייז... און פאר א סיבה האט ער באשלאסן אייך איבערצולאזן!. ער לאכט פון ענק אלע אין די פויסטן און ער האט ענק אין בוידעם! הינט וואס ער איז...
נשלח ב-9/6/2010 17:04
די ארוינים כאפן נישט אז ווי לאנג יצחק ראזענברגס טשעקס האבן נישט געקראכט האט ער נאר געדעקט זייער רבי'ן.
יעצט אז די ראזענבערג אקאונט איז ווערטלאז לייגט ער שוין בילדער פון די קעגנערס פון רא"ט. און ער שרעקט זיך נישט פון די סטראשנען פון די אנזעצער'ס.
נשלח ב-9/6/2010 22:54
ישמחמשה כתב:
שומו שמים!!!
די בילדער וועלכע זענען נתפרסם געווארן:
וואס איז דאס מיט דיר, נישט יעדער קויפט די "כל העולם כולו"
קומסטו און די ברענגסט עס נאך אהער דא אין "כל העולם כולו"
נשלח ב-10/6/2010 00:03
וואס ווילסטו ער ארבעט פאר זיין דאללער ביי די ארונים וויל קיינער נישט צאלען גייט ער צו די זאלי'ס ער האט באקומען פין זיי א שיינע טשעק (וואס האט שפטעטער געפירט אז זיין בעסטע פאטאגראפירער האט אים איבערגעלאזט)
ווייטער די אנדערע זיכען ענדערש די גרעסערע קהילות ווייל זיי האלטען אז ס'וועט זיי ברענגן מער קאסטומער'ס
הכסף יענה את ''הכל''
נשלח ב-10/6/2010 06:53
אינדפנדנט, האסט נישט געענטפערט אויף מיין בהמישע פראגע פארוואס דארף מען נישט מחרים זיין "העולם החרדי" און "דער בליץ בלעטל" זיי ברענגען פונקט אזוי די בילדער? נאר די פשוטע ענטפער איז: וויבאלד זיי האבן אמאל געהאט א קאנטראקט מיט ענק... נו וועגן דעם איז מען א הינט, אפשר זענען זיי געווען הינט ביז דעמאלטס? אגב וויל איך זאגן פאר ישמחמשה אז דער קעפל פונעם אשכול איז זייער זייער נישט אויסגעהאלטן (אפי' דו האלטס אז נאר דו ביסט סאטמאר) ווייל וואס האט א סאטמארער חסיד מיט בילדער? לפענ"ד דארפסטו שרייבן: "כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי ארונים
נשלח ב-10/6/2010 09:17
שלמהווייס כתב:
אגב וויל איך זאגן פאר ישמחמשה אז דער קעפל פונעם אשכול איז זייער זייער נישט אויסגעהאלטן (אפי' דו האלטס אז נאר דו ביסט סאטמאר) ווייל וואס האט א סאטמארער חסיד מיט בילדער? לפענ"ד דארפסטו שרייבן: "כל העולם כולו" מאגאזין - נישט ביי ארונים
דער ברך משה זי"ע איז נישט געווען דיין רבי? ער איז נישט קיין טאטע פון רז"ל? וואס מיט כבודו?
נשלח ב-10/6/2010 09:37
שלמהווייס ביסטו אפשר א שוואגער מיט גאנציגער?
נשלח ב-10/6/2010 09:41
דו האסט נישט פארשטאנען כ'האב געמיינט צו זאגן אז בילדער אינטרעסירט בכלל נישט א אמת'ע סאטמערער חסיד ווייל ווי באוואוסט זענען די סאטמארער רבי'ס -ווי אלע חסידיש'ע און אידן- געווען א קעגן בילדער און אפי' מהר"א איז אויך א קעגן בילדער (צום ביישפיל די תקנה אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י, ווי אויך געדענק איך אז ער האט זיך אויפגעשטעלט שרייען ביי א קבלת פנים פון א קינד, און נאך) וועגן דעם א אמת'ע חסיד אינטרעסירט בכלל נישט קיין בילדער נאר היינט מיינט מען שוין אז פאר די פארטיי איז אלעס מותר און מ'מיינט נעבעך אז דאס איז די חסידות