דער אלטער באקאנטער היסטארישער צייטונג דער איד באלאנגט צו עפעס א געוויסע חסידות, איך האב נאך נישט אפגעמאכט וועלכע
איין וואך זעה איך אויף די העדליין די פראנט פעידזש אז סקווירא מאכט א דינער, די אנדערע וואך זעה איך אז וויזניץ מאכט א אבן הפינה, א דריטע וואך אז תולדות אהרן מאכט א מעכטיגע הדלקה, אבער די סאטמארע נייעס זעה איך אלעמאל אוועקגעשטופט ביי די עק פון די פעידזש אדער אויף פעידזש 3 פון די צווייטע אפטיילונג אדער אינגאנצן נישט.
עס איז נישט קיין שום סוד אז די מערסטע טייל פון די ליינער פון דער איד מען קען זאגן 90% זענען סאטמארע חסידים, חסידים פון אונזער גרויסן רבי'ן דער צדיק וגאון און תורה און אין מידות, און זוכן בעיקר צו הערן זעהן אלעס ארום רבינו שליט"א, די אנדערע חסידות'ער פאפא סקווירא וויזניץ און באבוב באגנוגען זיך אויך מיט בינה און משפחה, צו עס אויסגעהאלטן אזוי אזוי צי נישט איז נישט יעצט דער רעדע.
וואס זאגט איר דערצו?
יעדער צייטונג שרייבט וואס די ליינער ווילן למשל די קאנסערוויטיווע גויאי'שע צייטונגען וואס זייערע קויפער זענען מערסטנס טייל קאנסערווערטיוו געשטימט שטעלן צו פאר די ליינער די מאקסימום וואס איז שייך צום ווילן פאר די ליינער, און די זעלבע מיט די ליבעראלע צייטונגען.
דער איד האט עפעס א געוויסע פאליסי צו זיין "דיפלאמאטיש" אזא סארט דיפלאמאטיע ווי זשימי קארטער און פרעזידענט אבאמא.... צו זיין וואויל און שיין צו יעדן איינעם חוץ צו פאמפן זיך אליין
ווען הגאון הגדול ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קהלתינו אין קרית יואל האט חתונה געמאכט א קינד פאריגע וואך איז אין דער איד נישט געווען קיין שום פיקטשער, קוים וואס עס איז געווען א ביישרייבונג זייער פארשטופט . ווען ר' געציל בערקאוויטש נ"י פון קרית יואל אייניקל האט א "שידוך" געטוהן מיט הרב משה ראטה'ס זוהן, איז געווען אויף א הערליכע פלאץ אויף די אויבערשטע חלק פון די פעידזש א שיינע ביישרייבונג מיט א פיקטשער גאר אויך...
"ר' איד" וועם ווילסטו דא געפעלן??? די פינף פראצענט ליינער וואס טוהן א טובה און קויפן צווישן 5 אנדערע צייטונגען אויך דער איד??? כדי זיי זאלן זעהן אז מען פירט דא א "מעכטיגע דיפלאמאטישע סיסטעם"??
אז איך האב דערמאנט די נקודה פון ר' געציל'ס שידוך מיז דערמאנט ווערן נאך א קלייניקייט וואס די קלוגע דיפלאמאטישע קעפ פון דער איד האבן אריינגעלייגט ביי די "שהשמחה במעונם" אז .... בערקאוויטש האט א שידוך געטוהן האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צוצולייגן - א זאך וואס זיי טוהן נישט ביי קיינעם - ארומגערינגעלטערהייט "בן הרה"ג דומ"ץ קיט"ל קרית יואל".... מורא'דיג צו וואס פעלט דאס אויס און צו וועם וויל מען זיך לעקן
ווען דער איד טוט שוין יא א טובה און מעלדן עפעס א פאליטישע נייעס מאכט מען זיכער אז עס זאל זיין געדאמפט נאך די אכציגסטע פעידזש.... און עס זאל חלילה נישט זיין קיין פיקטשער דערפון אויף די פראנט פעידזש
אפשר קען איינער מסביר זיין ווי איז דא מער די אינטערעסע פונעם ציבור, צו זעהן אויפ'ן פראנט פעידזש א פיקטשער פון א זיצונג מיט די פאליציי (עי' דער איד די וואך קרח) אדער בילדער פון די מעכטיגע געשעענישן וואס איז פארגעקומען די וואך אין קרית יואל???
המשך יבא
תוקן על ידי נערמאלער ב- 11/06/2010 05:01:01
נשלח ב-26/7/2010 01:14
איך האלט אויך אז דער איד דארף ווען ענטפערן און נישט איגנארירן אבער נישט
אלס איז עס דער שולד פון דער איד ווי למשל ביי די מוסדות בארא פארק קעיס
ווי די אהרונים האבן געהאקט שטיקער אין בלאט און פארשפרייט פאשקעווילן אין
די גאסן, האט ר' מענדל שווימער ני''ו פון די הנהלה אין ב''פ פאר פריוואטע
סיבות שטרענג באפוילן נישט צו רעאגירן און ווי פארשטענדליך מוז מען זיך
רעכענען מיט אזא פארלאנג.
אבער בדרך כלל איז דער תירוץ ווייל עס ווערט נישט אריינגעשיקט קיין חומר
אינעם איד אפיס צו פארענטפערן גארנישט, די קשיא איז פארוואס למשל די מענטשן
וואס טוהען דערין ווי למשל די עסקנים וואס טוהען אין די אלע קעיסעס שפירן
נישט פאר וויכטיג צו האלטן דעם ציבור אינפארמירט און היטן אויף זייער P.R
און מאכן זיכער אז דער איד האקט שטיקער לטובתם??
זייער אפיציעלער תירוץ איז אז מען וועט דאך מיט זיי סיי ווי נישט פארטיג
ווערן,די אהרונים זענען געשולטע בעקער און פארטומלער און וועלן אייביג האבן
די לעצטע ווארט מיט תירוצים שונים ומשונים ווי געווענליך ענדיגט זיך א
געפעכט מיט אן אהרוני, דו ביסט אויך די זעלבע זאך ווייל דעמאלס און דעמאלס
וואס איז בכלל נישט דומה האט עטס אויך אזוי געטוהן אא''וו.
אבער ההכרח לא יגונה, דער ציבור האט נאך אזויפיל רעכט צו זיין באקאנט מיט
די פאקטן וואס האט זיך אפגעשפילט וואס איז געווען פאר מען איז אריין אין
געריכט, פארוואס איז מען אריין אין געריכט, וכדו'
און אז דער ציבור וועט וויסן וואס עס האט זיך אפגעשפילט איז אפילו די
אהרונים וועלן אייביג האבן לומדותער מיט תירוצים און א זאק מיט טענות און
גיסן פעך און שוועבל מיט ליצנות אויף אונזער חשבון וועט דער ציבור ווי
געווענליך נישט נתפעל ווערן, מיר קענען דאך זיי נישט פון היינט,
אבער לאזן דעם ציבור גענצליך אומוויסענד איבער די פאקטן איז לדעתי א
מוראדיגער אומאחריות כלפי אונזערע אייגענע מענטשן און דאס איז אקעגן יושר
אזויפיל קומט זיך נאך פאר אונזערס א שטיצער וואס זיצט אין די ארבעט אגאנצן
טאג מיט אהרוינים און זיי האקן אין קאפ בג''ץ בג''ץ בג''ץ אז ער זאל האבן
עפעס אן איידיע וואס עס גייט באמת פאר.
איך וועל ברענגן א משל לעצטנס האט זיך אפגעשפילט א גאנצע שערורי' וואס די
אהרונים האבן אנגעדרייט א וויסטע העצע אקעגן רבי משה דוד נידערמאן הי'ו
וועגן זיין מערכה אקעגן ראוז פלאזא, זיי האבן געשריבן און געהאקט און דער
בלאט פארשידענע השמצות ווי למשל אז ער איז גאר דער וואס ברענגט אריין
ארטיסטן אין וויליאמסבורג מיטן ציהל צו פארטושן די מוחות און ריינוואשן די
הימל שרייענדע עולה וואס יצחק ראזענבערג
טוהט מיט וויליאמסבורג, די ארגענעזאציע UJO האט זיך נישט געלאזט שפייען זיי
האבן א וואך צוויי אריינגעשיקט
חומר אין דער איד און אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס די פאקטן, אז איעדער
רעכטדענקיגער פערזאן האט פארשטאנען וואס די אהרונים ציהלן דא און דער בלאט
האט שוין נאכדעם געקענט שרייבן וואס זיי ווילן ביי אונז האט איעדער
געוואוסט דעם אמת.
און דאס דארף זיין די מהלך אז איעדעס מאל ווען עס איז דא נייעס אין די
סכסוך לטוב צו למוטב מעג אונזער עולם
ווערן אינפארמירט מיט די ריכטיגע אינפארמאציע מיר זאלן קענען האבן א פתחון
פה. מי יתן והי'
נשלח ב-25/7/2010 21:05
ווי קען מען באקומען אביסל עכטע אינפארמאציע אויף די לעצטע געשעענישן, איך פארשטיי אז דער איד האט א שיטה (לענ"ד א נארישע) נישט צו ענטפערן די ארוינים, די פאקט איז אבער אז אונזער עולם דרייט זיך ארום מיט א מורא'דיגע אומקלארקייט איבער אסאך זאכן
איך האב לעצטנס געטראפן איינעם נישט קיין סאטמארער וואס ליינט דער בלאט, ער האט מיר געפרעגט אפאר קשיות וועגן די בג"ץ אין בני ברק, איך גיי נישט דא אויספויקן די שמועס אבער די פאקט איז אז רובא דרובא פון אונזער עולם פארלאנגט מער צו זעהן ערקלערונגען און פאקטן אין דער איד אדער ערגעץ אנדערש
מיט די תירוץ אז מען דארף נישט ענטפערן די ארוינים קומט אויס למעשה אז די ארוינים בלייבן מיט די איינציגסטע פלאטפארמע אויסצושמועסן זייערע מיינונגען, די משנה זאגט ודע מה שתשיב
נשלח ב-1/7/2010 00:03
ס'נישט אינגאנצען אזוי ווי די ליגסט עס אראפ
דער איד איז דייקא יא שטארק געבינדען צו אינזער קהילה, וועלכע האבען די מערהייט פין זיינע ליינער אין שטיצער
והא ראי' דער איד גיבט פאר אלע קהלי'שע און היימישע אנאנסען שפאט ביליגע פרייזען אין זיי קענען אפי' נישט נעמען קיין קרעדיט דערפאר אין מ'רופט עס ניטעמאל אויס ביים דינער אלס אות הוקרה
עס ווייסט יעדער ווער האב געברענגט די ראיון מען זאל אפקויפן דער איד אין מאכען פאר א היימישע צייטונג, אין ווער האט געשאפט די געלט דערצו
אין וויאזוי דער איד וואלט אויסגעקוקט אויב זיי זאלען נישט האבען די שטיצע פין אינזער קהילה
אין אפי' נאך היינט זענען זיי אנגוויזען אויף אינזער שטיצע
אין די גאנצע נושא האשכול, האט לפי עניית דעתי נישט קיין הענט אין קיין פיס
דער איד דעקט אינזער קהילה הערליך שיין, שענער ווי ערוואטעט
זיי געבן אוועק די מערסטע בלעטער פין נייעסן פאר אינזער קהילה סיי פאזעטיוו אין סיי נעגעטיוו
ועל כולם סקווירא (פין וועם די רעדסט) האט בכלל נישט אזוי אפט קיין דעקונג, זיי אדווערטייזען זעלטן אין די צייטונגען אין בכלל פארקויפט מען נישט אין ניו סקווירא קיין שום צייטונג,
אבער דאס איז קלאר אז דער איד דעקט זייער שיין אינזער קהילה מיט די ריכטיגע שרייעדיגע העדליין'ס אין גיטע ספאטס
נאר אויב זעהסטו נישט דארט עפעס א נייעס, מיינט נישט אז זיי ווילן עס נישט דעקן, ווי לאפלאש האט שוין מסביר געווען
תוקן על ידי שארמאשער ב- 01/07/2010 00:05:56
נשלח ב-30/6/2010 19:25
לאמיך אריינווארפן מיינע
צוויי צענט אין דעם שמועס דא...
וואס איך מיין צו זאגן איז
זייער פארשטענדליך. דער
איד אלס א ביזנעס קאמפאניע איז נישט
באפולמעכטיגט צו זיין די פארזארגער פון
סאטמארער חסידים, און זיי
זענען אינגאנצן נישט באאויפטראגט צו
דינען אלס די חסידות נייעס אגענטור...
זיי וועלן נישט און קענען נישט
אליינס נאכגיין יעדן נאטיץ און באריכט
פון די פילצאליגע פיליאלעס אינערהאלב
אונזער חסידות. עס איז
נישט קיין מעגליכע זאך פאר זיי אינגאנצן,
און עס איז נישטא ווער עס זאל
זאגן אז עס איז זייער ארבעט דאס צו טוהן.
און דאס ווייסט יעדער והמציאות
יוכיח (וואס אפילו אין
נערמאלער'ס אייגענע ווערטער
דערקענט זיך שטארק דער פאקט) אז
'דער איד' שטייט
גרייט צו געבן די שענסטע און בעסטע
קאווערידש פאר סיי וועלכע אפעראציע
אנבאלאנגט אונזער קהלה און אונזער חסידות
פון איבער די וועלט. יא
און יא. עס איז א פאקט וואס
יעדער איינער ווייסט און זעהט אז דער איד
דינט זייער קלאר אלס די פלאטפארמע פון
אונזער עולם. אלס די מערהייט
פון דער איד'ס ליינער
ווייסן זיי אפצוגעבן די שענסטע דעקונג
פאר די סאטמארער געשעענישן!
נאר וואס דען?
די נייעס באריכטן פון א חסידות,
גרויסע און קליינע, מוז
אויסדרוקליך צוגעשטעלט ווערן פון אינדרויסן
דורך די וואס געבן זיך אן צו זיין די
פארזארגער פון סאטמאר. די
וועלכע שטייען בראש און געבן זיך אן צו
זיין די היינטיגע פירער פון די חסידות,
זיי זענען פאראנטווארטליך
אין די נויטיגע קאמיוניקאציע מיטלען
צווישן דעם רבי'ן און די
חסידים, זיי דארפן צושטעלן
די נייעס און ארטיקלען אז א סאטמארער חסיד
אין די אנדערע עק וועלט זאל וויסן — למשל
— אז דער רבי האט די וואך ביי שלש סעודות
גערעדט פון עבודת התפלה און געפאדערט דעם
ציבור אריינצולייגן כוחות אין דעם
הינזיכט... אדער למשל אז
דער אדמו"ר און יענער
רב איז די וואך געווען אויף א באזוך ביים
רבי'ן און דער שמועס איז
געווען אנטוויקלט אויף א ברענענדיגע נושא
העומד על הפרק...
עס וועט קיינער נישט קענען
פארלייקענען אז למשל יו.טי.עי.
איז גוט געדעקט אין דער איד
מיט אלע זייערע פארשריט באריכטן,
רעגיסטראציע פראצעדורן,
בוי אונטערנעמונגען אין די
בניני המוסדות, פאזיטיווע
געשעענישן אינערהאלב די תלמוד תורה און
בית רחל, און אזוי ווייטער.
פארוואס? ווייל
זיי ווייסן אז עס איז זיי וויכטיג,
דינגט מען א שרייבער וועלכע
גייט נאך די אלע זאכן, שטעלט
צוזאמען די נויטיגע באריכטן און ארטיקלען,
און ווען עס קומט אן צום 'איד'
ווערט דאס שיין פלאצירט בכבוד
גדול.
דער איד שטעלט זיך פולשטענדיג
אהער מיט זייערע מאקסימאלסטע אנשטרענגונגען
— וויפיל עס איז מעגליך פון זייער זייט
און טיילמאל נאך מער — צו ברענגן פאר די
ליינער, וואס אין גרעסטן
טייל זענען דאס מיר סאטמארער תלמידים
וחסידים פון איבער די וועלט, אלע
געשעענישן פון אונזער הויף. זיי
געבן אונז שטענדיג די פאדערשטע זייטן,
גרויסע העדליינס, קאלירטע
בילדער זייטן, און וואס
נישט?
אבער ווי געשמועסט, די
מאטריאל ברויך ווערן צוגעשטעלט פון
אינדרויסן. די אלע
אפטיילונגען פון אונזער חסידות, זאל
עס זיין די מוסדות אין וויליאמסבורג אדער
מוסדות אין קרית יואל, זאל
עס זיין די ישיבה גדולה אין ניו יארק אדער
די מוסדות יטב לב פון ירושלים, די
אלע וואס האבן זיך אינזין צוצושטעלן און
אריינשיקן זייערע באריכטן — יעדער פון
זיי באקומט גוטע דעקונג, ומי
שטרח בערב שבת יאכל בשבת...
איך דארף נישט אויף דעם קיין
לענגערע אויפקלערונגען ווען מען קען זיך
דאס איבערצייגן יעדע איינציגע וואך,
אז די סאטמארער נייעס באריכטן
פון די קהלה און מוסדות בכל רחבי תבל,
אדער אפילו די מודעות מעלדונגען,
ווערן די שענסטע און בעסטע
פלאצירט אין דער איד, הכל
לפי גדלו. די אינטערעסע
וואס דער איד צייגט צו די סאטמארער מאטריאל
וואס קומען אריין צו די רעדאקציע טיש איז
זייער מערקבאר פאר יעדן איינעם, און
עס איז קומט זיך זיי טאקע א באגריסונג
דערפאר!
און קוק בלויז פאר א משל — ווי
איינער "אמיגא"
דערמאנט דאס אין א פריערדיגע
תגובה — דער איד פון פאריגע וואך פרשת
בלק, זעהט מען קלאר דעם
פאקט וועלכע איך שמועס דא אויס.
די מחנה דברי יואל נייעס מיט
עפענען א נייעם בית המדרש אין די קעטסקילס
פאר די תלמידי הישיבה גדולה. די
ישיבה גדולה האט א אדמיניסטראציע וועלכע
שוויצט פאר זייערע פראעיקטן, און
זיי האבן א אינטערעסע צו פראפאגאנדירן
זייערע דערגרייכונג און צייגן בילדער
פאר די וועלט. זיי ווייסן
אז עס איז וויכטיג פאר זייער פאנדרעיזינג
און זיי מוזן זיין געדעקט אין די נייעס
שפאלטענענס. האבן זיי
געדינגען א שרייבער און פאטאגראפירער,
שיין באשריבן דעם ריזיגן
בוי-אונטערנעמונג פון אלע
אספעקטן, אפגעכאפט שיינע
בילדער פון דעם נייעם לעכטיגן בית המדרש,
און דאס האט באקומען די שענסטע
דעקונג אויף די זייטן פון דער איד.
גרויסע שרייעדיגע קעפלעך,
און קאלירטע פעידשעס פון
בילדער.
דאס זעלבע געב א קוק מיט די
נייעס איבער דעם רבינ'ס
נסיעה קיין לאנדאן וועלכע איז געפלאנט
אויף קומענדיגע וואך לטובת די אנטווערפענע
מיידל שולע, וואס אויף די
הצלחה פון די איצטיגע נסיעה קוקן ארויס
די מנהלי בית רחל און זיי זארגן אז די
נייעס זאל ווערן געדעקט מיט אלע פיטשעווקעס
אז דאס זאל ברענגן דעם ריכטיגן אפקלאנג
ביים ברייטן אייראפע'ישן
ציבור. זיי האבן גענומען
א דרויסנדיגער שרייבער וועלכע האט
אהערגעשטעלט נייעס באריכטן און פראפגאנדע
ארטיקלען אויפצוהייטערן די געמיטער,
און דאס אלעס באקומט די שענסטע
דעקונג אויף די הויפט נייעס זייטן פון
דער איד.
וואס נאך ברויכסטו?...
ווי איידער צו שרייבן אויף
היידפארק איבער די פראבלעמען וואס דו
האסט אז דו געפינסט נישט אין דער איד
געוויסע נייעס וואס זענען פארבינדן מיט
אונזער הויף, הייב אן צו
נוצן דיין צייט אויף צו נאכגיין די אורזאך
פון דיין פראבלעם... גיי
ערקלער פאר די חסידות פירער — וואס אויף
זיי ליגט אויסדרוקליך דער פליכט צו זארגן
אז די נייעס קומט אן צו דער איד — אז דער
עולם דארשט אזוי שטארק צו ליינען מער
איבער די געשעענישן וואס שפילן זיך אפ
מדי יום ביומו בחצרות קדשינו.
און וואס דו זאגסט וועגן דער
בליץ-בלעטל איז אזוי:
ערשטענס רעד נישט אזוי ברייט
ווען יענער קומט דיר גארנישט, דער
בליץ-בלעטל איז אין מיינע
אויגן א יונגער וואלונטיר וואס ווייסט
אפילו נישט אין וואספארא ארבעט ער איז
אריינגעשפרינגען... און
כאשר בא כן ילך, ער טראגט
נישט קיין שיעבוד צו דיר סייווי... און
צו בארעכטיגן מיין געדאנק מיין איך אז ער
האט זיך שוין נישט באוויזן פאר א שטיק
צייט...
און נאכדעם ווי 'באלאנד'
האט שוין ערווענט, דער
בליץ-בלעטל כאפט דיין
עקסייטמענט צוליב וואס ער קומט אן צו דיר
אויף א טעגליכע באזיס ווען די נייעס איז
אסאך מאל פריש און מער אקוטעל. און
פלאס ער ערלויבט זיך דערווייל צו האקן
בילדער פון רבי'ן — א זאך
וועלכע דער איד איז דערויף פארבאטן און
זיי האלטן זיך געטריי צום רבינ'ס
פארלאנג און ערפילן זיין באגער צייגנדיג
דערמיט שטארקע לאיעליטעט צום רבינ'ס
ווארט, אפילו עס קאסט זיי
א פרייז, און האבן היבש
אויסצושטיין פון אזעלכע 'נערמאלע'
מענטשן ווי דו...
נאכאמאל: דער
איד איז א פולשטענדיגער ביזנעס אימפעריע,
דער איד'ס
רעדאקציע איז אינגאנצן נישט באאויפטראגט
נאכצוגיין סיי וועלכע נייעס נאטיצן און
קרישקעלעך פון אינערהאלב די סאטמארער
קהלה איבער די וועלט. דאס
באלאנגט אויסדרוקליך פאר די חסידות פירער,
די וועלכע שטייען אין שפיץ
פון אונזער חסידות — און אז זיי זענען
נישט דערביי דאס אהערצושטעלן צוליב סיי
וועלכע סיבה, דאן האסטו א
פראבלעם מיט סאטמאר זעלבסט, נישט
מיט דער איד!
איך וועל נישט ענדיגן מיט דיך
אראפרייסן אז "דו האקסט
אין טשייניק" און אז
"מען פארשטייט בכלל
נישט וואס דו ווילסט"... ווייל
דו האסט אויסדרוקליך נאר געשריבן פון
אומוויסנהייט... אצינד
ביסטו שוין זייער קלאר, אז
נישט דער איד איז דא בכלל דער ציל ברעט
פאר דיינע ווייען אז דו טרעפסט נישט יעדן
דאנערשטאג וואס דו ווילסט זעהן... נאר
אנדערע גאר זענען דא שולדיג אין דעם
פראבלעם און זיי דאפרסטו קאנפראטירן
דערוועגן!
יעצט קענסטו באזונדער אנהייבן
דעבאטירן אויב אונזער חסידות איז בכלל
געשטעלט אויף פראפאגאנדירן יעדעס מינדסטע
געשעעניש וואס שפילט זיך אפ, אויב
אונזערע מענטשן זענען בכלל נייגעריג אויף
אזא סארט חסידות וואס לעבט אויף די
באשרייבונגען אין צייטונג און מען שעפט
חיות פון בילדער...
לגופו של ענין, ווער עס האט נאר געזען דעם איד די וואך, וועט מוזן מיט מיר איינשטימען, אז זיי האבן געמאכט א סופער סופער זשאב מיט די סאטמארער נייעס. אנגעהויבן ביי די נסיעה פון רבי'ן שליט"א אויף לאנדאן, וואס זיי האבן זייער שיין און אויסנאם שטארק געדעקט, סיי די נייעס זעלבסט און סיי די אויסלייג, מיט ריזיגע קאלירטע ווערטער, וואס כאפט דאס אויג. און אויך א שיינעם עדיטאריעל דערוועגן.
דאס זעלבע די נייעס פון דעם מעכטיגן נייעם בית המדרש פון מחנה דברי יואל, וואס זיי האבן הערליך צעלייגט מיט אלע קליפערלעך, באגלייט מיט בילדער. באריכטן פון אונזערע קעמפס,מוסדות און אזוי ווייטער.
אויב זיכסטו א "קשר צום רבי'ן" אזוי ווי די רופסט דאס קען איך דיר העלפן מיט אביסל אינפארמאציע.
שיק א אימעיל צו [email protected] און בעט אז די ווילסט באקומען די תורות. זיי שיקן ארויס יעדע וואך א קונטרס פון 10-20 בלעטער יעדע וואך אויף יענע וואכעדיגע סדרה וואס מהרז"ל האט געזאגט במשך דעם שבת ביי די טישן און ביי שלש סעודת.
אויב דיין שאלה איז פארוואס זיי שיקן נאר פאר ווער עס בעט דאס און זיי לייגן דאס נישט ארויף אויפן אינטערנעט (נוסח מייסאטמאר פון עמרם טירנויער) איז די תירוץ אז די זאליס גייען טאקע נישט אין די פראפאגאנדיסטישע פיס טריט פון די אהרוינים, אויב עס פעלט דיר באמת אויס די פראפעגאנדע קענסטו זיך אפיציעל דערקלערן א אהרויני און די וועסט באקומען וויפיל פראפעגאנדע די ווילסט.
נשלח ב-15/6/2010 03:39
עס איז א נארישקייט צו צוען מסקנות בלויז צוליב יענעמ'ס גראדקייט אין א געוויסע נושא. עס איז מיר נישט נוגע צו נערמאלער איז א אהרוני צו א זאלי, דער דעבאטע מעג אנגיין נישט קיין חילוק ווער דער הויפט דעבאטירער איז.
לאמיר דיר עס מסביר זיין אזוי, דער רבי לאזט נישט לייגן קיין בילדער אין דער איד, די רעדעאקציע איז שטרענג אנגעזאגט אז מען טאר נישט לייגן קיין בילדער, דעריבער זענען דרייפערטל פון דיינע טענות אראפ פון טיש. איי בליץ בלעטל לייגט יא, איז קודם כל דער בליץ נישט דער אפיציעלער סאטמאר'ער ארגאן, און צווייטענס האט ער געדארפט משנה שם זיין פון זיין פאריגן נאמען, ווייל דער רבי שליט"א האט זיך דערוואוסט דערפון, און פארלאנגט עס זאל פארמאכט ווערן, איז ער אויפגעקומען מיט א חכמה צו עפענען מיט א צווייטן נעמען, מ'שטיינס געזאגט אז ער איז א אונטערנאציאנאלע אויסגאבע. און דו ווייסט גאנץ גוט אז די סארט פראפעגאנדע מיטלען זענען אונז נישט ניחא, דאס איז דער אהרונישע'ר דרך, און איך זעה נישט א פראבלעם דערמיט אז דער איד גייט נישט אין פוס-טריט פון זייער פראפעגאנדירענדן בלאט.
א לאגישע הסבר פארוואס דו בוסט אזוי אנציקט פון דעם בליץ, איז ווייל דער איד איז נאר א וועכנטליכע אויסגאבע, ממילא ווערסטו נישט אזוי שנעל עקסיידעט. משא"כ דער בליץ קומט ארויס יעדן טאג, און דו שפירסט אז בוסט אינפארמאטירט מיט אלעס וואס קומט פאר מידי יום ביומו.
דער איד איז נישט געאייגענט דערפאר עס זאל געדעקט ווערן יעדע איינציגע פלאץ און יעדע איינציגע שמועס פון רבי'ן. דער בליץ איז אזוי ווי די פראפעגאנדע בלעטל וואס יעדע חסידות אין די וועלט האט, וויזניץ, גור, סקווירא, בעלזא, פאפא, קלויזנבורג, אהרונים וואס האבן בחצר הקודש, משלחן מלכים, וכו' וכו' און דארט שרייבן זיי זייערע נייעסן מיט אלע קליפערלעך, זה בכה וזה בכה.
דו שרייבסט: "בכלל די יאר איז פארגעקומען אזויפיל היסטארישע זאכן אין די סאטמארע פאליטיק אנגעפאנגען מיט די רעבעצין שוהל פרשה, די סידור קידושין פרשה, די שפאניע פראטעסטן (פאריאר זומער) די מוסקאווי קאטשקעס, די צומת הגידין, אהרן'ס צודרייטע דרשה מיט הוצאת לעז" ע"כ.
עס איז אינטערסאנט צו מערקן, אז דייקא מיט דעם האט דער איד געשטורעמט, מען האט געגעבן די גרעסטע קאווערעדזש פאר די רביצין שול פרשה. וואו זענען געווען געדרוקט אלע בריוו און ארטיקלען וועגן סידור קידושין, וואו איז די וועלט געוואויר געווארן וועגן די פראבלעמען פון מוסקאווי און צומת הגידין, וואו האט מען געקאווערט די שפאניע פראטעסטן מיט די צען טויזנט אידן וואס האבן זיך באטייליגט אין מאריאט האטעל - נאר אין איד!
און אז דו זעסט אין בליץ בלעטל א בילד פון ר' זלמן לייב פילאפ (בשעת ער לערנט פאר פרקי אבות שבת נאכמיטאג...) וואס דער איד קען אזוינס נישט לייגן, פארשטייסט אליין פארוואס.
אדער אז דו זעסט אין בליץ בלעטל בילדער פון א מסיבה ביי ר' משה שמואל זופניק דאנערשטאג נאכמיטאג, וואס דער איד קען עס נישט לייגן א טאג פריער מיטוואך...
אדער אנדערע ענליכע שטותים, איז א סימן אז דו זוכסט פשוט מען זאל שטיצן דעם בליץ בלעטל אויסגאבע, ווייל דאס סערווירט בעסער דיינע אגענדעס, און שטומט בעסער מיט דיינע חשבונות.
אלזא, עפן די קארטן און זאג וואס דו ווילסט, א טשייניק זאלסטו האקן אן אנדערן אין קאפ. איך גיי דיר מער נישט ענטפערן, ווייל אין קץ לדברי רוח, אבער מענטשן זענען נישט קיין משוגעים, און מען פארשטייט בכלל נישט וואס דו ווילסט
נשלח ב-15/6/2010 01:13
נערמאלער
איך פארשטיי נישט וואס דו קומסט מיט טענות אז דער איד לייגט נישט קיין בילדער פון סאטמארער רבין שליט"א. דו אלס א חסיד וואלסטו בכלל נישט געמעגט פאדערן אזוינס, ווען דער סאטמארער רבי לאזט אויסדריקליך נישט לייגן קיין בילדער פון זיך.
אלא מאי, מוז איך קומען צו די מסקנא אז דו ביזט אן אהרוני וואס שפילט זאלוני, אדער האסטו א פערזענליכע סיבה מיט זיין אשכול.
נשלח ב-14/6/2010 23:50
נפל במחילת כבודך האסטו זעט אויס נישט אפגעליינט מיין גאנצע ארטיקל, די תורות פונעם רבי'ן ערווארט איך נישט זאל שטיין אין דער איד, און רוב זאכן וואס איך האב ארויסגעברענגט איז געווען אז דער איד פארפעלט צו באשרייבן אפילו די מינימאלע נייעס וואס דער ציבור פארלאנגט און נאך.
קודם האב איך הנאה אז טאשע חסידים ווייקן זיך אינעם רבי'נס ספרים...
איך האב נאר געמיזט נאך איין זאך צולייגן אז איך האב יעצט אויפגעמאכט מיין אימעיל געטראפן דארט דעם "בליץ בלעטל"
אז איינער וויל האבן א קליינע השגה וואס דער איד פארפעלט צו שרייבן זאל ער כאפן א שטיקל בליק אויף דער בליץ בלעטל, פיקטשער'ס פון אן אסיפה ביי משה שמואל זשופניק פיקטשערס פון הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף ביישרייבונגען מיט נאך, טאקע אויף א קליינע פארנעם אבער מען קען האבן א שטיקל השגה וואס מיינט דעקן נייעס און געשעענישן וואס איז אינטערסאנט פאר אונזער עולם,
איך דארף נישט קיין תורות אין דער איד, תורות לערן איך טאקע אינעם רבי'נס ספרים און איך האב פון דעם א סיפוק ברוך השם אזוי אויך פון די דערהויבענע טישן פונעם רבי'ן און פונעם רבי'נס תורות וכו'
ווען מיין קאר וואלט נישט געפארן דארף איך סך הכל פיקסן מיין קאר צו איך האב יא סיפוק פון עבודת השם צי נישט, ווען מיין צייטונג שטעלט נישט צו וואס עס דארף צושטעלן איז דאס א עקסטערע פראבלעים, איך ווייס נישט ווי עס קומט אריין סיפוק דא.
שטעל דיך פאר ווען טאש האט א צייטונג וואס מעלדן אלע אנדערע נייעס חוץ טאש....... סיפוק האב איך גענוג, אבער א צייטונג דארף נאך אלס זיין א צייטונג
תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 23:57:42
נשלח ב-14/6/2010 23:37
נערמאלער, אין ענגליש זאגט מען "איי פיל יאר פעין". איך וועל דיר מסביר זיין.
למשל איך, אלס טאהשער חסיד, זיך נישט קיין סיפוק פון פיקטשער'ס אין צייטונגען, ווען איך וויל האבן קשר מיטן רבי'ן עפען איך אויף א עבודת עבודה (עס זענען שוין דא היינט 6 בענדער + זמירות וכדו'). א צייטונג איז נישט א פלאץ ווי א חסיד טרעפט קשר מיט זיין רבי.
דאס אז די זאליס לייגן נישט אריין קיין בילדער פון זייערע מסיבות און טישן וכו' איז גאר גאר א שיינע זאך, עס ווערט רעספעקטירט ביי רוב ציבור וואס איז נאכנישט פארכאפט אינם היינטיגן סטייל חסידות.
אויב זיכסטו תורות און חסידישע שמועסן קענסטו דאס טרעפן אין די ספרים און קונטרסים וואס ווערן געדריקט צו כמעט יעדע שמחה אדער גרויסע דינער וכדו'. די ספרים און קונטרסים ווערן "יא" עדווערטייזט אין דער איד.
אויב די זאגסט אז די קויפסט דער איד צו קענען דארט טרעפן "תורה" איז דאס די ערשטע צייכן אז די ביסט קיין זאלי קיינמאל נישט געווען, די זאלי'ס ווייסן ווי צו טרעפן דעם רבי'נס ספרים.
איך אליינס האב א קאלעקציע פון 11 ספרים און קונטרסים פון תורות און שמועסן פון מהרז"ל.
עס קוקט ליבערישט אויס אז דיין גאנצע שרייבעריי דא איז צו שטיפן דעם אהרוינישן בלאף פון "זאלי עם הארץ". אויב די ווילסט באמת איך זאל דיר "העלפן" פארשאפן די ספרים און קונטרסים קענסטו זיך ווענדן צו מיר אין אישי, אבער זיי גרייט צו באצאלן פאר יעדן ספר, די זאלי'ס זענען נישט קיין לובאוויטשע אהרוינים וואס טיילן די "שיחות" בחינם.
תוקן על ידי נפל ב- 14/06/2010 23:39:15
נשלח ב-14/6/2010 23:21
איך וויל שוין ענדיגן צו שרייבן די לאנגע געשרייבעכטצער איבער די נושא, נאר צום סוף וויל איך אבער קלאר מאכן אז באמת האט דער איד פיל מיט זאכן וואס זיי ציייכענען זיך אויס מיט די נערמאלקייט, די געשמאקייט פון שרייבן די נייעס באריכטן, די רייכקייט וואס דער איד צייכנט זיך אויס, אבער איך רעד נישט יעצט פון דעם.
איינער האט אריינגעשיקט אין אישית אז דער איד איז נישט שולדיג פארוואס זיי דעקן נישט אלע סאטמארע נייעס ווייל זיי באריכטן נאר די נייעס וואס זיי באקומען, די תירוץ אויף דעם איז אז עס איז נאריש אזוי צו זאגן ווייל א צייטונג דארף זיך האבן זייערע "סארסעס" מקורות פון ווי זיי דארפן מאכן זיכער אז אלע גיטע נייעס וואס פאראינטערסירט דעם ליינער זאל אנקומען אינעם צייטונג.
אבער דער עיקר איז אז אפילו ווען זיי מעלדן יא גיטע נייעס, און לייגן יא אריין גיטע ארטיקלען לייגט מען די סאמע וויכטיגסטע נייעס אין דער זייט.
די נייעס וואס איז אינטערסירט נאר 20% פונעם ציבור לייגט מען אויף די העדליין, און די נייעס וואס 80% אדער מער פונעם ציבור זענען אינטערסירט לייגט מען חלילה בשום אופן נישט אויף די פלאץ ווי עס וואלט געקומען.
וואס אינטערסירט מער דעם עולם אז מדינת ישראל שלאגט זיך מיט פאלעסטינע? אדער אז דער רבי פארט קיין לאנדאן?
פארוואס ווען מען האט געווינען די קאורט האט דער איד פארשטאנען אז דאס באלאנגט פאר די פראנט פעידזש אפילו פאפא מיט וויזניץ אינטערסירט דאס נישט?
ווען דער ברך משה זי"ע האט מען אטאקירט איז די גאנצע ערשטע פעידזש געווען פיל דערמיט מיט ריזיגע רבן דקרו געשרייען, כאטשיג פאר סתם א ווינער און פאפא'נער אדער א פלעינע מתפלל אין גבעת שאול בית המדרש אינטערסירט דאס ווייניג?
ווען דער ברך משה איז געפארן אויף א נסיעה קיין לאנדאן איז עס געשטאנען אויף די פראנט פעידזש אין טאקע נישט אויף די צווייטע אפטיילונג, איז דען א באריכט איבער א ספעציעלע נייעס איבער רבינו שליט"א ווייניגער אינטערסירנד ביים ציבור????
אינזער ציבור דארף א צייטונג וואס זאל דעקן וואס דער עולם איז אינטערסירט, ענדערש ווי אנדערע אויסגעדראשענע נייעס
נשלח ב-14/6/2010 01:20
יואלי808 כתב:
נערמאלער, איך האב מורא אז די ביסט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אז די זיכסט א חסידות ווי משעפט חיות פון די ברייטע באשרייבונגען אין בילדער אין די צייטונגען, מיין איך אז די זאלסט אריבער סוויטשען צו די מאנרויע רעביסטעווע, ב"ה ביי אונז ווייסט מען אז די יום טוב איז אדורעך דערהויבען אן א פראנט פעיזש אין צייטונג, מווייסט אז די רבי לעבט און ווירקט אנע גרויסע בילדער אין צייטונג, מדארף נישט האבן קיין העדליינס צו וויסן אז די חסידות עקזעסטירט נאך (אבער אז מעליץ זשיקוב עקזעסטירט נאך דארף מען יא האבן...)
בקיצור וועל איך דיר ענטפערן אז אמת אונז האמיר זיך ברוך השם נישט וואס צו שעמען מיט אונזער רבי'ן, זיין גדלות בתורה בצדקות בצדקה וכו' וכו' נעמט איבער יעדן איינעם, אונז זענען מיר אלע חסידים פונעם רבי'ן און סרים למשמעתו אפילו אן א צייטונג וכו'.
דער פאקט איז אבער אז מען קען נישט האבן קיין קשר מיט א רבי נאר אז מען הערט דעם רבי'ן מען זעהט דעם רבי'ן וכו', אמת מען קען טאקע פארן איינמאל א יאר, אן אנדערע מאל קומט דער רבי צו פארן, אבער דער עולם וויל מער, דער רבי האלט אין איין רעדן, זאגן דרשות, געבן שיעורים, רבנים באזוכן, שיחות קודש, טוט פעולות נשגבות פאר אידישקייט און נאך, דער עולם וויל עטוואס מיטהאלטן.
עס איז נישט דא נישט קיין בלעטל צו זעהן די באזוכן פון רבנים, די דברות קודש קומט נישט אן מאיזה סיבה צו רוב אנשי שלומינו, אונזערע מענטשן דרייען זיך אין 47 און מען לעכטס צו הערן זעהן א דרשה פון רבי'ן א ווארט א באזוך און א בילד (יא יא קינדיש צו נישט פארסמאקעווען זיך 50 יעריגע אידן מיט א גיטע בילד ווי מען זעהט דעם רבי'ן פארקאכט ביי א ל"ג בעומר טיש.....), דער פלאץ ווי דער ציבור זוכט די אלע באריכטן איז אין "דער איד" און דארט טרעפט מען עס נישט כמעט.
נשלח ב-14/6/2010 01:07
די חילוק פון יו. זשעי. או. און אנדערע וויכטיגע טעמע'ס
אזוי ווי דערווייל האבן עטליכע אנגעפרעגט וואס איז די סיבה פאר'ן ארויסרעדן יעצט קעגן דער איד, האב איך באשלאסן באין ברירה מחמת קוצר הזמן דערווייל צו קאפי'ען וואס איך האב געענטפערט פאר איינעם אין אישית, און בל"נ וועל איך נאך צוריקקומען צו דעם ענין
דאס איז דאס וואס איך האב אים געענטפערט: אויב איך וועל האבן צייט וועל איך דיר בל"נ ענטפערן אויסגעשמועסט אביסל, אבער עס האט נישט קיין שום ציל און זייטיגע אינטערעסע, עס איז פשוט שוין כלו כל הקיצין די וועג וויאזוי זיי פירן זיך, איך האב אפשר נישט געברענגט גענוג משלים אבער אז די וועסט ארויסנעמען א פאק אידן פון די לעצטע צייט און פון שטענדיג וועסטו אליין קענען פארשטיין אז אונז ווערן מיר דארט געדעקט אין א געוויסן זין ערגער ווי אנדערע חסידות'ער ווי תולדות אהרן מיט דושינסקיא.
חוץ מזה איז נישט קיין סוד אז עס איז דא היינט גרויסע קאמפעטישען'ס וואס הגם דער איד דארף בלייבן אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי אנדערע נארישע צייטונגען, אבער דאך איז אבסורד צו זעהן ווי מען האלט זיך נישט ביים עפענען די אויגן נאר מען בלייבט ווי א שוטה אינו מרגיש אויף דאס וואס ווערט געשאסן, וד"ל
אמת זייער אסאך זאכן פון די רשעים און ארוינים שרייבן צוקראצן מיר זיך נישט אבער עס איז דא גענוג און נאך זאכן וואס דער איד שרייבט נישט פשוט אן קיין שום נערמאלע סיבה, און טאקע אזעלכע זאכן וואס דער עולם לעכטס צו הערן און צו זעהן.
והא ראי' געב א קוק אויף אנדערע פאליטיק'ס און געב א קוק אויף די פאליטיק פון די "טרייענגל" אין וומ"ס, די אנדערע וויכטיגערע פאליטיקס ווערט טויזנט מאל ווייניגער געדעקט ווי די פאליטיק פון די בראדוועי טרייענגל,
די "בראדוועי טרייענגל" ווערט הערליך ארויסגעברענגט אלע אונזערע טענות מיט הערליכע ארטיקלען, אנאליזן, ריזיגע בילדער ווי מען צייכנט אן און מען ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס ווי היפאקריטיש די ארוינישע רשעים און בעבי'ס זענען, מיט די דאזיגע פאליטיק ווערן זיי דארט צומאלן ווי מצה וואסער.
די סיבה פארוואס דוקא דעם ענין ווערט ברייט באשריבן און צולייגט אויף די לענג און אויף די ברייט איז פשוט אין גראד "ווייל יו זשעי. או. איז א שטארקע ארגענעזעישען, און זיי האבן באצאלטע מענטשן וואס שרייבן פאר זיי די ארטיקלען פארשטייענדיג אז 'א שריפט ארבעט' און אויב וויל מען גיט ארויסברענגען א זאך באשרייבט מען דאס אויף די לענג און אויף די ברייט.
אנדערש איז מיט די אלע אנדערע פאליטיק'ס וואס איז הונדערט מאל מער וויכטיגער ווי די "בראדוועי טרייענגל" (איך מאך עס נישט אוועק) און עס אינטערסירט סאך מער אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט, דוקא דארט הערשט א שוואכע אלטע סיסטעם אין דער איד.
די טענה איז נישט מיינ'ס און נישט קיין נייע, און מיין ציל איז נישט אינטערצוהאקן און אינטערצוברענגען דער איד, נאר איך האף אז זיי וועלן זיך טוישן און איינזעהן די מציאות און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פונעם ציבור
תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 01:07:59
תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 01:22:16
נשלח ב-13/6/2010 20:53
נערמאלער, איך האב מורא אז די ביסט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אז די זיכסט א חסידות ווי משעפט חיות פון די ברייטע באשרייבונגען אין בילדער אין די צייטונגען, מיין איך אז די זאלסט אריבער סוויטשען צו די מאנרויע רעביסטעווע, ב"ה ביי אונז ווייסט מען אז די יום טוב איז אדורעך דערהויבען אן א פראנט פעיזש אין צייטונג, מווייסט אז די רבי לעבט און ווירקט אנע גרויסע בילדער אין צייטונג, מדארף נישט האבן קיין העדליינס צו וויסן אז די חסידות עקזעסטירט נאך (אבער אז מעליץ זשיקוב עקזעסטירט נאך דארף מען יא האבן...)