בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: אהרונישע פערמיט אויף ביהמ"ד החדש פיינעל ריוואקד!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 01:46 לינק ישיר 
ברעיקינג: אהרונישע פערמיט אויף ביהמ"ד החדש פיינעל ריוואקד!!!

חסדי ה' כי לא תמנו, אין די מינוטן קומט די פרייעדיגע בשורה אז די חיי שעה'דיגע פערמיט, וואס האט געהאלטן די אהרונים ביים אטעם די לעצטע פאר וואכן, איז היינט פיינעלי ריוואקד געווארן דורך די דעפארטמענט אוו בילדינג'ס פון ניו יארק סיטי.
 
אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר געבן אפ שבח והודי' פאר הקב"ה אז עס איז נישט געלונגען פאר די רשעים זייער בייזוויליגע אקט, ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/3/2011 07:23 לינק ישיר 

איינער ווייסט וואס עס איז געבליבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2011 00:24 לינק ישיר 

ווייל ער האט אזוי געזאגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 21:11 לינק ישיר 

SatmarLive: Zalis will give in papers 2/8 and we 2/22 and 3/1 will be decision Iy"h! Keep on Davening for Hatzlucha of Kehilusainy Hakdosha.






תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 02/03/2011 00:38:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 20:41 לינק ישיר 

סעלפאן, פארוואס פרעגסטו צו עס איז דא עפעס אפדעיטס, ס'האט געדארפט זיין עפעס נייעס היינט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2011 19:40 לינק ישיר 

Any update?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 16:14 לינק ישיר 

חדשות, איך פארשטיי נישט דעם וואלקענאוי אויסבראך, כהאב שוין געשריבן אז ענק האבן עס שוין לאנג, פארוואס ביסטו נישט ציפרידן?  רבותי מיר זענען טיף אים דער ערד, די ארונים האבן דעם בית המדרש, א בראך אויף קלומבוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 15:46 לינק ישיר 

סענעטאר ווי קענסטו פארגעסן ווי די גאנצע וועלט האט אמאל געציטערט פון דעם עם הארץ'ס פיסק? יעדער וואס האט געהאט אדער געטראכט אנדערש ווי אים איז באפאלן געווארן מיט מכות אכזריות דורך דעם דזשיגאן עם הארץ אליין, היינט אבער לאכט מען פון אים אין פני ער קען וויינען אז מען האט אים אוועקגענומען די סידור קידושין אויטאריטעט אין זיין אייגענע שטעטל וואס דארט האט זיך שוין ביי די לעצטערע וואלן ארויסגעשטעלט אז ער ציהט קוים ניטאמאל אן דארט האלב, די איינציגסטע זאך וואס פאלגן אים נאך זענען די מיטעלמאנס און הרב הצדיק משה פאלקאוויטש...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 07:38 לינק ישיר 

יפה דברת! פאר צוועלעף יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין בלאט, די אהרונים זענען נאך געווען אזוי צעמישט, דא האבן זיי געמיינט אז דער דזשיגאן עם הארץ גייט ווערן דער רב דקהלות הקדושות בכל אתר ואתר, דא האבן זיי זיך איינגערעדט אז ר' זלמן לייב פליט צוריק קיין ירושלים קומענדיגן מיטוואך. אבל, כשנכנס הבלאט להיכל, איז מען געוואויר געווארן אז ר' אהרן איז טאקע יא דער רב הצעיר באתרא הדין ובכל אתר ואתר, ר' זלמן לייב איז שוין לאנג צוריק אין ירושלים, און ר' אהרן דאווענט טאקע יעדע וואך אין ראדני און וואוינט אויף 550 בעדפארד עוו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 05:59 לינק ישיר 

פאר 12יאר צוריק איז מען נאך געווען אין אסאך אן ערגערן מצב ווי אין ס"א. ניטאמאל דער בלאט האט דאן עקזעסטירט. דאס צימישעניש אין געווען גרעסער ווי דו וואלסט ווען אריין אין א וואש מאשין. קיינער האט נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך מיט אים.

און אויב דו ווילסט ענטפערן, ענטפער נאר אויף וואס איך האב געשריבן, און צו די זאך ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 05:38 לינק ישיר 

סארי שעפעלע, איך האב געמיינט צוועלעף יאר צוריק. וטעות לעולם חוזר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 05:15 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
ווען איך זאל ווען זאגן פאר איינעם מיט צען יאר צוריק אז ר' אהרן טייטלבוים גייט נישט האבן קיין דריסת הרגל אין ראדני, נישט וואוינען אין 550 בעדפארד עוו., נישט האבן קיין דריסת הרגל אין סאטמארע מוסדות אין בתי מדרשים אין ירושלים, מאנסי, לאנדאן, מאנטריאל, נישט זיין דער נשיא המוסדות אין וויליאמסבורג, נישט האבן א אייגענע שול אין וויליאמסבורג, דארפן קעמפן מיט ציין און נעגל ביי דין תורה אויף סאטמאר בארא פארק און בני ברק, דארפן פארן ארום די גאנצע וועלט ערב ובוקר וצהרים ווייל ער וועט זיין דעפרעסט מחוסר המלוכה אשר בידו, זיך שלאגן אויף סידור קידושין אין זיין אייגענע שטאט, נישט האבן א בית כסא אויף מזרח וואנט אין קרית יואל ביהמ"ד, דארפן לויפן צום קלוזענבורגער און וועלן שלום מאכן מיטן בעלזער פאר אביסל אטענטשאן, זיך דארפן אראפלאזן אויפן לעוול פון א משב"ק און זיך באשרייבן אין די צייטונגן למען ידעו תקפו וגבורתו, נישט האבן קיין סטאבילער וואוינונג נאר ארום קלעטערן צווישן וויליאמסבורג און מאנרא פאר קוויטלעך, און נאך. וואלסטו מיר אנגעהאקט אינמיטן די גאס און ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות פארן "רעדן אויפן רבין".
 
הדא הוא דכתיב: פלניא גזלנא...

_________________



בחור'ל טייערע, פאר 10 יאר צוריק ביסטו נאך געווען מן הסתם אין די ווינדלן. דו האסט נישט קיין איינונג וואס דו רעדסט בחייכון וביומייכון. פאר 10 צוריק (תשס"א) געווען זיכער אז מיר האבן אלעס פארלוירן, אונזער גרעסטע שוהל איז געווען 141 ראסס.

עס האט אויסגעזעהן פארלוירן אינגאנצן און פאר ענק (סארי, פאר דיינע עלטערן) געווינען אינגאצן.

תשס"א האבן די ארונים שיעור פארלוירן די וואלן אין קרית יואל מיט מענדל שווימער.
תשס"א איז מענדעל שווימער און חיים דוד כ"ץ געפירט בארא פארק ביי די נאז מיט די גבאים פרשה
תשס"א האבן די ארונים גארנישט געהאט אין וויליאמסבורג, יוסל פראממער הי"ד איז געפלויגן און מ'האט גארנישט געקענט טוהן דערצי (פרעג פאר דיין טאטע ווער יוסל פראממער איז געווען). נישט קיין ביהמ"ד נישט קיין מוסדות. ניקס
תשס"א האבן די ארונים ניטאמאל געטראכט פון עפענען א שוהל אין מאנסי מיט אזא גאון ווי הרב וואזנער שליט"א (יעצט הייבן אן האקן קעגן אים און אנטקעגן זיין זיידע)
תשס"א האבן די ארונים געציטערט פון מעכל שלעזינגער אין בני ברק. געטאנצן לויט זיינע משוגעת'ן
תשס"א האבן די ארונים געווען זיכער אז אין ירושלים ווי הגז"ל אז געווען רב האבן מיר קוים צוויי אינגעלעך, זיכער נישט איבער 150 אינגעלייט און בעה"ב
תשס"א האבן די ארונים און בפרט הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א געכאפט מכות אין אנטווערפן
תשס"א איז רבינו הקדוש בעל ברך משה געקומען קיין לאנדאן (איך האב נישט קיין טענות אז דו געדענקסט נישט) און די ארונים זענען געווען זיכער אז דאס האבן מיר אויך נישט.

נישטדא וואס צו רעדן, אז דער משתב"ק האט זיך געהאט צוגעגרייט אפאר יאר פאר אונז, ער האט צוגעגרייט די פאליציי, ער האט צוגעגרייט זיינע שלעגער'ס, ער האט צוגעגרייט די מידיא, ער האט צוגעגרייט ביתו נאוה קודש פון רבינו בעל ברך משה, כורת ברית געווען מיט די גרעסטע שונאים פונע'ם רבי'ן. אלעס האט געשטימט מיט די פלאן, גארנישט איז נישט געווען אומקלאר.

איך געדענק יענע פסח אינדערפרי ווען ליפא האט זיך דאס ערשטע מאהל צולאזט אין געשריגן מתתי דייטש ימ"ש. בין איך אהיימגעקומען אינגאנצן דערשראקן און פארלוירן, וואס וועט דא זיין מיט סאטמאר?? ביי די סעודה בין איך אריבער צו מיין טאטע, האט ער מיר געזאגט אונז גייען מאפן גייען פלעטבוש אדער לעיקוואד, דארט וועט אפשר ר' אהרן (אזוי האט מען אים נאך דעמאלס גערופן) האבן א מנין  און א שוהל.

ווי וואלט איך געגלייבט אז אזוי גייען מיר אויסזעהן אין וויליאמסבורג: א מוסד פון עטליכע טויזענטע קינדער. גרעסער אינעם איכות ווי אין די כמות. די מענהעטן סטייל קינדער איז נישט דא אין מיינע מוסדות און איך בין שטאלץ מיט דעם. א הערליכע היכל תורה פיל מיט לערנערס פון אלע שיכטן אין אלע קרייזן. עטליכע בתי מדרשים אין די גאנצע שטאט. א שוהל פאר אויסגע'ארבעטע אינגעלייט, 12 מורה הוראה וועלכע זענען ארויפגעקוקט אין די גאנצע שטאט (חוץ ביי ענק פארשטייט זיך)
א התאחדות אברכים מיט אלע מיני שיעורים, א רב וואס פאדערט און טוט אסאך אויף, א מקווה טהרה וואס וואלט שוין געדארפט זיין פערטיג ווען נישט ענקער מסירה. גמחי"ם, ועוד ועוד

און אזוי אויך אין יעדע שטאט. בתי מדרשים היכלי תורה ועבודה, שיעורים, און מורה הוראה ישיבות אין מוסדות.

ווען די רבי האט גערעדט דאס ערשטע מאהל אין סאוט פאלעסבורגע ישיבה אין תשס"ב, דאן האבן מיר זיך געכאפט, אז די וועלט קען מען נישט נער'ן. זיי ווייסן ווער דער אמת'ע תלמיד חכם איז און ווער דער ליידיגייער איז. זיי ווייזן ווער עס פארטרעט זיין טאטע'ן און ווער פארטרעט זיין טאטע'נס שונאים.

משה גבאי האט זיך פארעכנט מיט איין זאך, דער עולם. דער עולם האט נישט אפגעקויפט זיינע לאקשאן. 99 פראצענט געטרייע חסידים פונעם ברך משה וועלכע האבן געשוויצט פאר אים, גענומען פיילן פאר אים, זיי זענען כמעט אלע ביי אונז. דאס האט משה זיך פארעכנט. ער האט געמיינט אז סאטמאר איז אזוי ווי אמאל, די רבי'נס מענטשן האבן גע'הרג'ט רויזעלע, דאס איינציגסטע איבערגעבליבענע טאכטער פונעם הייליגן רבי'ן, און דער גאנצע עולם איז געבליבן שטיל. מ'האט געפייניגט אין גע'רודפ'ט דעם רבי'נס בליבטע נעפיו אז ער האט געדארפט מאפן קיין בארא פארק, און יעדער איז געבליבן שטיל. ער האט נישט פארשטאנען אז די צייטן האבן זיך געטוישט. סאטמאר איז נישט וויזניץ. די רבי קען נישט אין זיינע עלטערע און שוואכע יארן טוישן זיין מיינוג פון ווען מיין רבי איז געבוירן (א ערך פון 51 יאר געווען דאן). אונז האבן זייער גוט געוואוסט וואס דער רבי האט אלע יארן געוואלט, און מיר זענען געבליבן מיט די מיינונג.

טראכט גוט אריין און וואס איך האב געשריבן. און איך בעהט אז נאר דער וואס איז געווען העכער די 20 תשנ"ט, נאר ער זאל ענטפערן. די אנדערע בחור'לעך איז נישט אינטערעסאנט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 02:05 לינק ישיר 

ווען וועט ענקער עם הארץ קענען שפילען א שוי אין איינע פון די מיליאנען בילדינגס וואס עטץ האט אינז ארויסגעווארפן? איז דאס געווען די פלאן אלעף שעמאס ווען נפתלי משה ווייס אין שמואל ווידער האבן אויסגעליידיגט ענקערע קעשענעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 02:02 לינק ישיר 

ווען איך זאל ווען זאגן פאר איינעם מיט צען יאר צוריק אז ר' אהרן טייטלבוים גייט נישט האבן קיין דריסת הרגל אין ראדני, נישט וואוינען אין 550 בעדפארד עוו., נישט האבן קיין דריסת הרגל אין סאטמארע מוסדות אין בתי מדרשים אין ירושלים, מאנסי, לאנדאן, מאנטריאל, נישט זיין דער נשיא המוסדות אין וויליאמסבורג, נישט האבן א אייגענע שול אין וויליאמסבורג, דארפן קעמפן מיט ציין און נעגל ביי דין תורה אויף סאטמאר בארא פארק און בני ברק, דארפן פארן ארום די גאנצע וועלט ערב ובוקר וצהרים ווייל ער וועט זיין דעפרעסט מחוסר המלוכה אשר בידו, זיך שלאגן אויף סידור קידושין אין זיין אייגענע שטאט, נישט האבן א בית כסא אויף מזרח וואנט אין קרית יואל ביהמ"ד, דארפן לויפן צום קלוזענבורגער און וועלן שלום מאכן מיטן בעלזער פאר אביסל אטענטשאן, זיך דארפן אראפלאזן אויפן לעוול פון א משב"ק און זיך באשרייבן אין די צייטונגן למען ידעו תקפו וגבורתו, נישט האבן קיין סטאבילער וואוינונג נאר ארום קלעטערן צווישן וויליאמסבורג און מאנרא פאר קוויטלעך, און נאך. וואלסטו מיר אנגעהאקט אינמיטן די גאס און ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות פארן "רעדן אויפן רבין".
 
הדא הוא דכתיב: פלניא גזלנא...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 23:36 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס ענק זענען נעבעך אזוי צושאסן? ענק האבן דאך "אלעס" פון איין ענק וועלט ביז צום צווייטן. אפילו יעקב בער אליינס האבן ענק, סאו פארוואס זענען ענק אזוי צושאסן? שיסן פייער און וואסער אין אלע ריכטונגען.

יצחק ראזענבערג דארף זיך נישט טרייסטן. אים גייט אסאך בעסער ווי געראכטן. פאר צוויי יאר צוריק ווען איך שרייב ווען אז אונז גייען באקומען די בית החיים, פארשפארן דאס קרעטשמע, ארויסנעמען מיט אכזריות דאס הייליגע סעפטיק טאנק, ענק ארויסטראגן מיט בזיונות פון ראס שוהל, ענק זאלן ציטערן וועלכע איז נעקסט וועלכע גייט ווערן פארמאכט, קעמפן מיט ציין און נעגל צו בלייבן מיט סאוט 8, ווערן ארויסגעשליידערט פון געריכט אין ב"פ, געצווינגען צו גיין צו דין תורה אין ארץ ישראל, הגז"ל זאל נישט קענען פארן קיין אר"י אלס פחד פון די רבנים דארט, א בריוו פון אלע גדולים אין אר"י אנקעגן ענק מיט די שארפסטע לשונות, די גויאישע מידיא זאל איינזעהן דאס אמת און שרייבן אן ארטיקל ווי עס דארף צו זיין, צוויי ארטאדאקסישע פרעמדע צייטונגען זאלן אויסלאכן ענקער דרוק און באשרייבן עטליכע מאהל אן הערליכן ארטיקל איבער די בית השחיטה און רבינו שליט"א, משה גבאי זאל זיך דארפן אראפלאזן אין האבן אן אינטערוואו מיט א צייטונג וועלכע האט זיך פארמאכט 3 וואכן שפעטער, די טעקסעס שחיטה זאל זיך אזוי גוט אויסארבעטן, די בית השחיטה  וואקסט אין די מאסן, פרעמדע ווי אייגענע צוגלייך וועלכע האבן קיינמאל נישט געגעסן בהמה פלייש זאלן זיך מתיר נדר זיין און אנהייבן צו עסן בהמה פלייש, ענק זאלן פראבירן צוויי מאהל מיט ענקערע השגחה און ביידע מאהל קראכן (וויין און מילך), ועוד ועוד ועוד. וואלסטו מיר אראפגעווארפן פונעם פורום פארן שרייבן שטותים און לאקשן.

הדא דכתיב "פלאצן זאלן ענק" ויצאו עיניכם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2011 23:22 לינק ישיר 

מען בעט יצחק'ן זאל אנכאפען זיין פערמיט פון 1998 מיט ביידע הענט אזוי שטארק ווי ער קען נאר, ער וועט עס נאך אסאך דארפן זיך צי טרייסטען דערמיט,

 ווען ער האט געגנב'ט מיליאנען פון די ציבורישע געלטער פונעם נייעם ביהמ"ד האט ער וויסטען חלום נישט געדמיונט אז ער וועט דארפען וויינען ביים בילדינג דעפארטמענט פאר א פערמיט  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: אהרונישע פערמיט אויף ביהמ"ד החדש פיינעל ריוואקד!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext