בית פורומים אידישע געדאנק

2# האט זיך דאס געלוינט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 20:06 לינק ישיר 
2# האט זיך דאס געלוינט?

איך הייב אן מיט די נוסח פין נעקי

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים)

 

עכ''ל

 

קודם א שטיקעל הקדמה פין טרוקענע פאקטען וואס יעדער קען זיך איבערצייגן

אין וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' (נישט שרייבן אדער ליינען) 
 
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט אזעלכע לאנגע ארטיקעלן, אבער כ'וועל פראבירן מ'זאל פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגן



אויב די איבערקערניש האט פארשעמט מהר''א צו נישט, דאס וועל איך נישט יעצט אריינגיין אויף די מיניט

די פארזאמלונג/פראטעסט איז נישט געווען גערופן דורך קיין שום ארגענעזעציע אדער מוסד אפיצעיל

קיין שום האט דעת תורה האט נישט אפיציעל געהייסען גיין אין שרייען

אין אוודאי איז קיין איינס פין די שרייער פין צד מהרז''ל זענען נישט געווען פאריגע וואך ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן קעגן חיטוטי שוכבי פין די רשעי הציונים

די פראטעסט איז באשטאנען מער ווייניגער פין קינדער אין בחורים אין העכססטענס יונגעלייט ביז 25 יאר, עס איז זעלטן געווען צו זעהן איינעם העכער 25


די פלאץ וואס איז מ'איז געשטאנען איז געווען מאקסימום 2 אדער 3 הייזער אריין פין לי עוו' אין פין דארט איז געווען נאר באריקאדעס, אין נאר היץ קעפ פין צד מהר''א האבען זיך דארט געדרייט

די שרייער אין ציריק שרייער זענען געווען קאנצעטרירט אינמיטן ראוד אויף די 2 לעינס ווי די קארס פארען


 אויפן סיידוואק – פין ווי מ'האט בעיקר נאר ציגעקוקט איז איף די זייט צו הופער געווען רובא דרובא צד מהרז''ל ,אין אויף די זייט פין פען איז געווען רובא דרובא צד מהר''א, אין ציקוקער אין בילדער כאפער אריינגמישט ביי ביידע זייטן,

אויף ביידע זייטן פין די גאס זענען קארס געווען געפארקט אויף ביידע זייטען געהעריג

אויף די זייט צו בעדפארד איז אויך געווען אפגעשפארט אבער דארט זענען נישט געווען קיין שום מהימות, דארט איז אינדיג פין צד מהר''א געשטאנען מיט די פאליציי איז געזאגט וועם מ'זאל אריינלאזען
בעיקר שכנים, אדער באזוכער ביי מהר''א

עס זענען ארעסטירט געווארען 2 מענטשן פין צד מהר''זל דורך די פאליציי, אויף זייער {די פאליציי'ס} אייגענע האנט

עס זענען נישט פארגעקומען קיין שום געשלעגן (כ'רעדט נישט פין א שטופ אהער אדער אהין) חוץ אין איין פאל פין א יונגערמאן וואס איז אנגעקומען אויף יוז סט' ביז סיגוט, וואס ער האט געטוהן דארט איז מיר נישט באקאנט, אבער דערווייל האבען ליידער מענטשן פין ביידע צדדים געפרעסט טשארזשעס

הצלה אין פייער לעשער זענען עטליכע מאל גערופן געווארען צו פארשטעקערן די מהימות אדער צו פארטרייבן די פארזאמעלטע, אבער האבען למעשה גארנישט געהאט קיין ארבעט דארט ב''ה

ביי מהר''א אין שטוב איז אנגעגאנגען אלעס ווי געהעריג, צענדליגע יונגעלייט זענען געקומט ברענגן 1800 דאללער פין די מקוה טהרה, אין אסאך מענטשן צווישען זיי רבנים אין ת''ח זענען געקומען באזוכען ביז שפעט אין די נאכט, מהר''א האט גענדיגט געזעגנן ווי וועכענטליך ביז ארום חצות– אין ווער ער איז אהיימגעפארען קיין ק''י איז נישטעמאל געווען קיין באריקעידס אויף די גאס (זיין איידעם האט נעכטן געשלאסען א שידוך מיט טשאקערע רב הרה''ג ר' זלמן ה''ש, אין ער איז געווען אין א גיטע שטומינג)

די פאליציי וועלכע זענען געברענגט געווארען דורך צד מהר''א זענען געווען גיט ארגענעזירט אפי' זיי זענען נישט געווען אזוי סאך אין צאל, אבער האבען אפגעכאפט די גאנצע איבערקערנישט אויף ווידיא, אין האבען שפטעטער אנגצינדען גרויסע פראזשעקטער אין ליכטיג געמאכט די גאנצע ארום, וואס האט אסאך בחורים אין די יארען פארשיקט אדער איינגשטילט

ארום 12 אזייער האט די פאליציי געזאגט אז מ'זאל אנהייבן זיך ציגיין אין ווער נישט וועט ווערן ארעסטירט, אין פארשטייט זיך אז די גאס איז ליידיג געווארען

דאס אז זענען אלע טרוקענע פאקטן וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' אין איך האב עס קראנט באשטעטיגט פין ערוואקסענע באטייליגטע אין ציקוקער פין ביידע צדדים

--------

יעצט צום ענין

ווי באקאנט טענה'ן צד מהז''ל שוין לאנגע יארען אז אין קרית יואל ספעציעל אין ישיבה ערציט מען די בחורים מיט שטארקע עזות אין מ'איז מחזק דארט געשלעגן - די טענה באציט זיך ביז די פרשה פין בני יואל, וואס צד מהר''א ווייזט קלאר אויף אז דעמאלטס איז משה גבאי געווען בעל הבית – איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם

די מציאות איז פאקטיש, אז פין די בחורים אין קרית יואל האט מען די לעצטע פאר יאר נישט געהערט קיין שום ספעציעל ווילדע אקטען, כאטש מ'האט טענות גערעכטע צו אימגערעכטע שריט אויף די פאבליק סעיפטי אדער אויף אנדערע יחידים, אבער אויף די בחורים קענט מיר נישט אנווייזען א ''געמיינזאמע אקציע'' פין די גאנצע ישיבה קעגן סיי וועם

למעשה האט די נעכטיגע פרשה, געוויזען פאר די גאס ''ווי יעדער האט געזעהן'' אז דאס וואס צד מהרז''ל שרייט אז די בחורים פין ק''י טוהן, דאס ווערט אין איז פאקטיש געווארען געטוהן דורך זייער אייגענע יונגעלעך אין בחורים

איך ווייס נישט וויפיל בחורים פין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה פין צד מהרז''ל 'האבען געפעלט', אבער דאס האט יעדער געזעהן אז רוב באטייליטגע זענען געווען פין די ישיבות בנשיאת מהרז''ל

די אויפפירינג פין זיי, וועט יעדער קענען זעהן פין די קליפס וואס וועלן ארויסקומען - אויב וועט עס זיין צענזירט נאר אזווי די קליפס פין ק''י (ווייסט איינער פארוואס פינקט היינט נעמט אזוי לאנג ס'זאל ארויסקומען די קליפס?)

פארשטייט זיך ווי א שטארקע בושה דאס איז פאר צד מהרז''ל,


איר מיזט פארשטיין אז די גאס קוקט עס נישט אן וויאזוי איר ווילט מ'זאל עס אנקוקען אין אפי' ערנסטערע ביי צד מהרז''ל האבען זיך געשעמט צו אנדעפצירן אויפן פלאץ

איך האב געזעהן - בשעת איך בין דורךגעגאנגן ווי א בחור'ל פראבירט מסביר צו זיין פאר א דורךגייער אז זיי האבען ציגעמאכט די רעביצין'ס ביהמ''ד אפאר חדשים ציריק דורך א קאנטער קלעים, נאך לענגערע געשלעגן,  אין יעצט האבען זיי אראפגעריסען די גאנצע סטעפס אין א סעפטיק טאנק, אין די פאבליק סעיפטי אין פאליצייי האט גאר זיי געוואטשט, אין יענער האט אים אנגעקוקט מיט אזא ווינדערדיג פנים, ענדיגעןדיג סוי ווי לערענען די אלע בחורים?

איר האלט אז מיט דעם אלעם האט זיך נאך געלוינט די מהימות?

אגב, איך רעדט שוין נישט דא פין די אחריות פין די ביטול תורה אין חילול ש''ש.


 

 

 

 

 

 

 




תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:29:16




תוקן על ידי המהדרין ב- 09/06/2010 20:32:18




תוקן על ידי דיןתורה ב- 09/06/2010 20:48:04




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 21:21 לינק ישיר 

jhol כתב:
דין תורה.
   דיין פוינט און מיין פוינט ביידע זענען אמת. און ס'איז נישט קיין סתירה .
 הצד השוה שבהם אז זיי גייען קאפ און וואנט . 1 אז זיי פארשעמען זייערע נאמען  2 אז זיי שרייען ארויס אז זיי זענען דעפרעסט נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 21:04 לינק ישיר 

דין תורה.
   דיין פוינט און מיין פוינט ביידע זענען אמת. און ס'איז נישט קיין סתירה .
1 אז זיי פארשעמען זייערע נאמען  2 אז זיי שרייען ארויס אז זיי זענען דעפרעסט נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 20:51 לינק ישיר 

jhol כתב:
איך האב 1 גרויסע קשיא אויף דער זאליס אויב היילט עטס אז ענקער פראטעסט האט אזוי שטארק אויף געטוהן  און דער אהרונים שעמען זיך אזוי שטארק און אלע ארונים זענען אנגעזעסט דער וועגן און ר' אהרן אליין האט מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז .      איז אויב אזוי פארוואס מאכן דאס דער אהרונים נישט צירוק מער זאל מאכן א מעכטיג פראטעסט און דער פראנט פון ר' ז''ל הויז און שרייען ארויס פון בג''ץ און צא טמא וכו' און אלע זאלונים וועלן ווערן אן געזעצט און זיך באהייטן פאר בושה און ר' ז''ל אליינס וועט מורא האבן ארויס צו קומען פון זיין הויז און שלום על ישראל.              [אזוי איז צו געגאנגען א יעדער זאך און דער פאליטיק ביז יעצט אויב האט איינער געטעהון עפעס א גוטע זאך אויף צי בויען דער קהילה האט דער צווייטע זייט נאך געמאכט [אויב ס'איז געווען ביכולת] און אויב איינער האט געטעהון עפעס א גוט שטיקול אינטער צו ברעכעןדער צד שני האט דאס אויך דער צווייטע צד נאך געמאכט .   אבער פונקט ביי מערכה האבן דער אהרונים עפעס נישט געוואלט נאך מאכען....        פארוואס?????????.  


די ברענגסט ארויס א גיטע פוינט
אבער איך האלט די סיבה דערפון איז ווי איך האב אנגהויבן

אזעלכע איבערדרייען פארשעמט שטארק די צד וואס דרייט אן זייערע בחורים פאר אזעלכע זאכען
אין איך ווינדער מיך טאקע ווי זענען לכתחילה געווען די קאפ שטיק פין צד מהרז''ל (די עלטערע בעיקר)
האבען זיי נישט געוויסט אז יעצט גייט דאס זיי קאסטען בישות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 20:24 לינק ישיר 

סענדער    אמת.           אבער אויב דאס איז דער גאנצע וואס די האסט צי פארענפערן קוקט אויס אז די שטייסט גאנץ שוואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 20:16 לינק ישיר 

נוטראלער כתב:

פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א??? וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער



איך קען נאכנישט צאמשטעלן צו דיןתורה איז סתם א געריבענער זאלי וואס מאכט א גוטן זשאב... אדער איז ער אזא טייפ בלאט שרייבער וואס ווערט רויט ביים זאגן דעם אמת... 

דיןתורה, ליינענדיג דיין אשכול האב איך נישט געזען פאר וויכטיג צו ענטפערן דיינע תגובות כמובן, אבער ביי דעם בילד דא מוז איך מיך שוין אפשטעלן,

דער יונגערמאפון דעם בילד איז א מתפלל אין בית יואל און האלט די קינדער אין בני יואל ער איז געקומען שרייען פאר ווייטאג אזוי ווי אלע פרידליכע מוחים, ער הייסט י.ש.מ. דער שלעגער הייסט א.ר. א תלמוד פון בארדיטשוב רד. א ארוני ווי אלע ארונים אן קיין בארד (ווער ס'דארף דעם פולן נאמען מיט טעלעפאן נומבער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, דער שלעגער לייקענט נישט ער איז פראהד מיט זיין שלעגעריי ער טענה'ט אז ער האט זיך אנגענומען פארן מנהיג)

אצינד האט איר אלע א סעמפל, און דאס איז לא ללמד ע"ע יצא כי אם ללמד על הכלל כולו יצא, אט אזוי זעען אויס זייערע אשכולות איין ליגענט אויפן צווייטן באבקע אנגעהויבן אז דער פארטעסט האט זיי פארשטייצעך גארנישט געבאדערט אזוי ווייט אז זיי האבן קיינעם נישט אטאקירט נאר פארקערט די מוחים האבן געטיילט קלעפ... 



איך הער וואס די זאגסט
איך קען נישט דעם יונגערמאן פערזענליך
אין דאס שרייבן נעמען מיינט נאכנישט אז די זאגסט אמת

איך האב באקומען דעם בילד אין אישי, ציגעלייגט די ווערטער וואס יענער האט געשריבן
כ'בין עס דאס מאל נישט נאכגעגאנגען, ווייל כ'האב געהערט פין די הצלה אז זיי האבען אריינגטראגען איינעם פין צד מהר''א אין שפיטאל פין א שטיין וואס ער האט געכאפט פין בני יואל, אין ווען כ'האב באקועמן די בילד פין יענעם צילייגענדיג אז דאס איז א געשלאגענער האב איך נישט געדארפט אינטערסירן אויב ס'איז טאקע ווי יענער זאגט (ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שרייבט נאך יענעם'ס מיינונג) אין סיי ווי שרייב איך דארט אז כ'האב דאס אריינגעלייגט פין עמיצן

סיי וויאזוי כ'האף זיך צו פארבינדען מיט יענעם געוואר צו ווערן די פינטקליכע פאקטען ווער דאס איז
אין אויב כ'וועל האבען א קלארגעשטעלטע תשובה וועל איך אי''ה ציריקומען

עכ''פ
וועמענס דאס בילד זאל נאר נישט זיין, האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פינעם אשכול
ווי שטארק בני יואל האט דא אריינגענארט צד מהרז''ל (לשיטתם) אין זיי גשיקט פראטעסטירן קעגן מהר''א אין אראפגעשטעלט זייערע בחורים ווי צילזאטע יונגען שרייען אין די גאסען


דין תורה:
איך האב ביז היינט געמיינט אז וואס די שרייבסט איז קראנט!
יעצט זעה איך אז יעדע זאך וואס מען זאגט דיר גלייבסטו!
אוודאי ביסטו אן אהרוני, מען האט דיר אליין געזאגט אז מהר"א איז א צדיק!

דער אינגערמאן הייסט ר' יעקב שלמה מאנדל, בן ר' אברהם.
ער איז א בני יואל'ער, זיינע קינדער לערנען דארטן, און ער איז א באס דרייווער ביי זיי.
מען האט אים געווארפן א בערי-געיט אין פנים ביי די מחאה אויף צאנז קאורט.
כאטש זעה וואספארא פיינע בחורים לערנען אינעם ק"י ישיבה................

רבותי געדענקט, דער ניק "דיןתורה" איז נישט קראנט................


ווען איך שרייב אז כ'ברענג נאך פין אנדערע בין איך נישט קראנט

אבער מיין הויפט תגובה וואס כ'בין אליין'ס נאכגעגאנגען סיי די פאקטען אין סיי די אויספיר - אין די עיקר
האט נאך קיינער נישט באוויזען אפצופרעגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 20:08 לינק ישיר 

jhol כתב:
דאס איז מיין בליק.


נישט יעדער טראגט דיינע ברילן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 19:33 לינק ישיר 

סענדער .     קודם כל א יישר כח פארן מיך לאזן וויסן אז מיין לאנגע ארטיקל איז ב''ה גוט געלונגען.   און צווייטנס פארן מודה זיין אז דער זאליס זענען דיפרעסט [נישט העפי]
יעצט צום ענין   איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען איין זאך אז דאס וואס ענק שרייען דער גאנצע צייט אז דער אהרונים זענען מוראדיג  דעפרעסט פון ענקערע חיי שעה פראטעסטן.  און אז מער היילט עס ממש נישט אויס .אויף דעם האב איך פרובירט מסביר צי זיין אז דער גאנצע פראטעסט ענקערע איז איין שטיק דערפרעסיע און ס'קימט נאר ווייל ענק זענען לוזערס.  און דאס וואס ענק שרייען צא טמא .שרייען ענק נישט באמת צא טמא נאר ענק שרייען באמת איך בין אנגעזעצט [אזוי ווי די האסט מיך פריעהר מודה געווען אז ענק זענען נישט העפי]
נו אויב אזוי פארוואס זאל באדערן אן אהרוני אז די שרייסט אז איך בין אנגעזעצט און איך בין א לוזער און איך באשמיץ מיין נאמען  אויפן גאנצע וועלט מיט דער בילגע חיי שעה פראטעסען.         פונקט פארקערט דער אהרוני לאכט און האט הנאה צי זעהן ווי ענק פלאצן און ענק באשמיצן ענקערע נאמען
דאס איז מיין בליק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 18:02 לינק ישיר 

אינטערסאנט אונז איז נישט איינגעפאלן אהייצושיקן מיט די קינדערגארטן קינדערלעך פיקטשערס פון די ארעסטן אין קרית יואל דורך ר' אהרן'ס משטרה,
קינדער זייטס ענק מחזק... איך פארשטיי ענק... 

אבער פארוואס דארף מען איבערלייגן 3 מאל דעם פיקטשער....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 17:44 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 17:17 לינק ישיר 

האט דא איינער געשריבן אז מ'האט געמאכט די פראטעסט צוליב העפינעס...? וואס מיינסטו ארויסצוברענגן מיט דיין לאנגע תגובה? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 16:24 לינק ישיר 

דער תירוץ איז זייער פשוט ...       דער מציאות איז א דער פראטעסט ווייסט נאר אויף פארווייטאגטקייט און אנגעזעצט קייט ...            דער מציאות פון דער וועלט גייט אז איינער וואס איז א געווינער ער לאכט און גייט ארום צופרידען אהייט און ער דארף גאר נישט רעדן ווייל ער איז סיי ווי דער געווינער            משא''כ דער לוזער קען נישט לאכן ווייל ער איז דאך א לוזער [און ער קען גארנישט טעהון און יעדען פאל אויב דער מחלוקה איז למשל געלט און ער האט דערלייגט אדער סתם נצחון און ער האט דערלייגט קען ער נעבעך גארנישט טעוהן ]חוץ איין זאך וואס דאס איז שרייען און שעלטן .אזוי האט דער באשעפער באשאפן דער וועלט אז וויבאלד ער איז א לוזער און ער האט נעבעך גארנישט זאל ער זיך כאטש קענען ארויס געבען זיין בויך ווייטאג און שרייען כדאי ס'זאל נישט דארפן בלייבן און זיין בויך.
לענינינו ס'איז געקומען א מצב ביי דער זאליס אז כלו כל הקיצין זיי האבן אנגעהויבן צי זעהן אז זיי זענען אזעלכע לוזערס אז זיי קענען שוין אפי' מער נישט פאר קויפן קיין שטרוי פאר זייערע מענטשען [אקסן] .און דער לעצטע האלב יאר אליינס האבן זיי געהאלטן און איין כאפן איינס נאכן צווייטן אז זיי האבן זיך ממש נישט געקענט צו זיך קומען .למשל.
1 דער בית החיים.   זיי הייבן אן איין צי זעהן אז זייערע חלמות וואס ר' שאול האט זיי נעבעך פארבירט איין צו רעדן בלייבט ביי א חלום [ביים אלטן]
2 דער קרעטשמע בלייבט פארשלאסן און היילטן און איין דער לייגן קארט'ס דערוועגן .
3 זיי קענען נישט צי רירען דער בית המדרש אויף ראסס.
4 זייערע בית המדרש און ב''פ איז אויף צרות.
5 קענסלען ערשטע נסיעה קיין א''י צוליב א באבע תירוץ.
6 קענסלען צווייטע נסיעה קיין א''י אן קיין שום תירוץ נעבעך [אבער יעדער ווייסט דער אמת'ע תירוץ]
7 קענסעלן נעילת החג שבועות און זיך ממש שעמען פון די בילדער.
8 קענסעלען פראטעסט און פראנט פון דער ווייסע הויז.
9 מער נעמט ארויס דער סעפטיק און דער טרעפן וכו' פון דער קרעטשמע.
10 מער ריפט פאליס אבער זיי קומען נישט אן. ווייל פאפליק סעפטי איז דארט
11 זיי זענען געוואר געווארן אז וויטראל האט א דין ווי א פאליס און קען ארעסטן מענטשען .אוי ס'איז צרות.
12 הצלה פון ק''י האט אויך גענומען א צד.    וכו' וכו'...
האבן זיי בלית ברירה געמיזט אנהייבן צי שרייען און שעלטן און ארויס געבען זייערע בויך ווייטאג ווייל דאס איז דער לעצטע און דער איינציגסטע זאך וואס זיי קענען נאך טעהון . האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און דאס געטעהון . אפי' זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז זיי גייען זיך פארשמיצען זייערע נאמען מיט דעם ..  און אויך גייען זיי ווייסן מיט דעם פארן גאנצע וועלט וואס פארא לוזער'ס זיי זענען און ווי דערפרעסט זיי זענען           אבער אם כל זה האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און זיי האבן געמיסט געבען פאר זייערע מענטשען צי שרייען און אויס געבען זייערע ווי געשריי און בויך ווייטאג.
דאס איז מיין  בליק . יעדער האט רעכט זיך צי דינגען אויף דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 15:51 לינק ישיר 

יעדער ווייסט אז מהרז"ל איז אנדערש פון זיין ברודער און דעם תחום, און ער האט גאנץ ווייניג א פראבלעם ווען משרייט איהם און פנים.
פרעגט אייך אביסל נאך וואס עס איז פארגעגאנגען און ראדני שמיני עצרת הידוע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 14:14 לינק ישיר 

איך האב 1 גרויסע קשיא אויף דער זאליס אויב היילט עטס אז ענקער פראטעסט האט אזוי שטארק אויף געטוהן  און דער אהרונים שעמען זיך אזוי שטארק און אלע ארונים זענען אנגעזעסט דער וועגן און ר' אהרן אליין האט מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז .      איז אויב אזוי פארוואס מאכן דאס דער אהרונים נישט צירוק מער זאל מאכן א מעכטיג פראטעסט און דער פראנט פון ר' ז''ל הויז און שרייען ארויס פון בג''ץ און צא טמא וכו' און אלע זאלונים וועלן ווערן אן געזעצט און זיך באהייטן פאר בושה און ר' ז''ל אליינס וועט מורא האבן ארויס צו קומען פון זיין הויז און שלום על ישראל.              [אזוי איז צו געגאנגען א יעדער זאך און דער פאליטיק ביז יעצט אויב האט איינער געטעהון עפעס א גוטע זאך אויף צי בויען דער קהילה האט דער צווייטע זייט נאך געמאכט [אויב ס'איז געווען ביכולת] און אויב איינער האט געטעהון עפעס א גוט שטיקול אינטער צו ברעכעןדער צד שני האט דאס אויך דער צווייטע צד נאך געמאכט .   אבער פונקט ביי מערכה האבן דער אהרונים עפעס נישט געוואלט נאך מאכען....        פארוואס?????????.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 06:20 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

פריש
די רעדסט געוואלדיג נעריש
איך האב דיר אינגאנצען נישט געוולט ענטפרן
ווייל לשטיתך גייען די בחורים זיך פארשמען פאר די גאנצע שטאט ווייל זיי ווילן שיקען א מעסעזש פאר צד מהר''א?
ער דערמאנט מיך די משל ווי דער איידעם האט זיך אפגעשניטן די נאז ווייל ער האט געוואלט פארשעמן זיין שווער

נאר עמיצער האט מיך געבעטן איך זאל שרייבן בנוגע וואס די שרייבסט פרידליכע דעמאנסטרירער
האט איר א בילד פין א יונגערמאן פין צד מהר''א??? וועלכע האט געכאפט א שטיין ביי איינס פין די אומרוען די וואך פין די פרידליכע שרייער



איך קען נאכנישט צאמשטעלן צו דיןתורה איז סתם א געריבענער זאלי וואס מאכט א גוטן זשאב... אדער איז ער אזא טייפ בלאט שרייבער וואס ווערט רויט ביים זאגן דעם אמת... 

דיןתורה, ליינענדיג דיין אשכול האב איך נישט געזען פאר וויכטיג צו ענטפערן דיינע תגובות כמובן, אבער ביי דעם בילד דא מוז איך מיך שוין אפשטעלן,

דער יונגערמאפון דעם בילד איז א מתפלל אין בית יואל און האלט די קינדער אין בני יואל ער איז געקומען שרייען פאר ווייטאג אזוי ווי אלע פרידליכע מוחים, ער הייסט י.ש.מ. דער שלעגער הייסט א.ר. א תלמוד פון בארדיטשוב רד. א ארוני ווי אלע ארונים אן קיין בארד (ווער ס'דארף דעם פולן נאמען מיט טעלעפאן נומבער קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, דער שלעגער לייקענט נישט ער איז פראהד מיט זיין שלעגעריי ער טענה'ט אז ער האט זיך אנגענומען פארן מנהיג)

אצינד האט איר אלע א סעמפל, און דאס איז לא ללמד ע"ע יצא כי אם ללמד על הכלל כולו יצא, אט אזוי זעען אויס זייערע אשכולות איין ליגענט אויפן צווייטן באבקע אנגעהויבן אז דער פארטעסט האט זיי פארשטייצעך גארנישט געבאדערט אזוי ווייט אז זיי האבן קיינעם נישט אטאקירט נאר פארקערט די מוחים האבן געטיילט קלעפ... 



איך הער וואס די זאגסט
איך קען נישט דעם יונגערמאן פערזענליך
אין דאס שרייבן נעמען מיינט נאכנישט אז די זאגסט אמת

איך האב באקומען דעם בילד אין אישי, ציגעלייגט די ווערטער וואס יענער האט געשריבן
כ'בין עס דאס מאל נישט נאכגעגאנגען, ווייל כ'האב געהערט פין די הצלה אז זיי האבען אריינגטראגען איינעם פין צד מהר''א אין שפיטאל פין א שטיין וואס ער האט געכאפט פין בני יואל, אין ווען כ'האב באקועמן די בילד פין יענעם צילייגענדיג אז דאס איז א געשלאגענער האב איך נישט געדארפט אינטערסירן אויב ס'איז טאקע ווי יענער זאגט (ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'שרייבט נאך יענעם'ס מיינונג) אין סיי ווי שרייב איך דארט אז כ'האב דאס אריינגעלייגט פין עמיצן

סיי וויאזוי כ'האף זיך צו פארבינדען מיט יענעם געוואר צו ווערן די פינטקליכע פאקטען ווער דאס איז
אין אויב כ'וועל האבען א קלארגעשטעלטע תשובה וועל איך אי''ה ציריקומען

עכ''פ
וועמענס דאס בילד זאל נאר נישט זיין, האט דאס נישט קיין שייכות מיט די נושא פינעם אשכול
ווי שטארק בני יואל האט דא אריינגענארט צד מהרז''ל (לשיטתם) אין זיי גשיקט פראטעסטירן קעגן מהר''א אין אראפגעשטעלט זייערע בחורים ווי צילזאטע יונגען שרייען אין די גאסען


דין תורה:
איך האב ביז היינט געמיינט אז וואס די שרייבסט איז קראנט!
יעצט זעה איך אז יעדע זאך וואס מען זאגט דיר גלייבסטו!
אוודאי ביסטו אן אהרוני, מען האט דיר אליין געזאגט אז מהר"א איז א צדיק!

דער אינגערמאן הייסט ר' יעקב שלמה מאנדל, בן ר' אברהם.
ער איז א בני יואל'ער, זיינע קינדער לערנען דארטן, און ער איז א באס דרייווער ביי זיי.
מען האט אים געווארפן א בערי-געיט אין פנים ביי די מחאה אויף צאנז קאורט.
כאטש זעה וואספארא פיינע בחורים לערנען אינעם ק"י ישיבה................

רבותי געדענקט, דער ניק "דיןתורה" איז נישט קראנט................



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/6/2010 03:43 לינק ישיר 

אויב האב איך מסופק געווען צו סהאט זיך געלוינט, געב איך א קוק אין שכינותדיגע פארום ווי עס עפענעט זיך יעדע פאר שעה א פרישען אשכול איבערן פראטעסט וואס קיינער באדערט נישט,
יעדע רגע פרישע בילדער מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות פון די מוחים, מיט אפאר קללות אין דער זייט,
לפי זה זעהט אויס אז סהאט זיך שוין איינמאל געלוינט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 2# האט זיך דאס געלוינט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext