בית פורומים כל העולם כולו

מה נשתנה די רעביצינ'ס שול פון די טרעפ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2010 04:19 לינק ישיר 
מה נשתנה די רעביצינ'ס שול פון די טרעפ


איך האב נעכטען זיך געטראפען און וומ"ס אויף 2 מינוט אין געזען די קולות וברקים וואס איז געווען אויף לי קארנער יוז איינער האט געשריגן צא טמא, גיי קיין ויזניץ, איינער האט געשריגן גיי ארויס פון בג"ץ, גיי קיין וואשינגטאן, נישט מיטאלטינדיג די לעצטע נייעס האב איך זיך אפ געשטעלט דארט אויף 2 מינוט (איף האף אז ס'איז נישטא קיין בילדער פון מיר) און געפרעגט א בחור'ל וואס גייט פאר?
דערציילט ער מיר א גאנצע מעשה מיט טרעפ פון די רעבעצינ'ס הויז האט דוד עקעלשטיין (כלשונו) אראפ גענומען וכו' וכו' ווי איך האב שוין געזען דא יעצט די לעצטע פאר שעה

וויל איך אבער פארשטיין וואס האט פאסירט פלוצלינג? ווען מ'האט פארמאכט דאס ביהמ"ד האט קיינער נישט פראטעסטירט, ווען מ'האט ארויס גענומען 5 ספרי תורה לרחובה של עיר האט קיינער נישט פראטעסטירט, איז וואס איז יעצט געשען על מה כל הרעש הזה? ועל מה יצא הקצף? וואס איז געשען א' קרח וואס האט ארויס געברענגט דעם עולם (?) אין די גאסן?

דער ארוני האט מיר גענפערט אז ווייל מען האט נישט געמאכט א פראטעסט און וואשינגטאן נוצט מען עס דא אויס, אבער דאס איז בעבי'ש, איז וויל איך בעטן ווער ס'קען מיר ביטע מסביר זיין

מה נשתנה השול, מ'הטרעפ?

א דאנק



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 23:06 לינק ישיר 


דאס איז דער תירוץ

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2797591&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 22:56 לינק ישיר 

פייוו בארא כ'האב פאר דיר נייעס
אין 'דער איד' די וואך איז שוין אנגעפילט מיט גאנצעטע הסבירים אז דאס אוסרייסן די טרעפ איז געווען גענצליך אומלעגאל
כאפ א בליק וועסט זוכער הנאה האבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2010 17:17 לינק ישיר 

בחצר, ווען א ירא שמים גייט צו דין תורה ווי א איד, און ער פארלירט די די"ת, איז ער מקבל דעם פסק דין, און ער איז פרייליך אז ער פאלגט וואס שטייט אין די הייליגע תורה.

אבער ווען איינער איז א רשע והולך בערכאות וויבאלד ער ווייסט אז ע"פ תורה קען ער נישט געוואונען, און ער פארלירט דאס געריכט, איז דער רשע מלא כעס אויף יעדעם, אבער אויף זיך וועט ער דעם שילד קיינמאל נישט נעמען.

כל שכן וכ"ש ווען דאס געריכט נעמט צו פון דעם הולך בערכאות דאס וואס ער האט שוין יא געהאט, וועט דער רשע אויסגיין פון צער פארוואס ער האט זיך אליין געשאסן אין פיס.

אקוראט דאס גייט איצט פאר. און דער קידוש ש"ש איז גאר גרויס ווען די וועלט זעהט וואו א הולך הערכאות קומט אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2010 05:15 לינק ישיר 

די אמת'ע תירוץ איז; זייער נערוון פארטראגן נישט דאס "פעיסן רעאליטי".

וואס מיין איך צו זאגן:

ביי יעדע דורכפאל וואס זיי גייען אדורך, באקומען זיי צו עסן שטרוי מיט חרוסת פון 'דער איד', און מען גלייבט יעדעס ווארט באמונה שלימה, און די דורכפאל ווערט אויס.

לדוגמה:
 - מ'מוז קענסלען מסע המלכות ברוב בושות צוליב הליכה לבג"ץ? ס'איז דא גרייט א 'באבע' מעשה.
 - קהל ק"י געווינט רעבעצין שול? זיי וויסן אלע צו זאגן אז קהל גייט "זיצן" פארן אפשפארן די סוער "אומלעגאל"!
 - רעביצין שול ווערט אפגעשפארט? מ'הענגט צעטלעך אז "כעת" איז עס פארשפארט אויף 'עטליכע וואכן'...
 - די בעדפארד שול איז אפגעשפארט? עס האט נישט מיט די ארונים'ס פערמיט פארלאנג, עס איז וועגן א פייער.
 - נתניהו קענסעלט וואשינגטאן נסיעה? מקענסלט פראטעסט צוליב: "שעת מלחמה".
 - בנ"י מחותנים זענען מכבד דעם רבי'ן מיט סידור קידושין? מען לייקנט שמש בצהרים.
 - און אזוי ווייטער טריט און שריט, צו יעדע זאך איז פאראן א מעשה, און די גלאטע אייזלען קויפן און פארקויפן מיטן פולסן אמונה שלימה.

ביז... מען וועקט זיך אויף מיט א רעאליטעט!

והנה, מען גראבט ארויס דעם סעפטיק! די סטעפס זענען א פארגאנגענהייט! טרעקטערס גראבן מיט פאליצייאישע שוץ! לעגאל. עס הייבט אן רייסן! וואס גייט דא פאר?! יוסל וואלדמאן האט דאך געשוואוירן אז די לאט פון די סטעפס איז זייער'ס?! מען האט דאך געמאכט א הצלת בית רבינו און צוגעזאגט אז ס'קומט גוטע צייטן?! וכחלום יעוף??!!

אזאנע פאקטן קענען זיי נישט "פעיסן" אין רעאליטעט!

דעריבער ווען זיי וועקן זיך שוין אויף צו אזא "מציאות", ווערן זייערע נערוון צעשפילט, ווי איר קענט אלע אצינד מעיד זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2010 04:23 לינק ישיר 

בלי שום ספק, די זאליס/בנ"י זענען לעצטנס זייער אנגעזעצט וועגען דעי פראטעסט און אנדערע זאכען און ווען זיי זענען אנגעזעצט גייט במילא די גאנצע תורה אראפ אין סעפטיק און זייער חאזעריי קומט ארויף אין קאפ

נישטא וואס צו טון, מדארף ווארטן ביז זיי וועלן האבן א נייע סעפטיק און פארטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מה נשתנה די רעביצינ'ס שול פון די טרעפ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext