ברוך המקדש שמו ברבים!
מיט אט די ווערטער קען מען אנהייבן דעם באריכט פון דעם מאסן פראטעסט, וועלכער איז פארגעקומען נעכטן, ג' קרח, פארענט פון שטוב פון ר' אהרן טייטלבוים אויף הויז סט. אין וויליאמסבורג.
דער פראטעסט איז אפגעהאלטן געווארן נאך א באלדיגע באשלוס פון די עסקנים, אז מ'מוז טוהן כל מיני השתדלות, די רשעות אין קרית יואל קעגן אונזערע ברודער, זאל זיך זאפארט אפשטעלן. קוים וואס מ'האט עספיעט געהעריג מפרסם צו זיין דעם פראטעסט, אבער מפה לאוזן האט זיך די שמועה צושפרייט בליץ שנעל, און טויזענטער שלומי אמוני ישראל האבן זיך פאראייניגט און אנטשלאסענערהייט ארויסגעקומען צו די באשטומטע צייט צו הויז סט. צווישן לי און בעדפארד עוו.
וויבאלד די אהרונים האבן געהערט איבער די שטורעמישע פראטעסטן וואס ווערן געפלאנט, האבן זיי אנגעהויבן פארלייגן כוחות ביי די העכערע אינסטאנצן אז זיי זאלן זעהן אפצושטעלן דעם פראטעסט. אבער אן ערפאלג, די פאליציי האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו גיין אין די פוסטריט פון די וויטריאל פאליציי אגענטור, און נישט געהאלטן ביים דערשטיקן דעם קול מחאה און וויי געשריי אויף וואס אונזערע ברודער אין קרית יואל מאכן מיט.
ענדליך נאך שעות ארוכות אינטערווינען ביי די פאליציי אז זייער מנהיג איז אין א סכנה אויב מ'וועט אים נישט צושטעלן די נויטיגע שוץ, האט די פאליציי דפט. אפגעשלאסן הויז סט. פון די פארקער, און אויסגעשטעלט מחנות פאליציאנטן וואס זאלן היטן אויף די רואיגקייט און ארדענונג.
צו די באשטימטע צייט, ארום 9 אזייגער אווענט, האבן טויזענטער אנגעהויבן שטראמען אויפן ארט, דער פראטעסט האט זיך אנגעהויבן מיט קולות קעגן די מלכות הרשעה פון ר' אהרן טייטלבוים אין קרית יואל, דער קול מחאה איז געגאנגען העכער און העכער, און די אנוועזנדע אהרונים זענען געווארן ווילד און אנגעהויבן מיט זייער אלטע טאקטיק פון הייבן הענט, די פאליציי האט דאס אבער גלייך אפגעשטעלט.
אזוי איז דער פראטעסט אנגעגאנגען פרידליך ביז 11 אזייגער, דעמאלס האבן די אהרונים אנגעהויבן געפערליך שפרונגען, נעמליך ר' אהרן דארף ארויסקומען פון שטוב, און ער טאר בשו"א נישט זעהן די מאסן און הערן די קולות פון די מוחים. מ'האט ארויסגענומען פון בונקער די אור-אלטע שלעגער'ס, ובראשם יאסי בראך, דער נאנטער ידיד מיט ר' אהרן טייטלבוים, און זיי האבן זיך אנגעהויבן רייצן מיט די פאליציי אויף א שענדליכן אופן. זיי האבן אנגעהויבן שרייען און פארפירן אז זיי וואוינען אויף די גאס, און זייערע קינדער קענען נישט שלאפן, די פאליציי האט זיי אבער געלאכט אין פנים, זיך גענצליך נישט וואוסענדיג געמאכט אז דער בעבי ר' אהרן טייטלבוים קען נעבעך נישט שלאפן...
אויף דערויף האט די פאליציי אויפגעשטעלט ריזיגע לעקטער'ס, צו באלייכטן די גאס פאר די מוחים, זיי זאלן ווייטער קענען פראטעסטירן בדרכי נועם. די אהרונים, זעהנדיג אז די מערכה איז א פארלוירענער, האבן אריבערגעברענגט 4 פייער לעשער טראק'ס, און געפלאנט אז מ'וועט ארויסברענגן ר' אהרן פון שטוב און מ'וועט אנצינדן די סיערינעס פון די פייער טראק'ס, אזוי ארום וועט ר' אהרן גארנישט הערן וואס גייט דא פאר. אבער א טעלעפאן קאל פון ר' אהרן'ס שטוב פאר די שלעגער'ס אויף די גאס האט געמאלדן, אז עס קומט נישט אין באטראכט, מ'קען דעם רבי'ן נישט ארויסברענגן ער זאל זעהן וויפיל טויזענטער אידן זענען פארזאמעלט און פראטעסטירן אנטקעגן אים.
עס איז נאנט צו 12 אזייגער, און ר' אהרן זיצט נאך אלץ פארשפארט ביי זיך אין שטוב, (דאס האט פאר יעדן אויפגעברענגט די זיסע זכרונות ווען ר' אהרן איז שמיני עצרת געזיצן איינגעשפארט אויף באותו מקום, און געווארט אויפן באריכט אז זיינע חיות האבן געמאכט ראדני 'יודן-ריין' און מ'קען אריינקומען צו גשם...) דא האבן שוין די אהרונים ממש אנגעהויבן ווילדעווען און פארפירן, וואס זיי קענען גאר גוט, און זיך גענומען פראטעסטירן אנטקעגן די ... פאליציי, מיינענדיג אז דא אין קרית יואל, און די פאליציי איז זייער'ס, זיי האבן אנגעהויבן געשלעגן און געהאפט אז אזוי ארום וועט די פאליציי אפשטעלן דעם פראטעסט, אבער די פאליציי האט זיך ווינציג דערשראקן. האבן זיי אנגעהויבן ארום רופן די העכערע פענסטער אז מ'מוז טוהן אלעס אין די וועלט דער פראטעסט זאל זיך זאפארט אפשטעלן.
אפאר הויעכראנקיגע אפיצירן האבן זיך באוויזן אויף די צענע, די אהרונים האבן אנגעהויבן שרייען אז אויב גייען זיי נישט צושפרייטן דעם פראטעסט די מינוט גייען זיי אנזייען כאאס אין וויליאמסבורג. די פאליציי האט זיי געזאגט אז ביז 12 אזייגער האבן זיי אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און אום 12 אזייגער וועלן זיי צושפרייטן דעם פראטעסט.
12 אזייגער האט די פאליציי צושפרייט די טויזענטער פארזאמעלטע, און א ריזיגע קבוצה אידן זענען נאך געליבן ווארטן אויפן ערשיינונג פונעם סבלן ר' אהרן, און מוחה געווען א העפטיגע מחאה בפניו, וואס האט זיי שיעור נישט געקאסט דאס לעבן...
די פארזאמלטע האבן זיך צושפרייט, און פון יעדען'ס מויל האט זיך ארויסגעריסן "יא! דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, דער זעלביגער וואס האט יארן געווארפן א פחד אויף די וועלט, טערארעזירט רבנים און יחידים, און ער איז געליבן דער זעלבער טעראריסט (דאס איז שוין ווען משה גבאי זיצט נישט ביים רעדל...) דארף היינט זיצן איינגעשפארט ביי זיך אין שטוב, און קען זיך נישט באווייזן דאס פנים אין גאס."
 |
|
|