בית פורומים כל העולם כולו

האט זיך עס געלוינט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/6/2010 22:04 לינק ישיר 
האט זיך עס געלוינט?

האט זיך דאס געלוינט?

איך הייב אן מיט די נוסח פין נעקי פין מהרזל''ס פארום

האט זיך דאס געלוינט? לדעתי נישט!

איך וויל בשום אין אופן נישט אריינגיין אינם זינלאזען וויכוח, ביז יא א אהרויני ביסט נישט א אהרויני, איך גיי בשום אופן נישט ענטפערן אויף די סארט שיטה. איך גיי זיך באציען נאר צו די נקודות אין פאקטן ארום מיין עצם דיסקאשען. איך בעט די מנהלים זאלן שטיין וואך און מיר העלפן האלטן די דעם אשכול אויף די רעלסן.

אמת אז עס זענען שוין דא אפאר אשכולות איבער דעם נושא, אבער עס איז נאך נישט דא קיין איין אשכול וואס גייט באהאנדלען די נושא פון מיין פוינט-אפ-וויוא.

יעדער וואס ווייסט אפילו נאר אביסל וואס דא גייט פאר (איך רעד נישט פון די וואס קויפן לאקשן, פון ביידע צדדים)

 

עכ''ל

 

קודם א שטיקעל הקדמה פין טרוקענע פאקטען וואס יעדער קען זיך איבערצייגן

אין וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' (נישט שרייבן אדער ליינען) 
 
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט אזעלכע לאנגע ארטיקעלן, אבער כ'וועל פראבירן מ'זאל פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגן



אויב די איבערקערניש האט פארמינערט די כבוד פין מהר''א צו נישט, דאס וועל איך נישט יעצט אריינגיין אויף די מיניט

קיין שום מוסד אדער ארגענעזאציע האט נישט גענומען פאראנטפארטליכקייט פין די פארזאמלונג

קיין שום האט דעת תורה האט נישט אפיציעל געהייסען גיין שרייען

אין אוודאי איז קיין איינס פין די שרייער פין צד מהרז''ל זענען נישט געווען פאריגע וואך ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן קעגן חיטוטי שוכבי פין די רשעי הציונים

די פראטעסט איז באשטאנען מער ווייניגער פין קינדער אין בחורים אין העכססטענס יונגעלייט ביז 25 יאר, עס איז זעלטן געווען צו זעהן איינעם העכער 25


די פלאץ וואס איז מ'איז געשטאנען איז געווען מאקסימום 2 אדער 3 הייזער אריין פין לי עוו' אין פין דארט איז געווען נאר באריקאדעס, אין נאר היץ קעפ פין צד מהר''א האבען זיך דארט געדרייט

די שרייער אין ציריק שרייער זענען געווען קאנצעטרירט אינמיטן ראוד אויף די קארגע 2 לעינס ווי די קארס פארען


 אויפן סיידוואק – פין ווי מ'האט בעיקר נאר ציגעקוקט איז איף די זייט צו הופער געווען רובא דרובא צד מהרז''ל ,אין אויף די זייט פין פען איז געווען רובא דרובא צד מהר''א, אין ציקוקער אין בילדער כאפער אריינגמישט ביי ביידע זייטן,

אויף ביידע זייטן פין די גאס זענען קארס געווען געפארקט אויף ביידע זייטען געהעריג

אויף די זייט צו בעדפארד איז אויך געווען אפגעשפארט אבער דארט זענען נישט געווען קיין שום מהימות, דארט איז אינדיג פין צד מהר''א געשטאנען מיט די פאליציי איז געזאגט וועם מ'זאל אריינלאזען
בעיקר שכנים, אדער באזוכער ביי מהר''א

עס זענען ארעסטירט געווארען 2 מענטשן פין צד מהר''זל דורך די פאליציי, אויף זייער {די פאליציי'ס} אייגענע האנט

עס זענען נישט פארגעקומען קיין שום געשלעגן (כ'רעדט נישט פין א שטופ אהער אדער אהין) חוץ אין איין פאל פין א יונגערמאן וואס איז אנגעקומען אויף יוז סט' ביז סיגוט, וואס ער האט געטוהן דארט איז מיר נישט באקאנט, אבער דערווייל האבען ליידער מענטשן פין ביידע צדדים געפרעסט טשארזשעס

הצלה אין פייער לעשער זענען עטליכע מאל גערופן געווארען צו פארשטעקערן די מהימות אדער צו פארטרייבן די פארזאמעלטע, אבער האבען למעשה גארנישט געהאט קיין ארבעט דארט ב''ה

ביי מהר''א אין שטוב איז אנגעגאנגען אלעס ווי געהעריג, צענדליגע יונגעלייט זענען געקומט ברענגן 1800 דאללער פין די מקוה טהרה, אין אסאך מענטשן צווישען זיי רבנים אין ת''ח זענען געקומען באזוכען ביז שפעט אין די נאכט, מהר''א האט גענדיגט געזעגנן ווי וועכענטליך ביז ארום חצות– אין ווער ער איז אהיימגעפארען קיין ק''י איז נישטעמאל געווען קיין באריקעידס אויף די גאס (זיין איידעם האט נעכטן געשלאסען א שידוך מיט טשאקערע רב הרה''ג ר' זלמן ה''ש, אין ער איז געווען אין א גיטע שטומינג)

די פאליציי וועלכע זענען געברענגט געווארען דורך צד מהר''א זענען געווען גיט ארגענעזירט אפי' זיי זענען נישט געווען אזוי סאך אין צאל, אבער האבען אפגעכאפט די גאנצע איבערקערנישט אויף ווידיא, אין האבען שפטעטער אנגצינדען גרויסע פראזשעקטער אין ליכטיג געמאכט די גאנצע ארום, וואס האט אסאך בחורים אין די יארען פארשיקט אדער איינגשטילט

ארום 12 אזייער האט די פאליציי געזאגט אז מ'זאל אנהייבן זיך ציגיין אין ווער נישט וועט ווערן ארעסטירט, אין פארשטייט זיך אז די גאס איז ליידיג געווארען

דאס אז זענען אלע טרוקענע פאקטן וואס יעדער האט געקענט ''זעהן'' אין איך האב עס קראנט באשטעטיגט פין ערוואקסענע באטייליגטע אין ציקוקער פין ביידע צדדים

--------

יעצט צום ענין

ווי באקאנט טענה'ן צד מהז''ל שוין לאנגע יארען אז אין קרית יואל ספעציעל אין ישיבה ערציט מען די בחורים מיט שטארקע עזות אין מ'איז מחזק דארט געשלעגן - די טענה באציט זיך ביז די פרשה פין בני יואל, וואס צד מהר''א ווייזט קלאר אויף אז דעמאלטס איז משה גבאי געווען בעל הבית – איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין דעם

די מציאות איז פאקטיש, אז פין די בחורים אין קרית יואל האט מען די לעצטע פאר יאר נישט געהערט קיין שום ספעציעל ווילדע אקטען, כאטש מ'האט טענות גערעכטע צו אימגערעכטע שריט אויף די פאבליק סעיפטי אדער אויף אנדערע יחידים, אבער אויף די בחורים קענט מיר נישט אנווייזען א ''געמיינזאמע אקציע'' פין די גאנצע ישיבה קעגן סיי וועם

למעשה האט די נעכטיגע פרשה, געוויזען פאר די גאס ''ווי יעדער האט געזעהן'' אז דאס וואס צד מהרז''ל שרייט אז די בחורים פין ק''י טוהן, דאס ווערט אין איז פאקטיש געווארען געטוהן דורך זייער אייגענע יונגעלעך אין בחורים

איך ווייס נישט וויפיל בחורים פין ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה פין צד מהרז''ל 'האבען געפעלט', אבער דאס האט יעדער געזעהן אז רוב באטייליטגע זענען געווען פין די ישיבות בנשיאת מהרז''ל

די אויפפירינג פין זיי, וועט יעדער קענען זעהן פין די קליפס וואס וועלן ארויסקומען - אויב וועט עס זיין צענזירט נאר אזווי די קליפס פין ק''י (ווייסט איינער פארוואס פינקט היינט נעמט אזוי לאנג ס'זאל ארויסקומען די קליפס?)

פארשטייט זיך ווי א שטארקע בושה דאס איז פאר צד מהרז''ל,


איר מיזט פארשטיין אז די גאס קוקט עס נישט אן וויאזוי איר ווילט מ'זאל עס אנקוקען אין אפי' ערנסטערע ביי צד מהרז''ל האבען זיך געשעמט צו אנדעפצירן אויפן פלאץ

איך האב געזעהן - בשעת איך בין דורךגעגאנגן ווי א בחור'ל פראבירט מסביר צו זיין פאר א דורךגייער אז זיי האבען ציגעמאכט די רעביצין'ס ביהמ''ד אפאר חדשים ציריק דורך א קאנטער קלעים, נאך לענגערע געשלעגן,  אין יעצט האבען זיי אראפגעריסען די גאנצע סטעפס אין א סעפטיק טאנק, אין די פאבליק סעיפטי אין פאליצייי האט גאר זיי געוואטשט, אין יענער האט אים אנגעקוקט מיט אזא ווינדערדיג פנים, ענדיגעןדיג סוי ווי לערענען די אלע בחורים?

איר האלט אז מיט דעם אלעם האט זיך נאך געלוינט די מהימות?

אגב, איך רעדט שוין נישט דא פין די אחריות פין די ביטול תורה אין חילול ש''ש.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 20:45 לינק ישיר 

ביטע נישט דעבאטירן דעם אנדערן פארום ביי אונזער פארום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 14:14 לינק ישיר 

אז דער דאנקי רעדט שוין פון קינדישע מהלך איז כדאי דא צו ברענגן א תגובה פון זייער נוטראלער מנהל

דאס שרייבט אין א צווייטען אשכול דער זעלבער סגן מנהל וואס האט געטוישט פון "מרא דאתרא" צו "פרא דאתרא"

"(א הסבר פון ארויני ונתקן ע"י סגן הנהלה ווייל אויף דעם פורם מעג מען יעדער געבן זייער הסבר אבער נאר בדרך כבוד) "

נישטא ווער זאל לאכען...

איך האב נישט געזען יענעם אשכול פאר זיין תיקון, ווייס איך נישט וואס ביי אים איז געווען נישט בדרך כבוד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 13:52 לינק ישיר 

אויב האט איר נאך געהאט א צווייפל וואס די אמת'ע ציל פון דעם "פרישער" דאנקי איז דא געווען, ווערט דאס פארענטפערט פון די תגובה וואס ער שרייבט אויפ'ן זאלי פורום.

"נ.ב. די דערמאנסט מיר פון דוד46 נאך פאר ער האט בטעות געניצט זיין ניק צו שימפן קעגן רבינו שליט"א.

תוקן על ידי דאנקי ב- 17/06/2010 23:22:36"

נאכן זיין מלא טענות ווען מ'האט מקיים געווען עם עקש תתפתל... ווען דער "ערוואקסענער" דאנקי האט נעבעך אומשילדיג געזיכט דעם זאלי פורום... געדענקט ער שוין פליצלונג אפי' "דוד46" ז"ל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2010 01:51 לינק ישיר 

ליינט וואס דער נערישער שקרן שרייבט

שלום עליכם, א גריס אייך פון "מתיבתא פורום"

קודם וועל איך אייך פארציילן ווער איך בין און פון ווי איך קום, דערנאך וועט איר שוין פארשטיין פארוואס איך רוף דאס "מתיבתא פורום".

איך האב זיך איינגעשריבן צו באקומען רשות אין די אהרוינישע פורום. די עצם איינשרייבן איז נישט אזא פשוטע זאך, דער "הויך געשיצטער" מנהל (יא ממש אזוי ער פאדערט כבוד כאילו ער זאל זיין לכה"פ א עושר, אדער א ת"ח, אדער אפילו נאר סתם קליג). ער פרעגט דיר אויס אלעס וואס ער קען נאר, ער האט למשל געוואלט וויסן (איידערן געבן רשות) ווי שטארק איך "הענג אן" אין מיין חסידות, ווי לדוגמא וויפיל מאל איך גיי צום טיש און וויפיל קוויטעלך א יאר איך געב... בקיצור נאך א גאנצע שקלא וטרי' האט ער באוויליגט מיר צו געבן רשות...

איך האב אנגעהויבן שרייבן, און תיכף ביים ערשטען תגובה האב איך באקומען א טוץ מיט נארישע חכמות, יעדער נאר דארט פראבירט צו צייגן אז ער איז א "גוט זאגער" ער קען גוט "צוריק פליקן" בקיצור, א נארמאלע שמועס קען מען נישט פירן. און פארשטייט זיך אז ווען מען פרעגט א נארמאלע שאלה קען מען נישט באקומען א נארמאלע תשובה. בקיצור נישטא דארט אפילו נאר "איינער" וואס זאל שמועסן נארמאל.

עס האט נישט לאנג אזוי אנגעהאלטן ביז עס האט זיך אויפגעוועקט א ניק "היראים", ער קען נישט נאר נישט ענטפערן נארמאל נאר ער קען בכלל נישט ענטפערן, זיין תשובה וועט אלעמאל זיין א פערזענליכע פליק אויף צוריק, למשל ווען איך פרעג פארוואס טרעפט מען נישט איין אהרויני וואס זאל ארויסזאגן מיט א פולע מויל אז דוד עקשטיינס רשעות זונטאג פארטאגס זאל זיך האבן געלוינט, ענטפערט ער צוריק "וואס האט מען געגעבן פאר לאנטש היינט אין ישיבה?" און ער לייגט נאך צו א "אפענע בקשה צום מנהל" אז ס'איז ממש אומדערטרעגליך און מען דארף דעם נייעם ניק ארויסווארפן...

איך האב זיך בארעכענט אז איך גיי אים אפטון א שפיצל... איך האב געמאכט א חשבון אז עס קען נישט זיין דארף צופיל שרייבער, עס זעט אויס אז רובה דרובה ניק'ס געהערן צו דעם זעלבן פארשוין, ווייל געווענטליך זענען אלע דא צוזאמען. עס קען אמאל אריבערגיין אפאר שעה און די פורום איז טויט און פלוצלינג געבן זיך א ריק אן 10 ניק'ס אויף איין מאל און זיי ווערן אלע אויך פארשווינדן אויף איין מאל... בקיצור איך האב מחליט געווען אז איך גיי אים אפטון א שפיצל...

איך האב געשיקט א מעסעדש אדרעסירט צום מנהל "אין אישי" (אזוי ווי זיין "הויך געשעצטע" כבוד פאדערט אז קריטיק איז נאר אין אישי) דא האט איר א קאפי

כבוד המנהל בשמחה, היתכן די לאזט צו פריוואטע אטאקעס אין די צייט וואס עס איז אויסדריקלעך קעגן דיינע אייגענע תקנות? אבער במקום שיקן צו "בשמחה_תמיד" האב איך דאס געשיקט צו "היראים". עס נעמט נישט לאנג און איך באקום צוריק א תשובה פון "היראים" בזה"ל "איך האב אים געווארענט אין אישי ער זאל אויפהערן". דער שוטה האט זיך נישט געכאפט אז איך האב אים אריינגעלייגט אין זאק...

עס גייט נישט אריבער לאנג און איך אנערקען אז איך בין ארויסגעשפארט פון יענעם פורום. האב איך מחליט געווען צו טון די זעלבע שפיצל נאכאמאל.. איך שים א מעסעדש בזה"ל


כבוד המנהל,

איך האב צוויי שאלות.

1 מה פשעי ומה חטאתי, פארוואס האסטו מיר ארויסגעווארפן.
2 וואס דארף איך טון צו צוריק באקומען רשות צו שרייבן.


און יעצט האב איך געטון אקוראט דאס זעלבע ווי פריער, איך האב דאס נישט געשיקט צו בשמחה נאר צו "היראים", עס נעמט נישט לאנג און איך באקום צוריק א תשובה פון "היראים" בזה"ל

"איך האב דיר ארויסגעווארפן ווייל די האסט געשטערט די רוהיגקייט פון דעם פורום, איך וועל איבערשמועסן מיט די אנדערע מנהלים אויב עס איז דא א מעגליכקייט דיר צוריק אריינצולאזן". המנהל

דער שוטה האט ווידער נישט געכאפט אז ער איז אריינגעסיינט אלס "היראים"

דעריבער איז ביי מיר קיין ספק נישט אז דער אנפירער איז א פאלנער בחור אדער גאר א נארישער אינגערמאן. בלייבט מיר נאר איבער צו זאגן גוד ביי פארן "מתיבתא פורום" און צום שליס "חשובער הויכגעשפריצטער מנהל-היראים, דארפסט גארנישט "איבערשמועסן" איך ווארט נישט אויף דיין תשובה".



איך דארף אייך נישט זאגען אז דער דאנקי האט מיר קיינמאל נישט געשיקט גאערנישט אין תיבה אישית
ושקר אין לא רגלים

אדרבה זאל ער מאכען א פרינט סקרין

נאך א מזל ער איז ציריק צו זיין אלטע פארום (אפי' מיט זיין נייע ניק)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2010 01:18 לינק ישיר 

פארוואס דארף זיין אזא אפענע זאלי אזא דאנקי?. 
איך מיין צי זאגען פארקערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 21:05 לינק ישיר 

היראים די ביסט הונדערט פארצענט גערעכט

מען בעט אז קיינער זאל ניטאמאל קאמענטירן צו דעם דאנקי

נישט אפילו א בליק טאן וואס ער האט צוזאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2010 20:52 לינק ישיר 

די נער זאל ארויסגיין פין מקוה

נאך די קלוגע תגובה פין דאנקי קענט איר בעסער פארשטיין מיינע ווערטער
מ'זאל אים/זיי גענצליך איגנארירן, סיי מיט זיין ניק ווי ער שפילט זאלי אין סיי מיט זיין ניק ווי ער שפילט ארוני אדער נוטראל

לאזט נישט איין שוטה אינטער ברענגן דעם פארום

ביי זייער אייגענע פארום, מעקט די מנהל אויס יעדע תגובה וואס אים שמעקט נישט
סיי אויב ער האלט אז יענער איז נישט לפי רוחו פין זיין פארום
סיי אויב יענער ברענגט ארויס א גיטע פוינט פין די ארוינים

אין ווילאנג אינזער מנהל וועט נישט נעמען קיין עקשאן וועט ער נאר ערגער ווערן

לאזט אים אזוווי נפל מיט זיינע שוואגער'ס, וועט אים פארגיין די אפעטיט

נ''ב: מיר האבען נישט קיין פראבלעם מיט זאלי'ס וואס ווילן פירן דיסקאשען'ס, נאר מיט קווינס בחורים וואס זיכען אראפצוברענגן די פארום ס'זאל אויסקוקען ווי די קווינסע געדאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2010 20:31 לינק ישיר 

היראים דיין הערליכער ערוואקסענער תשובה אויף מיין תגובה איז געוואלדיג עס צייגט אז
די ביסט פונקט אזוי קלוג ווי allgood1s. די האסט דעם זעלבן חוש ווי
אים פון נישט ענטפערן א נארמאלע תשובה נאר ליבערשט פארדרייען
די שמועס. איך עכ"פ בין נישט דא כדי צו פירן מיט דיר זינלאזע וויכוחים.

אויב קענסטו ענטפערן אויף מיין תגובה ווי א ערוואקסענער וועל איך נעמען די הנאה
פון פירן מיט דיר א שמועס, אויב אבער די ביסט פשוט נישט מסוגל צו
פירן א ערוואקסענער שמועס וועל איך זיך בכלל נישט מטריח זיין די צו ענטפערן.

נ.ב. פארט פטור בלי כלום אי אפשי דעריבער דערקלער איך אז
איך שפיל נישט זאלי ווייל "איך בין א זאלי"
איך שפיל נישט נייטראל ווייל איך בין א "אפענער זאלי"
איך שפיל נישט אהרויני פאר צוויי סיבות, קודם ווייל עכ"פ דא אויף הייד פארק
שטעלט זיך ארויס אז די אהרוינים האבן א זייער קינדישע מהלך המחשבה,
דעריבער איז מיר א בושה צו הייסן א אהרויני אפילו נאר אלס א שפיל.
צווייטנ'ס שפיל איך נישט אהרויני ווייל איך דערקלער אפען אז איך בין א זאלי.

בנוגע דיינע אנדערע שטותים ווי אז איך האב נאך ניק'ס און אז איך ברענג ארויף אלע אלטע אשכולות
וועל איך בכלל זיך נישט באציען ווייל יעדער זעט קלאר אז ס'איז נישט אמת. חוץ מזה טול קורא מבין עיניך...


תוקן על ידי דאנקי ב- 17/06/2010 20:42:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 20:14 לינק ישיר 

ווי יעדער באמערקט האבען מיר דא באקומען א נייע שרייבער
וואס זיין גאנצע ציל אז אראפצו ברענגן דעם פארום אויפן שטייגער ווי זייער פארום
ער זיצט אין ווערט משוגע פאר ליידיגע צייט
איין מיניט שפילט ער זאלי איין מיניט שפילט ער נוטראל אין אמאל שפילט ער ארוני אויך
ער ברענגט ארויף יעדע אלטע אשכול
מיט קינדערישע תגובות

ער האט שוין מער ווי איין ניק
אין פראבירט מיט אלע וועגן צו מאכן יעדע טעמע א קינדערישע דיסקאשען

אבער דער מנהל האט זייער שטארקע פאליסי'ס אין וועט יענעם נישט אויסשפארען נאר אויב ער וועט אפען עובר זיין אויף די תקנות
ע''כ בעט מעם דעם עולם מ'זאל זיי גענצליך איגנארירן

יש''כ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2010 19:51 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז קיינער האט זיך נישט אנגערופן "יא! ס'האט זיך געלוינט" דיןתורה די ביסט אויף ערענסטע צרות, אפילו די אהרוינים האלטן באמת אז עס האט זיך נישט געלוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 16:26 לינק ישיר 

דער ת''ח איז גארנישט נתבזה געווארן אדרבה עס איז אים א כבוד אז מואב ומדין (סטרא אחרא) די מרשיעי ברית עדת קורח האבן געמאכט א יד אחת חולק זיין אויף ת''ח וואס טוט סימבאליזירן דעם מנהיג אזוי ווי משה רבנו מנהיג ישראל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2010 06:58 לינק ישיר 

ס'טייטש דו פרייסט דיך מיטן בזיון ת"ח
היתכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 20:10 לינק ישיר 

עס האט זיך שוין איינמאל געלוינט צוזעהן ווי דער זרזיר שפרינגט מיטן עורב און גיבן זיך אויס דעם הייזעריגן גאל אנטקעגן דעם סאטמאר'ן באן וואס גאלאפט וווייטער בגאון בעוז ובתפארת 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2010 19:44 לינק ישיר 

תיקון טעות
כ'האב יעצט געזעהן א בילד
אין דארט קען מען זעהן די עולם איז נאר געשטאנען ביז די ערשטע אדער צווייטע בילדינג פין די גאס
אין נאכדעם איז געווען בעירקעידס פין ביידע זייטן
ד''ה אז אויף לי עוו' האט מען שוין נישט געקענט שטיין

וטעות לעולם חוזר

עס איז גאר מאדנע לויט די קאלקעלעיטר פין דער איד אז פין 5 ביז 10 גאסען אין מאנהעטן איז נאר פין 42 ביז 43
אין אז דארט פיטען נאר כמעט 1000 מענטשן
סוי וויפיל מענטשן פיטען דא אריין?

פאר די אלע וואס מאכען משוגע מיין תיבה אישית
דא האט איר א בילד ווי די שרייער נעמען נישט אויף מער ווי איין גאס פין יוז סט'



נו פרעג איך אייך האט זיך דאס געלוינט

איז געווען כדאי צו שיקען די אייגענע בחורים זיך מבזה אלעס ווייל מ'וויל אפטוהן צד מהר''א
עס קוקט דאך אויס ווי דער איידעם וואס האט זיך אראפגעשניטן די נאז אז זיין שווער זאל זיך שעמען מיט אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האט זיך עס געלוינט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext