בית פורומים אידישע געדאנק

רא"ט טוט א שידוך מיט א מיידל פון די א.ג. טאליבאנע מוסדות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 19:42 לינק ישיר 
רא"ט טוט א שידוך מיט א מיידל פון די א.ג. טאליבאנע מוסדות

יא אפילו ער ווייסט פון ווי צו נעמען



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 19:47 לינק ישיר 

רעד קלארער, ווער? וואס?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:00 לינק ישיר 

די ביזט מחזק די ווערסיע פין צד מהר''א אז אין די וומ''ס מוסדות פין צד מהר'זל איז נאך דא א ריזיגער פראצענט וואס  האט גארנישט מיט מהרז''ל זיי נעמען נישט ארויס די קינדער ווייל זיי ווילן נישט טוישען
א פאקט וואס שפילט זיך אפ ביי יעדע טיילונג ווי די עסטעבלישמענט בלייבט מיט די רוב - ספעצעיל אין וומ''ס ווי עס זענען פארהאן אזא גרויסע פראצענט מענטשן וועלכע האבען נישט מער שייכות צו איין צד ווי די צווייטע

צום ענין

דער שידוך איז
בן הר''ר העניך אשכנזי דומ''ץ אבני צדק מיט די בת יחידה פין הר''ר זלמן האלבערשטאם אב''ד טשאקעווע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 21:25 לינק ישיר 

דיןתורה, די זעלבע "פאקט" וואס שפילט זיך אפ ביים טיילונג אין וו"ב אז די עסטעבלישמענט בלייבט מיט רוב, איז גילטיג אויף קרית יואל אויך?

אויב יא, לכאורה האסטו חרטה פארן אויפברענגען די נושא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2010 21:45 לינק ישיר 

אה''נ דאס איז גילטיק אין קרית יואל
נו! די עסטעלישמענט שרייבט אז זיי האלטען שוין ביי 12/13 כיתה א'
אין די נייע געגרינדעטע שרייבן אז זיי האלטען ביי ארום 4 כיתה א'

משא''כ אין וומ''ס איז די נ''מ
די עסטעבלישמענט האלט ביי ארום 14
אין די נייע האלטען ביי ארום 9

דאס איז גילטיג אין באבאוו ווי איבעראל האט רב''צ רוב, חוץ אין מאנסי ווי ער פארלוירן די עסטעבלישמענט
אין וויזניץ ווי רי' ישראל האט איבעראל רוב חוץ אין וומ''ס ווי ער האט פארלוירן די עסטעבלישמענט
אין תולדות אהרן
אין ווי נישט

א עסטעבלישמענט בלייבט אייביג מיט די רוב
אבער אין סאטמאר וומ''ס ווי עס זענען דא א ריזיגער פראצענט וועלכע געהערט נישט אין ערגעץ איז עס נאך מער שייך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2010 22:33 לינק ישיר 

די ביסט גאנץ ווייניג באגלייבט אין זאכן וואס "יעדער קעל אליינס זען און זיך איבערצייגן" (פרעג דיין חבר נעקי). אזוי איך ביסטו בכלל נישט באגלייבט אין זאכן וואס קיינער קען נישט "אליינס זען און זיך איבערצייגן".

וויפיל כתות ר' זלמן לייב האט ביסטו נישט באגלייבט, די וועסט אלעמאל פראבירן צו מאכן ווייניגער (אפגעזען וואס די אמת'ע פאקטן זענען). וויפיל כתות ר' אהרן האט ביסטו אויך נישט באגלייבט ווייל די וועסט אלעמאל פראבירן צו מאכן מער (אפגעזען וואס די אמת'ע פאקטן זענען).

נאכדעם ווען מיר וועלן שוין יא קומען צו א עמק השווה און איך וועל לאמיר זאגן מסכים זיין מיט דיינע ציפערן, הייבט זיך אן א פרישע געפעכט פון "וויפיל קינדער לערנען אין יעדע כתה באזונדער". דערנאך ווען מיר וועלן שוין וויסן פונקטליך הייבט זיך אן א פרישע געפעכט פון "וויפיל נוטראלע" קינדער לערנען אין יעדע מוסד (אויב ביסטו א גלייכע מענטש וועסטו מסכים זיין אז ביי ענק איז אויך דא "אפאר" נייטראלע.

מיר וועלן קיינמאל נישט דערגרייכן ביז אהער, דעריבער מיין איך איז איבריג בכלל אריינצוגיין אין די פרטים. די פאקט איז אז אין וו"ב האט ר' זלמן לייב מער און אין קרית יואל האט ר' אהרן מער.

לדעתי ענדיגט זיך דא די שמועס וועגן די מספר פון קינדער אין די מוסדות און מ'קען צוריק גיין צום ארגינעלן שמועס.

ר' אהרן האט גענומען א מיידל וואס לערענט אין א שולע קעגן וועם די אהרוינים האקן טאג אין נאך אויפן אינטערנעט, וואך איין וואך אויס אין "דער בלאט" אז מען פירט דארט ממש אראפ פון וועגן מען לערענט א'ב' אזוי ווי די מסכילים וכו'

יואלי808 האט א נצחון קעגן ר' אהרן.

איך האלט נישט בכלל אז דאס איז א נצחון קעגן ר' אהרן, ווייל ר' אהרן גייט אין טאטע'נס דרכים, דער טאטע דער ברך משה האט דעם ר' אהרן זעלבסט חתונה געמאכט מיט א מיידל וואס האט געלערענט אין א שול ווי מען לערענט כפירה וכדו' נישט געפערליך, ס'בלייבט אין די משפחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 17:49 לינק ישיר 

מזל טוב א שיינער שידוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 08:35 לינק ישיר 

פאר ווער עס האלט מיט אביסל, איז קושיא מעיקרא ליתא.

ר' העניך שליט"א איז זיינערצייט געווען פון די גרויסע מתנגדים אין ישיבה אקעגן ר' אהרן.

למעשה, איז ער נעבעך דארט געווארן אן איידעם.

(ער האט נישט געהאט די גאטס וואס הרה"ג ר' לייבוש ט"ב שליט"א, בן ר' שמואל, ר"ם בישיבה גדולה ד'סאטמאר וומסב"ג, האט געהאט, וואס ר' אהרן האט זייער גע'חלש'ט נאך אים, און זיין טאטע האט אויך זייער געוואלט דעם שידוך, והוא באחד ער האלט נישט דערביי. עד כדי כך, אז אפילו א פראסק פון זיין טאטן האט נישט געהאלפן.

אגב, איז זיס צו פאנטאזירן ווי אזוי ר' לייבוש וואלט ווען גע"קאופט" מיט זיין שווער'ס התנהגות די אלע יארן...).

למעשה, רוב שידוכים וואס ר' העניך טוט איז נישט קיין אהרוני'שע.

ער האט 2 איידעמער וואס האבן געלערנט אין ישיבת נוע"א וואס איז כידוע נישט קיין שטארקע באזע פאר אהרונים.
ווען זיינע איידעמער ווערן ווען איידעמער ערגעץ אנדערש, וואלטן זיי מסתמא געלערנט אין כולל ויוא"מ...

תוקן על ידי אומזיסט ב- 14/06/2010 08:37:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2011 04:26 לינק ישיר 

אפדעיט זונטיג פרשת וירא: העניך טוט א שידוך יעצט מיט טארטיקוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רא"ט טוט א שידוך מיט א מיידל פון די א.ג. טאליבאנע מוסדות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext