אהרונים: קול קורא פאר כבוד פון רבי'ן, א טאטאלער דורכפאל!
נאך וואס מ'האט שוין ארומגעשיקט משלחת'ער צו אלע רבנים אין ניו יארק זיי זאלן אונטערשרייבן א קו"ק וואס נעמט זיך אן פארן כבוד פון ר' אהרן, נאך די שטורעמישע פראטעסטן וואס זענען אפגעהאלטן געווארן קעגן אים אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, אבער זיי זענען אהיימגעקומען מיט ליידיגע הענט. קומט יעצט די בשורה טובה אז דער באקאנטער שונא פאר סאטמאר ר' חיים לייב כ"ץ, א ברודער מיט דעם שיפלאדער רב ר' אנטשיל, האט ביי פרק מוחה געווען אויפן כבוד פון ר' אהרן וואס ווערט נתחלל אין די וועלט.
סאטמארע חסידים זענען שטאלץ אז די אלטע שונאים, וואס האבן נאך שופך געווען קיתונות של בוז אויפן חשבון פון רביה"ק זי"ע, זענען די וואס נעמען זיך אן פארן כבוד הנתחלל פון ר' אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-14/6/2010 01:05
עטס פריידט ענק אויף אזעלכע קינדערישע זאכן אז איך גלייב מיך אליינס נישט ווי ווייט מער קען אן קומען. און אז ער איז געפארן דורך דער הצלה גאראזש איז וואס ? ווען איך וויל קען איך אויך באשטעלן צוואנציג גוים צו פראטעסטירן אינדערויסן פון סקווירא רביס הויז אדער טאהשער רביס הויז און זיי וועלן פארבירן ארויס צי גיין פון עפעס א זייטיגע וועג. וועסטו עפעס אראפ קוקען סקווירא רבי דער וועגן ? . איך נישט......נו וואס זאל איך טעוהן אז דער זאליס האבן נעבעך מער ווי צוואנציג משוגעים וואס גייען מיטן קאפ און וואנט פאר דעם קוקט איינער אראפ אונזער רבי? זיכער אז נישט . אבער די פריי דיך ווייטער.... און דעס וואס די שרייבסט אז דער רבי האט זיך געיאגט ארויס . מיין איך אז אויפן פילם זעט מען ווי דער כאר פארט אויף א נערמאלר ספיד.
יואלי808 . איך זיץ דא ציזאמען מיט א חבר און אונז קענען נישט פארשטיין וואס די שרייבסט . וואלט איך דיך געוואלט בעטן א טובה אויב די קענסט מיך ביטע מסביר זיין אביסל מער באריכות וואס דו האסט געשריבן. חוץ אויב די האסט סתם געוואלט האבן דער לעצטע ווארט.
מענדעלע די קוקסט אויס צי זיין א עכטע פארנאטעשטע זאלי וואס די קויפסט אפ יעדע זאך וואס שטייט און דער איד אדער וואס די האסט געליינט אויף היידפארק. אפי' ס'איז א מילתא דעבידא לגליוא. אוך האב פריער געשריבן אז ס'איז געווען באשריבן און אלע צייטונגען. און אויך אויף היידפארק אפאר חדשים פאר דער פראטעסט. אז סקומט פאר א גרויסע מסיבה און מאנסי בהשתתפות דער רבי [מהר''א]און ממילא איז דער ר' געפארן קיין מאנסי. אבער די קויף ווייטער דער שטרוי אז דער ר' איז אנטלאפן וועגן ענקערע פארטעסט. יעצט מענדעלע זאג אן פאר ענקערע מענטשען וואס פארקויפן דער שטרוי אז דער שקר מיז שטימען . און ק''י ביי דער פראטעסט האבן ענק פארקויפט שטרוי אז דער ר' האט נישט געקענט בלייבן אינדערהיים און ער האט געמיסט אנטלויפן . און און וומ''ב האבן ענק פארקויפט שטרוי אז דער ר' האט מורא געהאט ארויס צו קומען פון זיין הויז ביז ס'איז ליידיג געווארן דער גאס. איז ממה נפשך אויב האט ער מורא ארויס צו קומען פון זיין הויז איז פארוואס איז ער ארויס געקומען פון זיין הויז און ק''י און אנטלאפן קיין מאנסי ער האט דאך געקענט בלייבן ביי עם אינדערהיים. און אויב זאגסטו אז ער האט נישט געקענט בלייבן אינדערהיים און ק''י נאר ער האט געמיסט אנטלאפן איז פארוואס און וומ''ב איז ער געבליבן אינדערהיים ביז 12:30. תירוץ. שקר אין לו רגלים. אבער די מענדעלע חזר נאך אמאל איבער דער זעלבע שקרים[שטרוי] אפי' יעדער זעט אז ס'איז שקר. און פארגעס נישט צי זאגן חלה דעקל בשעת מעשה.
יואלי808, מען מוז נישט ענטפערן ווען מען האט נישט וואס, צב"ש: אין א שכינותדיגער אשכול וועגען דער נושא האט איינער אפגעשריבען א גאנצער מעשה מיט דעם קאסובער רבי, ווען מען האט געברענגט פראוו אז די מעשה איז לא היה ולא נברא, האט מען פשוט אויסגעמעקט די תגובות מיט די סיבה אז ס'האט נישט קיין שייכות