| נשלח ב-10/6/2010 17:03 |
|
| |
האבן די פראטעסטן אונז עפעס שאדן געטון?
די וואך איז די אושפיזא פון די בעלי מחלוקת, תעלא בעידנא סגיד לי', מיר אלע בייגן זיך די קאפ פאר זיי, דער קריאה איז דאך מעורר דעם זמן, איז דאך אוודאי געווען א פאסיגע צייט צו ווייזן פאר די וועלט, אז ובני קרח לא מתו. אנגעהויבן זונטאג אין קרית יואל ווען א קנאפע 200 (אסאך געזאגט) פון די אנשי דור הפלגה, הם ונשיהם וטפם, האבן זיך פארזאמלט אויף פארעסט רד. אויסצושרייען זייער וויי געשריי, היתכן אז קהל יטב לב אין קרית יואל וואגט זיך אויסצוברייטערן זייער פארקינג לאט, (דער כן ירבה - קוקט אויס - טוט זייער וויי). די פארשידנארטיגע צווישנרופן האט ריכטיג אפגעשפיגלט דעם קרח ועדתו, יעדער מיט זיין באזונדערע מיינונג, איינער האט געשריגן טריפות! איינער האט געשריגן פאבליק סקול! איינער האט געשריגן וויזניץ! וכו' וכו', יעדער מיט זיין בויך ווייטאג. די פראטעסטירער זענען זיך צוגאנגען אויף צוויי ערליי אופנים, דער עלטערער חלק האט מיט בושה פארלאזט דאס ארט, ווען מען האט נאר איינמאל געדארפט אויסשרייען "ווי איז רויזא'לע", און די איבריגע רוב וואס איז באשטאנען מיינסטענס פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם, זענען פארטריבן געווארן מיט סטעיס פאליס און הינט (האלטנדיג אינמיטן שרייען "פאבליק סעיפטי נאו, סטעיט פאליס יעס...) פון דארט איז געקומען א פארזעצונג דינסטאג, ווען די סלתה ושמנה פון די קווינסער ישיבה האבן זיך פארזאמלט אויף בעדפארד עוו. על פי הרמז פון זייער חשובער מנהל, און האבן זיך אביסל אויסגעגעבן אביסל די בחור'ישע/חי'שע אינסטינקטן, כאשר מסורה בידם פונעם זעלבן מנהל (ביי די חתונה דרשה) אז בחורים דארפן זיך אביסל אויסגעבן אויף בעדפארד, ווער רעדט נאך ווען ס'איז די רעדע פון די ראש הסטרא... אליין. ס'איז קאמיש צו זען די נאכווייען פון א. ג. קנאים ומקדשי שם..., אז עס האבן זיך געיאוועט א פאר יונגעלייט און אנגערופן די עלטערן פון די בחורים וואס זענען דארט געווען, און פראסט מודיע געווען, "זייט וויסן אייער בחור געפינט זיך ביים פראטעסט אויף בעדפארד", זענען זיי געווארן אויפגעשטורעמט, הלמאי, אזא מין רציחה, זאגן פאר עלטערן?, און דערנאך ווען מען האט דא מקיים געווען דעם "והוקע אותם נגד השמש" און געלייגט בילדער פון באטייליגטע, איז דער צארן נאכמער פארגרעסערט געווארן. און מיר שטייען אין די זייט און פרעגן, על מה יצא הקצף הזה, קוים א וואך צוריק איז פארגעקומען א מאסן דעמאנסטראציע אין מאנהעטן, ווי הונדערטער בילדער זענען פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט ווי מען זעט פנימע'ר פון די דעמאנסטריער, בתוכם גם בחורים, האט איר געהערט איינער זאל זיך אפרעדן פארוואס מען זעט אים אויפן בילד?, אדרבה, יהי חלקי ממקדשי שם שמים. נו אויב אזוי, פארוואס ווען לשיטתם האט מען יעצט געמאכט א פראטעסט ממש קעגן דעם ראש ממשלת האהרונים, וואס ער איז דאך (לשיטתם) ערגער ווי דער ראש ממשלת הכופרים (ח"ו), ווייל דער ראש ממשלת הכופרים זאגט כאטש וואס ער איז, מה שאין כן דער אנדערער איז דאך ממש א צבוע'ניק, ער שטעלט זיך פאר א פנים ווי א קנאי, און דערווייל שטייט ער מיט מיט די ציונים, ער איז מקרב אלע ציוני'סטישע רבי'ס, א משיח שקר (נוסח מ. שטערן), ער איז מאכיל נבילות וטריפות, מאכיל חמץ בפסח, מרבה כפירה ומינות אין קרית יואל, ממש טאג טעגליך קומען איבער הונדערט קינדער אינעם בנין אויף דינוב קט. און מען בוקט זיך צום צלם, און מען לערנט אויס אז חלילה נישט דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, מען לערנט מיט זיי (דאן סינדראם קינדער) "עוויעלאשען" ועוד ועוד (לאכט נישט, ווייל דאס האט מען אין זיינער צייט געשריבן און געדרוקט), נו איז עס א בזיון אז מען גייט מוחה זיין קעגן אזא איינעם? פארוואס זענען זיי אזוי אנגעווייטאגט? און אלס געזעגענונג פון אזא וואך ווען דער מזל פון מחלוקת איז שולט, איז אין פלאן אויך אויף שב"ק אביסל איבערצודרייען די שטאט קרית יואל, צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט, איך האב פאוער!, איך האב נישט קיין פראבלעם עובר צו זיין אויפן ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, איך האב נישט קיין פראבלעם עובר צו זיין אויפן ולא יהי' כקרח וכעדתו, מיר זענען שטארק! מי אדון לנו!. * אלזא, וואס מיר דארפן אביסל אויסשמועסן איז, האבן די אלע פראטעסטן אונז שאדן געטון בכלליות?, האט דאס עפעס פערזענליך שאדן געטון פאר רבינו שליט"א?, צו גאר פארקערט, טוט דאס שאדן טון פאר די צד שכנגד?. מען דארף א קלער טון, איז דא אף אחד וואס האט זיך געטוישט זיין מיינונג נעגאטיוו צו אונז לכבוד די מחאות?, קלאר אז נישט!. מיר אלע ווייסן אז רבינו שליט"א איז אימיונט צו די זאכן, כמעט נישטא א עבירה אין די תורה וואס מען קען עובר זיין היינטיגע צייטן, וואס מען האט נאך אויפן רבין נישט אנגעקלעבט, פארשפארן די קרעטשמע איז שוין פון די קליינע עבירות. ווידער די פרעמדע גאס טוישט נישט די בליק קיין כי הוא זה, ס'איז היינט ליידער א וועלט פון מחלוקת, ועדיין השטן מרקד בינינו, יעדער חרד'ישע קהלה אין ניו יארק (כמעט) האט שוין טועם געווען דעם סארט טעם, און יעדער ווייסט אז מיט די מחאות מיינט מען נישט קיין תורה און נישט קיין אידישקייט. ואדרבה ווער ס'פארשט נאך אביסל מער זעט דאך באלד דעם בילד, אז דא מאכט מען א מחאה פארן מקיים זיין והשיב את הגזילה, אדער אין בעסטן פאל א מחאה פארן צווינגען צו גיין צו דין תורה. צו מאכן א מחאה, אדער איבערצודרייען א שטאט, דארף מען נישט זיין גרויסער נומער, צוברעכן קען א קאץ אויך, אדרבה פרובירט עס אויס, סיי ווי אין די דעמאקראטישע אמעריקא, קענט איר זיך אראפשטעלן פראטעסטירן, פון די גרעסטע רבי ביז להבדיל דעם פרעזידענט, ווי לאנג איר פירט זיך אויף פרידליך קענט איר פראטעסטירן, און קיינער קען אייך גארנישט טון. וואס דארפט איר מער פון דעם אז אראבער מאכן כסדר פראטעסטן אין מאנהעטן, נאכאמאל, אראבער!, דער גרעסטער שונא פון אמעריקא, האט אויך זיין רעכט אויסצושרייען זיין וויי געשריי, ווי לאנג ער פירט זיך פרידליך. ממילא דאס אז זיי האבן געקענט ארגאנאזירן מחאות אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג, איז נישט קיין גרויסע מציאה, איי פארוואס האבן זיי דאס ביז היינט נישט געקענט, ווייל אמאל זענען די שלעגערס געווען ביי אונז, און היינט זענען זיי דארט. ובזאת תבחנו, קוקט אביסל וואס איז געווען דעם פארגאנגענעם ווינטער, ווען עס האט זיך געשאפן א סיטואציע איבער סידור קידושין, און ס'זענען אויפגעשטאנען פורצי גדר, זענען געגאנגען אידן און האבן מוחה געווען ביים זאל, וואס מיינט איר, מען האט תיכף ארעסטירט עטליכע מוחים (איר זעט נישט קיין קליפס, ווייל מיר האבן נישט אזא פראפיעסאנעלע ווידיא כאפער), ווען א טראק איז ארומגעפארן קרית יואל וועגן סידור קידושין פרשה, האט מען תיכף געשניטן ווייערס, והיכי תמצא אז ווען דער זעלבע טראק איז געפארן און געשריגן מיאוסע לאזונגען אויפן חשבון פונעם מרא דאתרא בחוצות העיר, האט עס געקענט פארן אומגעשטערט?, ווען די צולאזטע בני יואל יונגען האבן פארפירט אין קרית יואל זונטאג איז מען פראסט געשטאנען אנטקעגן איבער זיי און געלאכט, און מען האט גארנישט געטון איבער א שעה (ביז זיי האבן פראוואצירט א שלעגעריי אויף א שטיק צייט)? דער ענטפער איז זייער פשוט, די שלעגערס זענען דארט! האט דאס עפעס ממעט געווען בקרב קהלתינו הק'? ניין! זענען די מוסדות אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג יעצט קלענער געווארן? ניין! האט זיך די טעקסעס שחיטה צוגעמאכט? ניין! איז יעצט די שניט פון די ווייץ אין אריזאנא ערגער געווען? ניין! האט דאס עפעס פערזענליך בארירט רבינו שליט"א? ניין! גייט דאס עפעס אפהאלטן פון לערנען ווייטער די קומענדיגע מסכת אין יסודי התורה? ניין! האט עס עפעס אויפגעטון נעגאטיוו פאר זיי?, דאס זאלט איר אליין ענטפערן, מען געט א קוק, די זעלבע וואס שטעלן זיך אהער אלס נרדפים, די זעלבע וואס פאררופן זיך אלס נועם המדות, מאכן אזעלכע איבערקערעניש'ן, ווערט קלאר פאר יעדן למי החותמת ולמי הפסולים. א שטיק צייט צוריק ווען עס האט זיך געטון א שערורי' איבער די שחיטה, האט רבינו שליט"א דאן געזאגט פאר א געוויסן רב, "ווער ס'האט אמאל געטון פאר כשרות אין פלייש אין אמעריקא, האט געליטן בזיונות, און נישט מצליח געווען, איך האף אז ביי מיר זאל עס אויסגיין נאר אויף בזיונות". מיר אלע האפן אויך אזוי. רבינו שליט"א איז די וואך געווען ביי די ווייץ שניט אין אריזאנא, און דערנאך איז ער געפארן קיין טעקסעס צו די שחיטה, האט רבינו שליט"א זיך אויסגעדרוקט דארט ביי די שחיטה "מען קומט קיין אריזאנא, מען זעט אז מען האט ב"ה אויפגעטון פאר אידן אויף פסח, מען קומט קיין טעקסעס, מען זעט אז מען האט ב"ה אויפגעטון פאר אידן מיט כשר פלייש, א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און מען קען צוקומען צו יוהרא, איך קום אבער אהיים, מאכט מען זיכער פאר מיר אז איך זאל נישט צוקומען צו קיין יוהרא...". עס בלייבט אונז נישט איבער מער ווי צו ענדיגן מיט הייליגע ווערטער פון רבי ר' מענדעלע פון רימנוב, וואס ער זאגט די וואך, פארוואס שטייט די פרשה פון מחלוקת קרח לעבן די פרשה פון די מתנות כהונה, לומר לך, אז די וואס קריגן מיטן צדיק, נישט נאר וואס זיי קענען אים נישט קיין שאדן טון, נאר אדרבה, זיי טוען אים נאך א טובה מיט דעם. און ס'איז באקאנט אויף איינע פון די תלמידי בעל שם וואס האט געזאגט אויף זיך, ער האט זוכה געווען צו אריכות ימים, ווייל ער האט געהאט אסאך רדיפות, שונאים איז א סגולה אויף אריכות ימים. זאל דער אייבערשטער העלפן, ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור, מיר זאלן זוכה לאנגע יארן זיך מתחמם צו זיין לאורו הקדוש פון אונזער הייליגן רבין, עד ביאת ינון.
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 10/06/2010 17:21:41
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 06:54 |
|
| |
מ'האלט א יאר נאכדעם..... די כבוד פון סאטמאר איז נאר געשטיגען, די קווינס בחורים האבען געוויזן ברייט זייער חינוך, איך האב פריער איבערגעקוקט די בילדער פון די קווינס בחורים ווי זיי שרייען ארויס אזוי יונגערהייט די שנאה וואס זייער מנהל האט זיי געהצט עטליכע שעה פריער, אוי ווער האט געגלייבט מ'וועט האלטן דא אז זיי דארפן יעדע שטוק צייט גיין אפשטויבן די ווערצהויז, די דרשה פון נפתלי איז סתם אזוי געשמאק איבערצוהערן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2011 00:00 |
|
| |
די לצים האבן אפירגעקראצט א אשכול פון די פאריעריגע פראטעסטן צו עפענען די קרעטשמע, האב איך געקלערט ס'וועט זיין אינטערעסאנט אויך צו זען דעם אנאליז אויף זיייערע מחאות.
דערווייל האלטן מיר א יאר שפעטער און אלעס איז ביים אלטן
די קרעטשמע איז פארשלאסן!!!!
מען פרובירט צו טון פעולות אזש ביזן אפשפארן די ווילידזש, אבער די קרעטשמע איז נאך דערווייל פארשלאסן, ב"ה ס'איז דא א שיינע פארקינג לאט פאר די אלע משכימי קום וואס קומען אין ביהמ"ד הגדול לערנען און דאווענען, השם והערב עליהם בביהמ"ד והם כלים מאליהם
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2011 22:50 |
|
| |
| האמתנעדרת כתב: |  | בהמשך צום פריערדיגן ארטיקל:
ואהרן מה היא כי תלינו עליו
די וואך שב"ק איז געווען די יארצייט פון הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל, איז דא א טייער ווארט וואס איז געדרוקט אין אמרי שפר פ' קרח אות י"א אויף די פסוק לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה' ואהרן מה היא כי תלינו עליו, איז ער מסביר, אויב א מענטש ווערט נתבזה דורך א חשובן מענטש, ווערט זיין כבוד דערנידערט אין די אויגן פון מענטשן, ווידער אויב דער מבזה האט שוין פארדעם מבזה געווען סאך א גרעסערען מענטש פון אים וואס איז באקאנט פאר יעדן אז יענער איז א חשובער מענטש, און דערנאך איז ער מבזה א צווייטן וואס איז נישט אזוי חשוב ווי דעם ערשטן, דאן איז דער בזיון שוין נישט אזוי גרויס, ווייל מען זאגט אויב האט ער געקענט מבזה זיין אזא גרויסן מענטש ווי דעם ערשטן, איז דאך שוין נישט אזוי געפערליך אז ער האט מבזה געווען דעם קלענערן, און ס'איז שוין כלל נישט קיין בזיון.
טייטשט ער אזוי, לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה', מיט דעם וואס עטץ קריגטס אויף די כהונה קריגט עטץ אויף השי"ת וואס ער האט געגעבן די כהונה פאר אהרן, נו אויב האט עטץ שוין מבזה געווען כביכול השי"ת, איז ואהרן מה היא כי תלינו עליו, וואס דארף שוין אנגיין פאר אהרן אז עטץ קריגסט אויף אים פערזענליך, אויב זענט איר קריגערס אויפן באשעפער איז שוין דאס בכלל נישט קיין בזיון פאר אהרן הכהן.
בימינו אלה ווען עס שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן א עדת קרח במלא מובן המלה, וואס האבן פרובירט מבזה צו זיין א רבן של ישראל, פאדערט זיך אביסל מחשבה, ואהרן מה היא כי תלינו עליו, ווען אזעלכע מענטשן פרובירן אים מבזה צו זיין.
אט די זעלבע מענטשן האבן דאך שוין מחלל געווען כבוד שמים פאר די גאנצע וועלט ווען:
*זייער ווארט זאגער האט אין די 60 מינוט שאו אראפגעלייגט אונזער הייליג שטעטל ווי פאלנע פארברעכער
*זייער ווארט זאגער האט אנגערופן רבינו הק' בעל ברך משה מיטן נאמען "כומעני"
*די ראשי הקרעטשמע האבן אין יאר תשנ"ז געקלאגט רבינו שליט"א אין געריכט פארן פארסירן צניעות געזעצן אין קרית יואל
*די זעלבע האבן פארלאנגט תפיסה פאר רבינו שליט"א פאר דיסקרימינאציע קלאגעס איבער קיום התורה והמצות
*זיי האבן געוויזן מסירות נפש עובר צו זיין אויף א פסוק אין די תורה ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם
לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה', די האט שוין מבזה געווען דעם כבוד פון השי"ת בראש כל חוצות, ואהרן מה היא כי תלינו עליו, פאר רבינו שליט"א איז דאס שוין כלל נישט קיין בזיון.
ואדרבה
עס דערמאנט אונז הייליגע ווערטער וואס רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט ביי א אסיפה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ניסן תשמ"ט, האט די רבי נאכן ארומרעדן פון די אינשי דלא מעלי דאן געזאגט בזה"ל "די גרעסטע כבוד איז אז די מענטשן האבן אים פיינט, א בושה וואלט געווען ווען די וואלטן אים ליב געהאט".
********
ולסיום הדברים אט האט איר א אויסצוג וואס רבינו הברך משה האט געזאגט ביי א דרשה כ"ו אב תשנ"ב, צו האבן א שטיקל בילד אויף די חברה משנים קדמוניות.
"איך האב געזאגט - ווען דער פעטער ז"ל איז נסתלק געווארן - אז 'אינשי דלא מעלי' האבן זיך דארט ארומגעדרייט, דאס האט יעדער געזען איך בתוכם מיט אלע יודען וואס זענען געקומען צום פעטער ז"ל די לעצטע יארן וואס ער איז געווען קראנק, גלייבטס מיר, עס האט מיר זער וויי געטון דאס הארץ, ווען איך האב מיר א קוק אן געטון, איך זאג אייך אמתדיג, איך בין אריינגעקומען צום פעטער ז"ל און שטוב, און איך האב געזען וואסערע לאבוצעס, ממש גארנישט, די דרייען זיך אזוי סביב רשעים יתהלכון, דער פעטער איז תמיד געווען ארומגענומען מיט איידעלע יודען תמיד, מיט חסידישע אידן איך האב געזען און קראלי איך האב געזען און סאטמאר, עס איז געווען ר' לייבעלע פאשקעס און אנדערע אידן, בעלי בתים אפילו איידעלע אידן, און דא האבן זיך ארומגעכאפט אפאר גארנישען, עמי הארצים גמורים, עס האט מיר אזוי וויי געטאן דאס הארץ, איך בין אריין איך האב געזען ווי אזוי זיי זיצן ביים רבין און שטוב, איך קען אייך גארנישט זאגען, איך האב געוויסט וואס א חברה דאס איז.
איר ווייסט איר דאך אז ר' לייבוש לעפקאוויטש איז דער ראש הקהל ער איז זיך מוסר נפש היינט און אזוי אלע יארן, אז עס איז דא א קרית יואל האט מען גרויס טייל צו פארדאנקן דעם ר' לייבוש'ן, ווייל מען האט נישט יעדער פארשטאנען וואס דער פעטער האט געוואלט, מען האט נישט צוגעהאלטן, ער האט דאך אבער געזאגט אז ווי לאנג מען ער האט נישט קיין שטעטל האט ער גארנישט אויפגעטון אויף דעם עולם, און דער ר' לייבוש לעפקאוויטש איז דער וואס האט זיך אהערגעגעבן, די גוים און מאנרא זענען געווען זייער שלעכט, און דער ר' לייבוש לעפקאוויטש, איך ווייס נישט וואס זיין חטא איז געווען, אבער און ביהמ"ד האט איהם איינער פון די שקצים אונגעפאטש, און עס איז געווען אין קול ואון עונה, קיינער האט נישט געזאגט גארנישט".
און דא האט איר נאך א שטיקל פון יענע דרשה ווי די רבי רעדט פון די רדיפות וואס די רשעים האבן גערודפט רבינו שליט"א
"אויסגעלאזט דאס אלעס האט זיך דאס און ישיבה, איך קען אייך זאגען וואספארא צרות דער רב האט דא געהאט, דער רב וואס ער זיצט דא נעבען מיר, איך קען אייך גארנישט זאגען.
איר קענט פארשטיין אז א שייינער טאג האט מען איהם ארויס געמאפט אלע ספרים פון זיין שטוב, א שיינער טאג ער קומט עס איז נישט דא א ספר, וואס עס איז געווען און זיין שטוב, שוין אפגערעדט מען האט איהם געוואלט אינטער צינדען דאס הויז, עס איז געשען ניסים אז עס איז נישט פארברענט געווארן, אוועקגע'גנב'ט טלית ותפילין איז פון די קלייניקייטן, עד היום הזה האט מען עס נאכנישט אפגעגעבן . . ., איינמאל האב איך איהם געזען וויינען, עס איז געוועזן ווען זיי האבן אונגעצינדן פלוצלונג אנגעשיט בענזי"ן און געמאכט א שריפה און זיין אפיס, ער איז צו מיר געקומען אז ער קען נישט מער אויס האלטן, אבער איך האב איהם געזאגט פארפאלן אזוי איז דער 'גורל' איך קען נישט לאזן. . . , וואס זאל איך זאגן זאל איך איהם מאכן אויס ראש ישיבה, דאס ווילן זיי דאך, דאס איז דאך דער זייער גאנצער ציל, דאס איז דער תכלית!!, אבער אזוי איז אונגעגאנגן "צעהן" יאר". |
|
איך ברענג ארויף דעם ארטיקל מענינא דיומא, דא ווערט אביסל אויסגעשמועסט די טעראר וואס די דעמעקראטיע זיכער האבן אנגעזייט פאר 20 יאר צוריק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2010 17:05 |
|
| |
בהמשך צום פריערדיגן ארטיקל:
ואהרן מה היא כי תלינו עליו
די וואך שב"ק איז געווען די יארצייט פון הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל, איז דא א טייער ווארט וואס איז געדרוקט אין אמרי שפר פ' קרח אות י"א אויף די פסוק לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה' ואהרן מה היא כי תלינו עליו, איז ער מסביר, אויב א מענטש ווערט נתבזה דורך א חשובן מענטש, ווערט זיין כבוד דערנידערט אין די אויגן פון מענטשן, ווידער אויב דער מבזה האט שוין פארדעם מבזה געווען סאך א גרעסערען מענטש פון אים וואס איז באקאנט פאר יעדן אז יענער איז א חשובער מענטש, און דערנאך איז ער מבזה א צווייטן וואס איז נישט אזוי חשוב ווי דעם ערשטן, דאן איז דער בזיון שוין נישט אזוי גרויס, ווייל מען זאגט אויב האט ער געקענט מבזה זיין אזא גרויסן מענטש ווי דעם ערשטן, איז דאך שוין נישט אזוי געפערליך אז ער האט מבזה געווען דעם קלענערן, און ס'איז שוין כלל נישט קיין בזיון.
טייטשט ער אזוי, לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה', מיט דעם וואס עטץ קריגטס אויף די כהונה קריגט עטץ אויף השי"ת וואס ער האט געגעבן די כהונה פאר אהרן, נו אויב האט עטץ שוין מבזה געווען כביכול השי"ת, איז ואהרן מה היא כי תלינו עליו, וואס דארף שוין אנגיין פאר אהרן אז עטץ קריגסט אויף אים פערזענליך, אויב זענט איר קריגערס אויפן באשעפער איז שוין דאס בכלל נישט קיין בזיון פאר אהרן הכהן.
בימינו אלה ווען עס שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן א עדת קרח במלא מובן המלה, וואס האבן פרובירט מבזה צו זיין א רבן של ישראל, פאדערט זיך אביסל מחשבה, ואהרן מה היא כי תלינו עליו, ווען אזעלכע מענטשן פרובירן אים מבזה צו זיין.
אט די זעלבע מענטשן האבן דאך שוין מחלל געווען כבוד שמים פאר די גאנצע וועלט ווען:
*זייער ווארט זאגער האט אין די 60 מינוט שאו אראפגעלייגט אונזער הייליג שטעטל ווי פאלנע פארברעכער
*זייער ווארט זאגער האט אנגערופן רבינו הק' בעל ברך משה מיטן נאמען "כומעני"
*די ראשי הקרעטשמע האבן אין יאר תשנ"ז געקלאגט רבינו שליט"א אין געריכט פארן פארסירן צניעות געזעצן אין קרית יואל
*די זעלבע האבן פארלאנגט תפיסה פאר רבינו שליט"א פאר דיסקרימינאציע קלאגעס איבער קיום התורה והמצות
*זיי האבן געוויזן מסירות נפש עובר צו זיין אויף א פסוק אין די תורה ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם
לכן אתה וכל עדתך הנועדים על ה', די האט שוין מבזה געווען דעם כבוד פון השי"ת בראש כל חוצות, ואהרן מה היא כי תלינו עליו, פאר רבינו שליט"א איז דאס שוין כלל נישט קיין בזיון.
ואדרבה
עס דערמאנט אונז הייליגע ווערטער וואס רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע האט געזאגט ביי א אסיפה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ניסן תשמ"ט, האט די רבי נאכן ארומרעדן פון די אינשי דלא מעלי דאן געזאגט בזה"ל "די גרעסטע כבוד איז אז די מענטשן האבן אים פיינט, א בושה וואלט געווען ווען די וואלטן אים ליב געהאט".
********
ולסיום הדברים אט האט איר א אויסצוג וואס רבינו הברך משה האט געזאגט ביי א דרשה כ"ו אב תשנ"ב, צו האבן א שטיקל בילד אויף די חברה משנים קדמוניות.
"איך האב געזאגט - ווען דער פעטער ז"ל איז נסתלק געווארן - אז 'אינשי דלא מעלי' האבן זיך דארט ארומגעדרייט, דאס האט יעדער געזען איך בתוכם מיט אלע יודען וואס זענען געקומען צום פעטער ז"ל די לעצטע יארן וואס ער איז געווען קראנק, גלייבטס מיר, עס האט מיר זער וויי געטון דאס הארץ, ווען איך האב מיר א קוק אן געטון, איך זאג אייך אמתדיג, איך בין אריינגעקומען צום פעטער ז"ל און שטוב, און איך האב געזען וואסערע לאבוצעס, ממש גארנישט, די דרייען זיך אזוי סביב רשעים יתהלכון, דער פעטער איז תמיד געווען ארומגענומען מיט איידעלע יודען תמיד, מיט חסידישע אידן איך האב געזען און קראלי איך האב געזען און סאטמאר, עס איז געווען ר' לייבעלע פאשקעס און אנדערע אידן, בעלי בתים אפילו איידעלע אידן, און דא האבן זיך ארומגעכאפט אפאר גארנישען, עמי הארצים גמורים, עס האט מיר אזוי וויי געטאן דאס הארץ, איך בין אריין איך האב געזען ווי אזוי זיי זיצן ביים רבין און שטוב, איך קען אייך גארנישט זאגען, איך האב געוויסט וואס א חברה דאס איז.
איר ווייסט איר דאך אז ר' לייבוש לעפקאוויטש איז דער ראש הקהל ער איז זיך מוסר נפש היינט און אזוי אלע יארן, אז עס איז דא א קרית יואל האט מען גרויס טייל צו פארדאנקן דעם ר' לייבוש'ן, ווייל מען האט נישט יעדער פארשטאנען וואס דער פעטער האט געוואלט, מען האט נישט צוגעהאלטן, ער האט דאך אבער געזאגט אז ווי לאנג מען ער האט נישט קיין שטעטל האט ער גארנישט אויפגעטון אויף דעם עולם, און דער ר' לייבוש לעפקאוויטש איז דער וואס האט זיך אהערגעגעבן, די גוים און מאנרא זענען געווען זייער שלעכט, און דער ר' לייבוש לעפקאוויטש, איך ווייס נישט וואס זיין חטא איז געווען, אבער און ביהמ"ד האט איהם איינער פון די שקצים אונגעפאטש, און עס איז געווען אין קול ואון עונה, קיינער האט נישט געזאגט גארנישט".
און דא האט איר נאך א שטיקל פון יענע דרשה ווי די רבי רעדט פון די רדיפות וואס די רשעים האבן גערודפט רבינו שליט"א
"אויסגעלאזט דאס אלעס האט זיך דאס און ישיבה, איך קען אייך זאגען וואספארא צרות דער רב האט דא געהאט, דער רב וואס ער זיצט דא נעבען מיר, איך קען אייך גארנישט זאגען.
איר קענט פארשטיין אז א שייינער טאג האט מען איהם ארויס געמאפט אלע ספרים פון זיין שטוב, א שיינער טאג ער קומט עס איז נישט דא א ספר, וואס עס איז געווען און זיין שטוב, שוין אפגערעדט מען האט איהם געוואלט אינטער צינדען דאס הויז, עס איז געשען ניסים אז עס איז נישט פארברענט געווארן, אוועקגע'גנב'ט טלית ותפילין איז פון די קלייניקייטן, עד היום הזה האט מען עס נאכנישט אפגעגעבן . . ., איינמאל האב איך איהם געזען וויינען, עס איז געוועזן ווען זיי האבן אונגעצינדן פלוצלונג אנגעשיט בענזי"ן און געמאכט א שריפה און זיין אפיס, ער איז צו מיר געקומען אז ער קען נישט מער אויס האלטן, אבער איך האב איהם געזאגט פארפאלן אזוי איז דער 'גורל' איך קען נישט לאזן. . . , וואס זאל איך זאגן זאל איך איהם מאכן אויס ראש ישיבה, דאס ווילן זיי דאך, דאס איז דאך דער זייער גאנצער ציל, דאס איז דער תכלית!!, אבער אזוי איז אונגעגאנגן "צעהן" יאר".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2010 02:37 |
|
| |
וואס איז די פשט פון זייער היינטיגע פארזאמלונג אין ויואל משה ווער פון זייערע גדולי הרבנים גייען פיסקעווען וואס טייטש זייער טעלעפאן קאל צו יעדן אז יעדער מוז ערשיינען וואס מיינט וואס זיי זאגן אז זיי ארבעטן שווער צוריק צו באקומען די גזילה די שול? אדער די אפארטמענט מיט די סטעפס?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 23:15 |
|
| |
ברוך השם די רעזולטאטן פארשפעטיגן נישט צו קומען, מען הערט צוריק פון אנדערע הויפן און חסידותער וואס פרעגן מיט ווינדער תמיהין ושאלין ביה, וואס האבן די מטורפים געשריגן 10 יאהר צוריק ביים גרינדונג פון די נועם המידות קאמפעני? אז עס קומט נייע צייטן אין סאטמאר! מער נישט קיין טעראר און געשלעגן יעדן צווייטן טאג וכו׳ און היינט צוטאגס ווער זענען די טעראזירער אין שלעגער? נישט קיין אנדערע ווי זיי אליינס, נו אם כן מה הואילו חכמים בתקנתם? די חילול השם איז ליידער געוואלדיג גרויס אבער פון די אנדערע זייט קומט אויך ארויס א גרויסע קידוש השם אז די נארמאלעזירטע קהילות בכל העולם וואס האבן זיך שוין מער ווייניגער אפגעטיילט און שטייען ווייט פון די מאדנע אומצווויליזירטע פארטיי וועלן זיך יעצט בדרך כלל אינגאנצן אפטיילן און עס וועט זיין א גרויסע בושה צו קומען מיט די פארשוינען און בארירינג, ווידעראום פון די אנדערע זייט זעט מען גאר שטארק, נאך פיהל פיהל מער ווי ביז היינט ווי די אלע אומפארטייאישע חסידותער און אדמורים זוכן ווי זיי קענען האבן א שייכות מיטן צדיק הדור והדרו מרן מ׳סאטמאר שליט״א, דערמאנטס אייך צוריק, ווען איז רבינו בעל ברך משה זצ״ל געווארן געקרוינט אלץ וועלטס רבי וואס יעדער האט געציטערט פון זיינס א ווארט? נאך די שוידערליכע רדיפות און בלוט צאפערייען פון די אנשי דלא מעלה, זיי האבן אויך געשריגן ענליכע טענות אז דער רבי מיינט נאר געלט און כבוד וכו׳ קיינער קען נישט טון אזוי גוט די ארבעט צו אויפבויען דעם פאזיטיוון אימעדש פון קהלתינו הק׳ ווי די מטורפים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 23:11 |
|
| |
הלוואי זאלען זיי מאכען נאך א פראטעסט א געשמאק צו זעהן ווי ער גייט אין וואנט אריין זאל יעדער זעהן וואס פאר אימצווילירטע יוגענט די זאלי'ס אין בני יואל ערציען
ער פראבירט מיט אלע כוחות צו שרייען אז ס'איז געווען בני יואל נישט קווינס ווען אין פאקט רעדט א בילד מער ווי טויזענט ווערטער
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 21:26 |
|
| |
אחד ממרביצי תורה בקהלתינו ואס איז געווען דינסטאג בבית רבינו, שטייענדיג אין די רייע מיט נאך אסאך אידן אריינצוטראגן 1800 דאלאר פאר די מקוה, הערנדיג ווי מען שרייט דעם רבינס נאמען "צא טמא", רופט ער זיך אן: איך זע דאך וואס באדערט, טמ"א איז ראשי תיבת ט'עקסעס מ'קוה א'ריזאנא
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 21:24 |
|
| |
| לא_לנו כתב: |  |
און דא האט זיך דאס קינד בארואיגט. |
|
און דא (נאך די פראטעסט) האט זיך געעפנט די קרעטשמע
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 21:01 |
|
| |
און דא האט זיך דאס קינד בארואיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 19:54 |
|
| |
גם אני מצטרף לדבריך די גרעסטע קלאפ פין די אומרוען האט געליטען צד מהרז''ל עס האט שטארק פארשעמט זיין ישיבה אין פרעטיזש דאס וואס ער פראבירט שוין פין לאנג אנצוקלעבן אויף צד מהר''א, אט דאס האט זיין אייגענע בחורים יעצט געטוהן אין די אפענע גאסען ווי כ'שרייב דא באריכות
ווילדע געשרייערייען אין די גאסען איז נישט קיין וועג וויאזוי מ'פארשעמט יענעם
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 18:01 |
|
| |
זייער אמת'דיג, און גוט ארויסגעברענגט.
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פרעגט, שטייט אין פסוק משה רבינו האט געזאגט אם כמות כל האדם ימתון אלה, אויב וועט קרח שטארבן ווי א פשוט'ער בשר ודם, דעמאלס לא ד' שלחני, ואם בריאה יברא ד' ופצתה האדמה את פי' וכו', איז א סימן כי נאצו האנשים האלה את השם. שטעלט זיך די פראגע, פארוואס אם כמות כל האדם, פארוואס ברויך קרח בכלל שטארבן, אפשר איז ער דאך דער גערעכטער?
זאגט דער דברי חיים מורא'דיגע ווערטער, אפילו קרח וואלט ווען געווען הונדערט פראצענט גערעכט, וואלט זיך אים אויך געקומען מיתה. פארוואס? ווייל איינער וואס צוברעכט, נישט קיין חילוק אויב ער איז גערעכט צי נישט, קומט אים מיתה ל"ע.
דער הייליגער ראפשיץ'ער רב זי"ע זאגט אויפן פסוק את מחתות החטאים האלה בנפשתם, אז די ארגסטע בעלי מחלוקת זענען די וואס זענען זיך צובע אלס די וואס מיינען נאר דעם 'נפש', די וואס שרייען אז זיי מיינען די כבוד פון די תורה הק'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 17:43 |
|
| |
ודברי פי חכמים חן!!! 
|
|
|
|
|